די העכסטע ראנגען לייקס: איך גלייך עס, אבער עס קומט מיר נישט
שלום עליכם טייערע אידן איר זענט שוין געוויס געוואוינט דערצו אז אמאל אמאל פעל איך פאר א שטיקל צייט. אמאל האב איך נישט קיין געהעריגע עקסעס צו שרייבן, אמאל דארף איך פארן צוליב צרכי מסחר, און נישט אייביג קען איך שרייבן.
איין גרויסע מעלה פון מיין פעלן איז צו זעהן אז קאווע שטיבל איז שוין געווארן א גרויסע יונגל, זי קען שוין שטיין אויף די אייגענע פיס ברוך השם. אויב דוכט זיך מיר אמאל אז אויב איך פעל הייבט די וועלט אן צו צופאלן אויף פיצלעך, זעה איך אז מען לעבט און מען לאכט, איך קען רוהיג אנטרונען ווערן, קופערניקוס הולך וקופערניקוס בא והארץ לעולם עומדת.
עס איז א געוואלדיגע זאך אז עס קומען דא אייביג אריין נייע חברה, עס איז וזרח השמש ובא השמש, עד שלא שקעה שמשו של שרגא, זרחה שמשו של לעיקוואד, ועד שלא שקעה שמשו של לעמאן דזשוס זרחה שמשו של מאראנצן זאפט. עד שלא שקעה שמשו של ממי שאמרו זרחה שמשו של הוגה, עד שלא שקעה שמשו של היימישער ליטוואק זרחה שמשו של יואב, וכן הלאה.
מיר האבן פארלוירן אסאך גוטע חברה, אפילו זר זהב אונזער באליבטער הודעות טשעמפיאן האט געפעלט, אבער קאווע שטיבל איז אנגעגעגאנען. יעדע איינציגע ניק, בפרט די גוטע ניקים איז א גרויסע שאד, עס פעלט די זיסע טעם וואס יעדער יחיד לייגט צו זיין פלעיוואר, מיר בענקען נאך לעמאן דזשוס'נס פאעמס, מיר בענקען נאך ממי שאמרו'ס הערליכע לאנגע מאמרים, אבער מיר זענען שוין היינט גענוג ערוואקסן אז מען זיצט אפ שבעה אבער דערנאך שטעלט מען זיך אויף און מען האלט ווייטער אן און מען נעמט אויף די פרישע גוטע חברה.
אויב האבן מיר געמיינט אז עס מאנגלען ביי אונז חכמים, זענען מיר געוואויר געווארן!
האט איר אמאל געחלוםט אז עס וואלגערן זיך אזוינע געפילטע פישן? אזוינע מאטי107 אזוינע יאנקלעך, אזוינע יידל'עך? אבער ניין, מיר האבן אסאך בעלי כשרון און יעדע שטיק צייט קומען פרישע.
האט איר געטראכט אז קינות גירושין קען נאר שרייבן איבער גיטין, ניין, עס אינטערסירט אים שמעלקעס אין די נאז, וכן הלאה, מיר האבן שוין א פעסטע יסוד, און אז איינער רוהט זיך אפ אביסל אדער מוז איבערלאזן די מקום דא פאר א תקופה, גייט נישט די וועלט אונטער. קאווע שטיבל איז א שטארקע זאך וכל רוחות שבעולם לא יזיזוהו, די באן איז ארויסגעפארן און ביי יעדע סטאנציע גייען אראפ און קומען ארויף בעלי כשרונות וחכמי לב.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
דאס מאל, איים העיר טו סטעי, איך וועל זיין דא פאר א שטיק צייט, אבער העי, קאווע טרונקער, עס איז שוין העכסט צייט אונז אנצוטרונקען פון דיין קוואל, אדער זעץ דיר אריין אין אוצר החכמה און שעפ אונז אן פון מאדנע, מיסטעריעזע און טרוימענדע ספרים. אדער זעץ זיך אריין אין דיין נדבורנא מוד און שרייב תולדות הצדיקים, טוה דיר אן דיין נביאיש היטל און שרייב ספר יואל, ווער אביסל לוסטיג און שרייב איבער דעם שיינעם פוד סטעמפ באנוצער, אבער אזוי אפטרוקענען? לא אל הקאווע הזה התפללנו!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
דיין מאמע האט דיר געהאט ווייל דעמאלטס האט אין באבוב געמאנגלט קינדער.
דיין מאמע האט דיר געהאט ווייל זי האט נישט געהאט אין שטוב קיין טעלעוויזיע און קול מבשר איז נאך דעמאלטס נישט געווען, טא, מיט וואס איינשלאפן ביינאכט?
דיין מאמע האט דיר געהאט ווייל איר מאמע האט איר געהאט.
אבער, יא, די ביסטו א שטארקער ממלא מקום פאר אסאך איינגעזונקענע זונען. אחד יכול להאיר יותר מכמה שמשות ביחד!

- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:דאס מאל, איים העיר טו סטעי, איך וועל זיין דא פאר א שטיק צייט, אבער העי, קאווע טרונקער, עס איז שוין העכסט צייט אונז אנצוטרונקען פון דיין קוואל, אדער זעץ דיר אריין אין אוצר החכמה און שעפ אונז אן פון מאדנע, מיסטעריעזע און טרוימענדע ספרים. אדער זעץ זיך אריין אין דיין נדבורנא מוד און שרייב תולדות הצדיקים, טוה דיר אן דיין נביאיש היטל און שרייב ספר יואל, ווער אביסל לוסטיג און שרייב איבער דעם שיינעם פוד סטעמפ באנוצער, אבער אזוי אפטרוקענען? לא אל הקאווע הזה התפללנו!
העי, ריספעקט פאר חברינו היקר קאווער טרינקער. וואס טריקן? ווען טריקן? מיט זיינע שארפע הומאריסטישע קורצע הודעות ברענגט ער אריין א זאפט אין כמעט יעדע אשכול, אל הקאווע הזה התפללנו ונתפלל עוד שלא יבש המעין. אז די ווילסט בעטן לאנגע תגובות און הודעות בעט שיין און מיט דרך ארץ.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
בענדזשאמין, איך ממש געטראכט פון אייך דעם שבת... ביי קידוש...
אויך ביי די פיש... הער א מעשה:
ביים עסען דעם פיש, בין איך געווען אזוי אריינגעטוהן אין עבודת העלת הניצוצים של המגולגלים וכו... פלוצלינג זעה איך א מצריש'ע איד שטייט נעבן מיר. אויסגעזעהן האט ער ווי רב סעדיה גאון. ואתו עמו א ווילנא איד, הויך געבויט, רייך געקליידעט, בערך ווי הרב שמואל שטראסאהן האט אויסגעזעהן בחייו.. איך האב געמיינט אז דאס איז עס, איך שטארב אן איבערלאזן א צוואה ווער ס'נעמט איבער מיין ניק (מער פון דעם פארמאג איך נישט), אבער מיט דרייסט האב איך זיי א פרעג געטון: מורי ורבותי, וואס ווילט איר פון מיר? ענטפערען זיי: וואס ווילט איר פון דעם פיש? וואס גלגולים? ווען גלגולים?... להד"ם!
ווי נאר זיי זענען ארויס, כ'בין צו זיך געקומען, האב איך געקלערט צו שרייבן אין שטיבל
רס"ג און רש"ש ביים פיש....
אבער מי כמו בענדזשאמין... נאכמאכן קען איך נישט...

Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
סתם צו אנמערקן
א שינוי וואס איז געשען אין די פאולס דא אינטען ביי לייקס ראנגען
[tag]יואליש[/tag] האט פארלוירען מאמענטום און אראפ פונעם אויבן אהן
אבער לא אלמן ישראל אינזערע טייערע [tag]רויטע וואנצעס[/tag] איז אצינד אויפן stage מיט א מערהייט
יואלישעל טייערע געב נישט אויף שיס צירוק ארויף חדש ימינו כקדם וועסטו זיי אלעמען איבערשטייגען
די קענסט די קענסט איך זאג דיר אז די קענסט (קרעדיט מיכאל)

- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
פלעין יודיש האט געשריבן:סתם צו אנמערקן
א שינוי וואס איז געשען אין די פאולס דא אינטען ביי לייקס ראנגען
[tag]יואליש[/tag] האט פארלוירען מאמענטום און אראפ פונעם אויבן אהן
אבער לא אלמן ישראל אינזערע טייערע [tag]רויטע וואנצעס[/tag] איז אצינד אויפן stage מיט א מערהייט
יואלישעל טייערע געב נישט אויף שיס צירוק ארויף חדש ימינו כקדם וועסטו זיי אלעמען איבערשטייגען
די קענסט די קענסט איך זאג דיר אז די קענסט (קרעדיט מיכאל)
ווי זעהט מען די ראנקן?