איז גוט צו לעבן לאנג?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

איז גוט צו לעבן לאנג?

שליחה דורך בן תמליון »

איך באציה זיך צו יאנקל'ס לינק איבער פארלענגערן דאס לעבן. קען איינער מסביר זיין וועם די סייינטיסטן ווילן א טובה טוהן מיט אונז מזכה זיין מיט הינדערט צוואנציק יעריקע זיידעס? וועם פונקטליך איז עס א טובה? קוקט אויף די ניינציק יעריקע, זיי מוטשען זיך ווי אין גיהנום ווי אויך אלע ארומיקע. עס קאסט טריליאנען און ברענגט גארנישט. שוין מילא א איד איז אלעס ווערט פאר איין תפילין לייגן, אבער וואס וויל דער גוי אזאנע לאנגע לעבן'ס? גאט האט איינגעפירט ימי שנותינו שבעים שנה ואם בגברות שמונים און ורהבם עמל ואון. זאלן די סייענטיסטן זוכן אנדערע פראיעקטן און נישט חרוב מאכן גאט'ס וועלטל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען וויסנשאפט וועט פארלענגערן א מענטשנס לעבן וועט זי אים אויך פארבעסערן זיין לעבנס קוואליטעט, מען רעדט נישט דא פון מאכן אריכות ימים אויף א רעספירעטאר. אויב די סייענטיסטן וועלן מצליח זיין וועט יאסי פאלאק לויפן צו שומרים קאלס אין 2070 ווי א פריש קינד.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

אולי. די היינטיקע זקנים לעבן לענגער ווי אמאל אבער זענען נישט מער געזונט. אבער אויך אז יאסי פאלאק וועט לויפן אויף קאלס אין פופציק יאר ארום, וואס לאזטו איבער פארן נייעם דור? דער גאנצער געדאנק פון פארלענגערן די אלטע ביים רעדל איז נישט פראקטיש און נישט יושר'דיק.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כמדומה לי אז מען איז געזונטער אויך. יאסי פאלאק וועט האבן קאלס אבער עס וועלן זיין מער מענטשן און נייע איידיעס, נייע געגענגטער וכו', מער מניעת הריון, די זאך וועט זיך סעטלען
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

בן תמליון האט געשריבן:אולי. די היינטיקע זקנים לעבן לענגער ווי אמאל אבער זענען נישט מער געזונט. אבער אויך אז יאסי פאלאק וועט לויפן אויף קאלס אין פופציק יאר ארום, וואס לאזטו איבער פארן נייעם דור? דער גאנצער געדאנק פון פארלענגערן די אלטע ביים רעדל איז נישט פראקטיש און נישט יושר'דיק.

פאר 200 יאר צוריק האט מען ביי די 50 אויסגעזען ווי היינט ביי די 80. אודאי איז מען געזונטער היינט אויף די עלטער (פארשטייט זיך בעיקר די וואס היטן אויף זייער געזונט).
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

תמליון, דו ווילסט שטארבן ביי די 50-60 אזויווי אמאל? אדער דו ווילסט לעבן עט ליעסט ביז די אכציג?

---

יידל האקט
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

זיבעציק אכציק איז שוין דער לעבנס ספאן טויזנטער יארן ווי דער פסוק זאגט עדות. איך האלט אז עס איז פונקט גענוג. דער געווענליכער הויכער אכציגער ניינציגער לעבט אויף פיר און זיבעציק פילן און איז דריי פערטל נישט ביי זיך. מען דארף נישט איבערציען דעם שטריקל אויף כביכול'ס באשאף.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גיי מיר אריין אין א נייע טעריטאריע.
יעדער וויל האבן אריכות ימים, אבער קיינער וויל נישט מיטמאכן זייערע שוועריגקייטן, אל תשליכנו לעת זקנה... ס'איז נישט קיין סוד אז ס'איז נישט קיין פיקניק.
קיינער וויל נישט שטארבן, אבער כ'קען הערן א סברא - ווי שווער עס זאל זיך נישט גלייבן ביי מאנכע - אז ענדערש שטארבן 10 יאר יונגער און פארהאלטניסמעסיג געזונטער, ווי איידער לעבן נאך 10 שווערע יאר מלא יסורים. וואספארא לעבן איז דען דאס.
כ'רעד נישט פון א איד וואס יעדע מצוה איז ווערד דאס זיך מוטשען און מען פארדינט דערויף מער בעוה"ב, אבער לפי שיטתם פון די סייענטיסטן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

יא שמעקעדיג דאס מיין איך. בענין זה איז געווען באריכטעט אז דאקטאר יחזקאל עמנואל, ברודער פון ראם עמנועל, הויפט דאקטער אינעם אבאמא אדמיניסטראציע, האט אנגעשריבן א דאקטארין בנוגע העלט קעיר צו פאקוסן מער אויף יונגע ווי אלטע אומניצליכע. כהיום טוט דער העלט קעיר געבן אלעס פאר די אלטע און די אינגע ארבעטער האבן נישט קיין דעקונג. די רעכטע שרייען ער איז ממש ווי היטלער.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בן תמליון האט געשריבן:זיבעציק אכציק איז שוין דער לעבנס ספאן טויזנטער יארן

en.wikipedia.org/wiki/Life_expectancy#Life_expectancy_variation_over_time
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

גמרא סוף מגילה, אז לעבן לאנג איז נישט גוט פאר די קינדער וואס ווארטען איבערצונעמען זייער טאטע. באבוב יוכיח וכו'.
Under influence
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

פרינץ טשארלס האט לעצטענס געזאגט אז די צייט לויפט אים שוין אויס, און דער אלטער קעניגען האלט נישט ביים אויף געבען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט