דיסקרימינאציע אקעגן גרים און בעלי תשובה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

דיסקרימינאציע אקעגן גרים און בעלי תשובה

שליחה דורך הוגה »

[justify]א באקאנטע מיינע איז א קינד פון בעלי תשובה. זיינע עלטערן זענען געווארן ב''ת זייענדיג סינגל, זיי האבן זיך שפעטער געטראפן און חתונה געהאט כדת משה וישראל. זיי האבן אויפגעצויגן א ריכטיג חסידיש שטוב מיט אלע פיטשיווקעס. צוועלף קינדערלעך קע''ה, פערפל און לאקשן פרייטאג צונאכטס, לעבער און גאלע שבת ביי טאג, מקפיד נישט צו טראגן מיטן עירוב, דאווענט מנחה שפעטערדיע, געפאטשט די קינדער... בקיצור א חסיד ווי אונז אלע.

פארציילט ער מיר לעצטענס אזא מעשה. זיין טאטע האט אים לעצטענס פארגעהאלטן פארוואס ער לייגט זיך נישט אריין אין קירוב. זיין טאטע האט אים געזאגט בזה''ל: ''דו ביזט א קלוגע יונגערמאן, א תלמוד חכם, א ריכטיג חסידיש יונגערמאן (חסידיש דא מיינט לאנגע פאות און ראזשעוואלקע), פון די אנדערע זייט ביסטו גענוג עדזשוקעיטעד און אפען-מיינדעד אז א סעקולארער איד וועט קענען האבן א געמיינזאמע געשפרעך מיט דיר און רעספעקטירן. פארוואס לייגסטו דיך נישט אריין אין קירוב? אפשר גאר דורך אור שמח אדער אש התורה.''

דער יונגערמאן האט געענטפערט זיין טאטע בזה''ל: ''ווי אזוי קען איך איבערעדן מענטשן איבער די אמת פון די חרדי'שע וועג און לעבן, און אז זיי זאלן ווערן בעלי תשובה, ווען איך ווייס די שוועריקייטן וואס עס ווארט זיי אפ אין אונזער וועלט? אלעמאל זיין צווייטע און דריטע קלאס סיטיזען, מוטשען מיט שידוכים מיט די קינדער און אייניקלעך וכו'.''

עד כאן המעשה.

מיין שאלה איז צוויי פאכיג. ערשטענס, מצד האנושי, טוען מיר זיך באגיין ריכטיג מיט גרים און בעלי תשובה זייערע קינדער און אייניקלעך? נעמען מיר זיי אן ממש אייניג ווי אונז? ווי איז די מענטשליכקייט? איז עס מענטשליך אז א טאפ בחור וואס צייכנט זיך אויס פון כתה א' און ווייטער זאל זיך דארפן מוטשען מיט שידוכים? פארוואס זאל ער נישט קענען טון א געהעריגע שידוך נאר צוליב דעם וואס זיין טאטע, באבע, עלטער זיידע זענען געבוירן געווארן צו נישט פרומע עלטערן? דער מיידל צייכנט זיך אויס מיט לערנען, צניעות, ערליכקייט, איידלקייט און איז א געוואלדיגע בעלת מידות, זי מוז נעבעך זיצן אויף די זייט און צוזעהן ווי אירע חבר'טעס ווערן אויפגעכאפט און פארהייראט איינס ביי איינס, און זי מוז נעבעך ווארטען ביז איר בעשערטע דריטע קלאס בחור ווערט געפונען, אלץ צוליב די זינד פון געבוירן ווערן צו עלטערן ב''ת? איז דאס נישט דיסקרימינאציע במלא הדרתו? איז דאס יומעניטי? איז דאס די אידישע וועג?

צווייטענס, מצד התורה, איז דא א ריכטיגע סיבה נישט צו טון א שידוך מיט א בן גרים, אדער א בן בעלי תשובה? איך האב שוין מערערע מאל געהערט מענטשן זאגן אז זיי האבן מורא אז די טאטע, מאמע, זיידע, באבע איז אפשר א ''פגום''. קודם כל וואס מיינט א פגום? צווייטענס איז דאס אן אמת'דיגע פראבלעם ע''פ תורה, אדער איז דאס אן געפיליש/השקפה'דיגע (ליין, רשעות'דיגע) איינרעדעניש?

