Ancient alians.

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

Ancient alians.

שליחה דורך MickyMouse »

איך האף אז איך שרייב און די ריכטיגע קעטעגארי, אויב נישט קען מען עס רוקען ווי עס ברויך זיין?

אקעי, אזוי ווי איך האב געזאגט אז איך וועל פראבירן צי שרייבן וועגן די נושה ווי עס ווערט ציטירט א יידישע מקור, דא איז מיין ערשטע פאוסט.

פרשת ויצא (בראשית כ״ח י״ז) וַיִּירָא, וַיֹּאמַר, מַה-נּוֹרָא הַמָּקוֹם הַזֶּה: אֵין זֶה, כִּי אִם-בֵּית אֱלֹהִים, וְ׳זֶה, שַׁעַר הַשָּׁמָיִם׳.
יעקב אבינו, נאכן זען אין חלום ׳מלאכים׳ (לייען ETs) גייען ארויף און אראפ פון הימל, זאגט אז דאס פלאץ איז נישט, נאר אן אריינגאנג צי די הימלען. This place is a gateway to haven.

וואס טיט יעקב אבינו נאכדעים? וַיִּקַּח אֶת-הָאֶבֶן אֲשֶׁר-שָׂם מְרַאֲשֹׁתָיו, וַיָּשֶׂם אֹתָהּ, מַצֵּבָה; וַיִּצֹק שֶׁמֶן, עַל-רֹאשָׁהּ.
(א עקסטרע שמועס קען מען מאכן פון די ׳מעיסאן׳ (שטיין-ארבייטער) קליקע, (וואס האט זיך אריגינעטעט אין סקאטלענד, זע באלט פארוואס איך זאג דעיס) וואס גיסן אויל ביי זייערע צערעמאניעס)

א קרוין; וואס איז דאס? פין ווי נעמט זיך די מנהג אנציטוען אזא מין רינדעכיגע שיינענדיגע אבדזעקט אויפן קעניג׳ס קאפ?
וואס איז דאס א halo וואס זעט אויס ווי א UFO העכער אן עינדזשיל? אדער ארום די קאפ פון א פירער אויף זייער אסאך אלטע מאלערייען..
און ווי אימער מען זעט געמאלן איינע פון די סעקיולערע געטער (gods) זעט מען עפעס וואס זעט אויס ווי א קרוין/העילאוי.
Ancient alian theorists זאגן אז די אלע צייכענינגען און מאלערייען פון אמאל איז געווען די וועג פון די מענטשען צי איבער געבן וואס זיי האבן געזען, פאר די קומענדיגע דורות. און ווען זיי האבן געמאלן א מלאך (angel) מיט פליגלן איז נישט ווייל א מלאך האט פליגלן נאר ווייל דאס איז געווען זייער וועג פון דיסקרייבן אז די מענטש/עיליען האט געקענט פליען. און וועגן דעם זעט מען איבעראל עפעס וואס זעט אויס ווי א דיסק, א UFO, און א קרוין, די דיסק איז טאקע געווען זייער וועג צי קומען און די קרוין איז געווען נישט מער ווי א? העלמעט!!

די שטיין פון צוקונפט. The stone of destiny.
האט איר שוין אמאל געהערט פון איר?
עקארדינג צי היסטאריקער איז די שטיין וואס יעקב אבינו האט זיך געלייגט שלאפן אויף געווען פאר לאנגע יארן אין סקאטלענד און היינט אין לאנדאן ענגלאנד (אדער אין א טייך אין סקאטלענד לויט אנדערע - דא איז נישט די פלאץ אויסצישמיעסן) ווי עס ווערט באניצט צי בא׳קרוינען׳ די קעניג/קעניגן.

בקיצור, מאכן זיי (די היסטארי טשענעל׳ס שאוי) א גאנצע צוזאמשטעל אז ׳אפשר׳ קומט די גאנצע זאך פון באקרוינען א קעניג (און ביי די יידען באזאלבן דורך גיסן אויל) פון יעקב אבינו וואס האט עס איינגעפירט נאכן זען עיליעןס אין חרן.

א גיטע נאכט.
אמור מעט ועשה הרבה.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר