קופערניקוס האט געשריבן:גם אני מצטרף אז ליינען, זוכן און פשוט טראכטן בשבתך בבית כסאך איז נאך סיי ווי אזוי גוט צו ארויסקומען מיט א קלארע מסקנה ווי "מעדיטאציע". רובא דרובא מענטשן קענען סיי ווי נישט קאנטראלירן די טרעפיק פון זייערע מחשבות, און די "מעדיטאציע פארטאגס" איז במחילת כבוד איינגעמיירעט א בייס סאמעך. איינגעמיירעט גייט לכאורה לשיטתו אין אנדערע תורה ומחשבה פארומס ווי ער איז דוגל בשיטה אז מיר פארשטייען נישט אלעס און אז לעיקוואד האט נישט קיין רעכט אפצולערנען א משנה ברורה און איר דורכטוהן ללא משא פנים, ווייל די גאר קלוגע מענטשן האבן טיפערע חכמה דערין. ואני הקטן האלט אז חכמה איז נישט אזוי קלוג, חכמה איז טאטאל בהישג ידנו, א גוטע קאפ קען סערטשן די גרעסטע חכמה אנליין און איר משיג זיין אין איין שמונה עשרה אדער להבדיל בית כסא.
אויב חכמה בא דיר מיינט סוירטשען ידיעות דעמאלס האמיר נישט די זעלבע דעפענישען אויף חכמה חכמה מיט וויסען ידיעות האט קיין שייכות נישט און איך מיין אז דארף נישט מאריך זיין דער חילוק
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
איינגעמיירעט האט געשריבן:איך הער וואס די האלטסט איך האלט קאווע שטיבעל איז כפשוטו א קאווע שטיבעל. מקומט זיך אויסליפטערען פון אביסעל פרעשער,אויסגרעפסן וואס שטעקט און בויך, עפ״י רוב זענען די שמועסען אויבערפלעכליכע און לייכטזיניג,אזוי ווי און די לייוו קאווע שטיבעל. זיצענדעג און קאווע צימער הערט מען כסדר פון די פריש אויפגעקומענע חכמים וואס האבען נארוואס געליעזען א פריש ביכעל,זיי קומען אריין און שטיבעל און זאגען איבער ווארט ביי ווארט פונעם ביכעל,די יושבים און די קאווע צימער הערן צו מיט פארגאפטקייט,אזוי ווי מהערט אויס שלמה המלך אליינס. אקוראט דאס איז קאווע שטיבעל און מיינע אויגען. אויב וויל איך פארשטיין און אנאליזירען עפעס אן ענין ברויך איך אויפשטיין אפאר פארטאגסען און מאכען אפאר מעדעטאציעס נישט פון קוליצען דא
נמצא אז דיין תגובה זעלבסט איז א אויבערפלעכליכע און לייכטזיניגע אויסגרעפס וואס שטעקט אין בויך. ווערן מיר אויב אזוי אריינגעצויגען אין ר' יאסעל העללער'ס "כאפ צוויי און צוואנציג". נעמליך, אז נאר מצד לייכטזיניגקייט שאצטו אפ קאווע שטיבל פאר לייכטזינגע הודעות. אבער באמת זענען די הודעות טיף און ריכטיג. אויב אזוי איז דאך דיין יעצטיגע הודעה אויך נכלל אין דעם, און עס איז יא טיף און ריכטיג. נמצא אז דער טיפער אמת איז גאר אז די הודעות זענען באמת לייכטזיניג. ונכלל בתוכם דעי הודעה זעלבסט. און מצד טיפקייט איז אמת אז אלע תגובות, אינקלודינג דיינס דא, זענען לייכטזיניג. וחוזר חלילה.
ערענסט גערעדט. קאווע שטיבל איז א הערליכע פלאץ ווי מען קען רעדן פון אלעם. פון א לייכטזיניגע גרעפס, ביז א טיפזיניגע פארטאגס מעדיטאציע. ווי ערווענט לאנג צוריק בין איך גרייט אויסצוהערן דיינע פארטאגס מסקנות. איך וועל אפי' מיט-מעדיטירען מיט דיר. פארוואס נאר גרעפסען, איינגעמיירעט?