איך פערזענליך וואלט קיינמאל נישט געהאט א פראבלעם צו נעמען אזא בחור פאר אן איידעם און אזא מיידל פאר א שנור, ווילאנג עס איז צוגעפאסט פאר מיין קינד. און ממילא באדערט מיר דער ענין גאר שטארק.

איך רעד דא טאקע בעיקר בנוגע שידוכים, אבער דער דיסקרימינאציע קומט פאר אין אנדערע פעלער, כגון שיינע איד'שאפט, כיבודים וכדומה, קינדער אנגענומען ווערן אין ישיבה'ס.

עס מוז ארויסגעברענגט ווערן צוויי נקודות. איינס, אין די מאדערן/פרומע וועלט עקזיסטירט בכלל נישט דער פראבלעם. צוויי, בנוגע חסד און מקרב זיין ב''ת און גרים ומשפחתם, שטייט אונזער קרייז בעסער ווי אנדערע.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ווען די אלע וואס זאגען אז זיי פערזענליך וואלטן גענומען איידימער גרים, וואלטן טאקע אזוי געטוען, וואלט דיין פראבלעם נישט עקזעסטירט.
Under influence
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

קאווע טרינקער האט געשריבן:ווען די אלע וואס זאגען אז זיי פערזענליך וואלטן גענומען איידימער גרים, וואלטן טאקע אזוי געטוען, וואלט דיין פראבלעם נישט עקזעסטירט.


אינטערעסאנט, איך האב (אין בעפארברייטונג צו דעם ארטיקל) דעם שבת אביסל ארום געפרעגט אין שול און יעדער איינער האט געענטפערט אז נישט. ווען איך האב געפרעגט פארוואס האט זיך אנגעהויבן א קעקעצעריי איבער פגום, ייחוס און נאך אנדערע אקסן מיסט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

הוגה, זאגסט אז דו וואלסט גענומען א קינד פון גרים אויב ספאסיג פאר דיין קינד?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
אריק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך אריק »

דארפסט נישט קריכן ביז גרים און בעלי תשובה, די ספרדישע זענען ביי אונז פונקט אזעלכע צווייטע קלאס בירגער..
wassup
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 22, 2013 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך wassup »

הוגה האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:ווען די אלע וואס זאגען אז זיי פערזענליך וואלטן גענומען איידימער גרים, וואלטן טאקע אזוי געטוען, וואלט דיין פראבלעם נישט עקזעסטירט.


אינטערעסאנט, איך האב (אין בעפארברייטונג צו דעם ארטיקל) דעם שבת אביסל ארום געפרעגט אין שול און יעדער איינער האט געענטפערט אז נישט. ווען איך האב געפרעגט פארוואס האט זיך אנגעהויבן א קעקעצעריי איבער פגום, ייחוס און נאך אנדערע אקסן מיסט.

נאכאמאל ו איהר האלט אז די זאכן זענען נישט קיין פראבלעמען. וואלט איהר חתונהגעהאט מיט א
ממזר אדער א פגום די גרויסע צולייגער
Could somebody give me a massage
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

זר זהב האט געשריבן:הוגה, זאגסט אז דו וואלסט גענומען א קינד פון גרים אויב ספאסיג פאר דיין קינד?


לאמיך זיין מער אויפריכטיג, איך וואלט גענומען א בת גרים צו זיין מיין ווייב אויב ס'פאסיג.

אין ריאליטי וועט איינער למעשה קומען און זאגען אז כאטש ער למעשה איז נישט אקעגן אזא שידוך, דאך וויל ער עס נישט טון, ווייל ער וויל נישט אז די קינדער זאלן זיך מוטשען. נו, אויב אזוי האנדלן מיר דאך דא מיט א א נעווער ענדינג סייקל!
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

רבותי, לאזט מיר ארויס פון די גאנצע מעשה, כ'האב נאר געשריבן מיין פערזענליכע פילינג לגבי דער נושא בדרך אגב.

פארענטפערט ענדערש מיינע שאלות בנוגע מענטשליכקייט און תורה'דיג.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

א גר איז א געהריגע איד.
משא'כ אונז ארכי ארטאדאקסן, די עידית שבעידית קדשי קדשים פונעם עם נבון וחכם, ווייס איך נישט גענוי די ייחוס.
אויב עזרא הסופר אין אן אפשניט פון קארגע 70 יאר פונעם חרבן, האט זיך אנגעשטויסן מיט אזויפיל ממזרים, חללים, יקנה'ז מיט רשכבה'ג'ס; וואס איז נייעס מיט אונז?
טאקע פונעם מלחמה ווייסן מיר אפשר פון וואו מיר שטאמען, וואס איז געוועזןן בעפאר? אן אצבע למעלה, אדער א פראגע צייכן?
איך האלט ס'איז דא אסאך א גרעסערן שאנס איך בין א ממזר ווי נישט. און איך מיין אז איך זאל מיר פרייען צו זיין א ממזר, ענדערש ווי א גוי גמור. דאן קען איך גיין צום מוהל אפבעהטן דעם חתיכה.
אבער, כ'מיין מ'נעמט אן אז ממזרים זענען מותר לבא בקהל ה'.
הפנים, אויב בין איך זיך נישט משדך מיט א גר, האט דאס מיט ייחס ווי יואב מיטן תורה ומחשבה פאורם.
דיסקרימענאציע איז זיכער אומדערהערט, און כלפי שידוכים איז דאס בלויז פון די קליינע פראבלעמען פון א פארנעפלטן סעריע פראבלעמען וועלעכע פלאגט דעם חסידישן געמיינדע בנוגע שידוכים.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

חלילה, כ'האב סך הכל מעורר געווען אז דו, פונקט ווי מיך, ליידט אויף זעלבען קרענק.
וואס די ריכטיגע תירוץ איז? כ'שמעהם מיך מודה צו זיין.
Under influence
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

@הוגה, אומזינסט האט דען די תורה געדארפט זאגען זיבצען מאל אז מען זאל ליעב האבן און מקרב זיין דעם גר? זעט אויס אז יש דברים בגוי און עס איז א טבע פון מענטשן יס נישט צו טיען, עד כדי כך אז די תורה דארף אזוי שטארק מזהיר זיין דערויף מיט זיבצען מצוות עשה ולא תעשה.

אגב, און די לעצטע צוויי דריי וואכען איז פינקט געלאפן פארשידענע מאמרים דערויף אין איינע פון די צעטליך ביי לדעת.

צום ענין, עס איז שווער - און מעגליך נישט אויסגעהאלטן - אויף א עפענטליכען פארום אויסצושמיעסן פארוואס איינער זאל נישט וועלן נעמען א גר אדער בן גר פאר א איידעם/שניר, אבער עס איז זייער פאשטענדליך.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
פסיכאלאג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

ווי זענען אינזער רבי'ס ביי דעם שמועס

שליחה דורך פסיכאלאג »

איך האב טאקע אמאל געכאפט א שמועס מיט א חב''ד'סקער ב''ת ,
האט ער געהאט צו מיר א שטארקע טענה היתכן ביי אייך אין סאקמר וואלט די רבי וואס האט ליב געהאט יעדן איד קיינמאל נישט געגעבן איינס פין זיינע חסידים'ס טעכטער פאר מיר,
וואס אין די זעלבע צייט בין איך אריין אין לובאוויטש די ראש ישיבה דארט האט מיר פארהערט אין צוגעשטעלט א שידוך פין די שענסטע שטובער אין לובאוויטש, אין יענער האט אויסגעפירט מיט טרערן אין די אויגן דאס מיינט א רבי / פירער, איינער וואס קוקט אן יעדעס ערליך קינד אין איין דרגה!

חברע כבין געבליבן מיט די צינג אינדרויסן, !
יעצט בדחן. קענסטו זעהן אז עס זענען געווען גרויסע מענטשן הגם זיי האבן נישט געהאלטן מיט די שיטות פין רבין זכיסאגענעל אייני דאך האבן זיי געטוהן ווי עס שטייט אין תורה, אין וויאזוי אן אמת'ן פירער פין יודען דארף אויסקוקען
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is 
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 10:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך DotCom »

יואב האט געשריבן:א גר איז א געהריגע איד.
משא'כ אונז ארכי ארטאדאקסן, די עידית שבעידית קדשי קדשים פונעם עם נבון וחכם, ווייס איך נישט גענוי די ייחוס.
אויב עזרא הסופר אין אן אפשניט פון קארגע 70 יאר פונעם חרבן, האט זיך אנגעשטויסן מיט אזויפיל ממזרים, חללים, יקנה'ז מיט רשכבה'ג'ס; וואס איז נייעס מיט אונז?
טאקע פונעם מלחמה ווייסן מיר אפשר פון וואו מיר שטאמען, וואס איז געוועזןן בעפאר? אן אצבע למעלה, אדער א פראגע צייכן?
איך האלט ס'איז דא אסאך א גרעסערן שאנס איך בין א ממזר ווי נישט. און איך מיין אז איך זאל מיר פרייען צו זיין א ממזר, ענדערש ווי א גוי גמור. דאן קען איך גיין צום מוהל אפבעהטן דעם חתיכה.
אבער, כ'מיין מ'נעמט אן אז ממזרים זענען מותר לבא בקהל ה'.
הפנים, אויב בין איך זיך נישט משדך מיט א גר, האט דאס מיט ייחס ווי יואב מיטן תורה ומחשבה פאורם.
דיסקרימענאציע איז זיכער אומדערהערט, און כלפי שידוכים איז דאס בלויז פון די קליינע פראבלעמען פון א פארנעפלטן סעריע פראבלעמען וועלעכע פלאגט דעם חסידישן געמיינדע בנוגע שידוכים.


ממזרים זענען אסור לבא בקהל השם אחוץ מיט א ממזרת, און די גמרא זאגט אין יבמות עח: אז עס בלייבן נישט קיין דורות פון ממזרים, אחוץ אויב מען ווייסט דערפון וואס דעמאלט בלייבן זיי אייביג, און אפילו אויב מען ווייסט נאר נישט יעדער ווייסט וועלן זיי אויך פארשוואונדן ווערן ביז 3 דורות.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

די שאלה איז באמת פארקערט: וואס עפעס זאל טאקע א בעל תשובה / גר זיך דרוקן דוקא צו זיין אין א קאמיוניטי וואס איינע פון אירע פילע חסרונות איז אז זיי ווילן אים נישט גענצליך אקצעפטירן ווי ער וואלט ווען געווען א גראדער פישפיקלאדיין'ער אפשטאמיגער.

לענין, עס איז טאקע דא סאלידע סיבות פארוואס זיך מונע צו זיין, אבער די עכטע סיבה פארוואס דער עולם איז זיך מונע, איז: .... ווייל דער עולם איז זיך מונע. והא ראיה, רוב וויליאמסבורג האט נישט קיין פראבלעם זיך משדך צו זיין מיט א משפחה מסויימת (אפשר ווייל רוב ווילי איז פון די משפחה...). איי דו האסט חששות? פארוואס זאלסטו נישט ענדערש נעמען א ספרדי טהור?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דער יונגערמאן איז טויזנט פראצענט גערעכט, וכן שמעתי מעוד כמה אברכים מוכשרכים ורגישים וואס זענען נאנט צו דער ענין. משכנע צו זיין איינער מבחוץ אריינצוקומען אין דער חרדישער קהילה, וואס אחוץ די אומצאליגע פראבלעמן וואס ער מאכט פאר די אייגענע זיינע, וועט ער קיינמאל נישט מקבל זיין א דרויסענדיגער אלץ א חלק מן החבורה, איז א פשוטער עבירה און דער וואס טוט דאס נאך איז עתיד ליתן את הדין.

אבער אויסלערענען יודען אביסעלע יידושקייט מוז גארנישט האבען צוטוהן מיט זיי אריינברענגען אין א צוייטער קולטור. ממעג און מדארף מפיץ זיין יידושקייט פאר אלע סארט יודען אן אפילו בעטן פון זיי אנהייבען צו היטען מצוות און אוודאי אן זיי איבערעדן אפצולאזען א געזעהלשאפט. פשוט אביסעל א טובה טוהן בגשמיות אריינברענגען א יידושע טעם אביסעל אין רחוקים וואס האבען לאנג נישט טועם געווען א גוט שטיקל שמאלץ הערינג. בכלל די היינטיגע בעל תשובה'ס מיט שכל ארבעטן שוין בכלל נישט אויף דער מהלך פון אינגאנצען איבערדרייען א מענטש'ס לעבן וואס איז נישט געזונט בגשמיות וברוחניות, נאר אביסעל דערלייכטען דאס לעבן באור התורה באותו מקום ובאותו פרק ובאותו אשה.