איך האב נישט די צייט זיך צו אויסשפרייטען מיט הסברים יענץ לאז איך פאר מיין אנדערע ניק ווי איך בין מער לינק און דעם ניק וויל איך נאר מגלה זיין פאר מענטשען וואס בלאנדזשען אריין, אז מזאל נישט נתפעל ווערען פון די חכמה חיציונות פון די געשראבאכץ דא ס׳איז זעלטען צוטרעפן דא איינער וואס זאל מגלה זיין אביסעל השגות אמיתיות וואס קומט פון די שכל הישר פון די מענטש
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
קופערניקוס האט געשריבן:גם אני מצטרף אז ליינען, זוכן און פשוט טראכטן בשבתך בבית כסאך איז נאך סיי ווי אזוי גוט צו ארויסקומען מיט א קלארע מסקנה ווי "מעדיטאציע". רובא דרובא מענטשן קענען סיי ווי נישט קאנטראלירן די טרעפיק פון זייערע מחשבות, און די "מעדיטאציע פארטאגס" איז במחילת כבוד איינגעמיירעט א בייס סאמעך. איינגעמיירעט גייט לכאורה לשיטתו אין אנדערע תורה ומחשבה פארומס ווי ער איז דוגל בשיטה אז מיר פארשטייען נישט אלעס און אז לעיקוואד האט נישט קיין רעכט אפצולערנען א משנה ברורה און איר דורכטוהן ללא משא פנים, ווייל די גאר קלוגע מענטשן האבן טיפערע חכמה דערין. ואני הקטן האלט אז חכמה איז נישט אזוי קלוג, חכמה איז טאטאל בהישג ידנו, א גוטע קאפ קען סערטשן די גרעסטע חכמה אנליין און איר משיג זיין אין איין שמונה עשרה אדער להבדיל בית כסא.
אויב חכמה בא דיר מיינט סוירטשען ידיעות דעמאלס האמיר נישט די זעלבע דעפענישען אויף חכמה חכמה מיט וויסען ידיעות האט קיין שייכות נישט און איך מיין אז דארף נישט מאריך זיין דער חילוק
אויב חכמה מיינט ביי דיר מעדיטאציע און לערנען מהר"ל האבן מיר נישט די זעלבע דעפינישאן אויף חכמה.
חכמה מיינט אז דער מענטש נעמט דעם של ראש וואס דער אויבערשטער האט עם באשאפען, און ער דעוולעפט עס דורך אפלערנען און זיך מתבונן זיין, און דעם ליגט אפלערנען און זיך מתעמק זיין בדברי חכמה פון פריערדיגע,נוצען דעם חוש הביקורת וואס דער אויבערשטער האט געגעבן אוועקצוווארפען די פסולת סיי מיט די קאממען סענס וואס אונז האב מיר,און מיט חוקר זיין די מציאות הדברים צו סשטימט מיט די חכמה.
אויכעט איז דא א כח החידוש וואס אונז האב מיר צו ממציא זיין נייע דברי חכמה, געווענטליך איז עס געבויט אויף פריערדיגע דברי חכמה וואס כננס על גבי ענק קען מען צולייגען א פרישע טיפירע קנייטש,אדער איז עס געבויט אויף די יסודי החכמה וואס איז איינגעבויט און מציאות הבריאה,לדוגמא 1+1=2, א יעדע זאך האט א עילה און א סיבה וכו', אלע כללי חכמה המוכרחים וואס אויף דעם קען דער מענטש בויען ווייטער און אויספיגערען די וועלט און זיך אליינס, איך מיין כל הנ"ל איז פשוט.
א) א געזונטע שטוב ווען א מענטש געבוירט זיך רואיג אין א געזונטע שטוב, די עלטערען באזארגען דאס קינדס מענטשליכע באדארפענישן, באגיסען דאס קינד מיט זייער נאטורליכע ליבשאפט, און געבן א עדזשוקעישין פארן קינד פון די בעיסיק דברי חכמה, און די כללי החכמה, דערנאך לאזען זיי דאס קינד שפראצן און דעוועלאפען זיין אייגען שכל, זיין vision, זיין הרגש השכל.
ב) א געזונטע געזעלשאפט ווען א מענטש ווערט געבוירען אין א געזעלשאפט וואס לעבן צוזאמען צו בענעפיטירען איינער פארען צווייטען,און איינער פונעם צווייטען,יעדער זוכט זיך אליינס צו דעוועלאפען און לאזט דעם צווייטען זיך צו דעוועלאפען לפי שכלו, קיינער צווינגט נישט ארויף זיין הבנה און השקפה אויפן צווייטען.
וואס טוט זיך מיט א קינד וואס ווערט געבוירען אין א שטאט ווי פאלגענד: וויליאמסבורג, מאנסי, ניו סקווער, טאהש, קרית יואל, עיר התורה לעיקוואד, בני ברק, קרית וויזשניץ, קרית פאפא, קרית קאשוי, קרית לאקשעלדריק, להבדיל אלף אלפי הבדלות עזה, עמיש טאון, מיניסטרי, church house ,north Korea ,north wazariston Pakistan
ווערט אויפגעצויגען און גייט אדורך די הויכקלאסיגע עדזשוקעישען סיסטעם פון: סאטמאר, פאפא, בעלזא, וויזניץ, באבוב ,סקווירא, פיטסבורג אשדוד, גור, קרעטשניף רחובות, נייטרא, תולדות אברהם יצחק ואהרן, דושינסקי, מאשלאו פארקוויי, געדצעהלער, ר' משה גרין ,משה ווייס, מונקאטש, קלויזענבורג, בית חינוך הישן מאנסי, בית טראנא, בנות מרגליא, בנות מרגלית, בנות ציון, בנות ?????? בית חנה, בית אסתר, בית רחל, בית שרה, בית זלפה (זייטס מיר מוחל אויב ס'נישט דא) בית צפורה.
די געדאנקען-גאנג פון מענטשען וואס זענען געבוירען אין אזא ענווייראמענט איז היפש עפעקטירט, נעמענדיג אין באטראכט קודם די יסודי החכמה וואס מ'פארפעלט צו לערנען מיט אזא מענטש, און נעמענדיג אין באטראכט די הויפענעס פון הבלים וואס מ'וואשט און מ'פארדרייט די קעפ, נישט לאזענדיג א מקום חלל און קאפ צו טראכטען א גראדע מחשבה.
און צווישן אונז זענען דא פארשידענע אופנים וויאזוי ס'קלאפט אויס דיע חינוך סיסטעם, די גרעסערע חלק וועט מיט גיין מיט אלעס וואס מ'האט עם געווישט די קאפ, אזא איינער וועט פארענטפערען א יעדע חסיד'ישע מעשה, וועט כסדר פארענטפערן, גרויס מאכען, און שווערן טריישאפט צו די פארטיי, רבי, רב, קהילה, וואס מ'האט אים אויסגעלערענט אלס קינד צו גלייבען. פארשטייט זיך ער וועט כסדר דערנידערן און בארעדען דעם רעבינ'ס בר פלוגתא.
המשך יבוא.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
וואס הייסט כמעט שעברתי? די שרייבסט זייער גוט, און די פאקט אז די ביסטו נישט נושא פנים לאיש, די ביסט ווי ציונים רופן "דוגרי" און די זוכסט נישט צו זיין פאפולער, איז לאו דווקא א חסרון, בעיני האט עס אויך מעלות גרויסע, חזק ואמץ.
איך בין נישט און באבוב איך האב נאר אויסגערעכענט נעמען וואס איך קען מפי השמועה אויפען ערגסטען פאל זיי דיך מצייר אז דיין טאטע און שווער זענען ריין ראסע 48 און די ביסט פון דיע יונגעלייט וואס האבען אפגעלאזט זייער משפחות און געגאנגען מיט די קארטשינע What about ביסט א זוהן פון ליפשיץ,אדער נאך בעסער ביסט א זוהן פון אונגאר אליינס ?
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
גרעיד דזשאב איינגעמיירעט ! זייער גוטע ארטיקלעך מיר ווארטן בכליון עינים אויף די המשך ועל של עתה באתי ווי ? ווי אזוי ? און ווען ? מאכט אט די היילגיע מעידטאציע ? keep up
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.