לגבי דיסקרימינאציע וכו', איז נישטא וואס צו טוהן, כל זמן אונזערע קהילות זענען געבויט מתחילה ועד סוף אויף אזעלכע נארישקייטן, בגשמיות וברוחניות. די עוולות זענען אינהערענט צו די וועג ווי די קהילות אונזערע זענען געבויט. אויף צו מתקן זיין די פראבלעמן דארף מען צונעמן די גאנצע מהלך אונזערע שטיין ביי שטיין, אנגעהויבען פון די אדמור"ים ומנהיגים און גענדיגט ביי די חדר קינדער, און אז דאס זאל געשעהן אן אז אינצווישען זאל נישט בלייבען מיט וועם צו רעדן בכלל ברויך מען רחמי שמים.
I have a dream
Martin Luther King ~
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

לעיקוואוד, איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין שיטה אין קירוב. וואס עפעס זאל מען גיין מקרב זיין פרייע אידן צו טשולענט און קוגל? מיינסט מסתמא אז עס פעלט אים תענוגי עולם הזה. אויב דארף ער עפעס איז עס רוחניות. פשוט איז אז זיי מוזן נישט ווערן קיין חרדים צו זיין אידן. זאלן זיי ווערן MO אבער פולקאמע אידן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

אז א גר אדער א ב״ת קומט פון די וועלט אריין קיין ווילי לעבן איז ער גוט משוגע און איך דארף נישט אזאלכע מחותנים
 
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

א פגום איז א קלארע פראבלעם און אבן העזר מחלוקת אחרונים אויב סלויפט אויף דורות אדער ס׳איז נאר די קינד וואס איז געבוירען שלא בטהרה
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דעת תורה האט געשריבן:לעיקוואוד, איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין שיטה אין קירוב. וואס עפעס זאל מען גיין מקרב זיין פרייע אידן צו טשולענט און קוגל? מיינסט מסתמא אז עס פעלט אים תענוגי עולם הזה. אויב דארף ער עפעס איז עס רוחניות. פשוט איז אז זיי מוזן נישט ווערן קיין חרדים צו זיין אידן. זאלן זיי ווערן MO אבער פולקאמע אידן.


טשולענט און קוגל איז א משל. קענסט זאגען א געשמאקע חסידישע דערהער אדער סתם א שיינע מעשה פון תנ"ך אדער גמרא.

סנישטא קיין ענין נישט ער זאל זיי MO און נישט מזרחיסט און נישט קיין שום אנדערע זאך ווי ואוס ער איז יעצט. און בכלל איז דא נישט ריכטיג צו טוהן אזא זאך צו א מענטש עם אוועקרייסען פון זיין פלאץ זיין קהילה וכו'. סך הכל זאל ער האבען אביסעל יידושקייט. אויב וועט ער וועלן היטען שבת אדער אנדערע מצוות איז כל הכבוד, אז דאס איז עם גוט איז פארוואס נישט, אבער גיין זיין א מישינערי איינרעדן א מענטש צו קאנווערטן צו א געוויסע רעליגיע איז נישט אויסגעהאלטן מאראליש און תורה'דיג.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבותי, גר מיינט בכלל נישט איינער וואס האט זיך מגייר געווען. עס מיינט אן אימיגראנט, "ואהבתם את הגר" אין וויליאמסבורג זשארגאן מיינט "האב ליב מאסרי" און נישט זיי מפיץ סאטמאריזם אין ארגענטינע, ברענג זיי אהער צו האבן וועמען צו דערקוטשען די יארן.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

יאנקל האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:@הוגה, אומזינסט האט דען די תורה געדארפט זאגען זיבצען מאל אז מען זאל ליעב האבן און מקרב זיין דעם גר? זעט אויס אז יש דברים בגוי און עס איז א טבע פון מענטשן יס נישט צו טיען, עד כדי כך אז די תורה דארף אזוי שטארק מזהיר זיין דערויף מיט זיבצען מצוות עשה ולא תעשה.

1) אין די צייטן פון דער תורה האט א גר געווענליך געמיינט א מענטש פון איינער פון די ארומיגע פעלקער מיט וועמען עם ישראל איז זיך אין אלגעמיין נישט דורכגעקומען און האט געהאט פאליטישע און מיליטערישע געפעכטן. די תורה'ס באפעל איז אויך נוגע היינט אויב א גוי פון איראן, סיריע וכו' איז זיך מגייר, אז מ'זאל יענעם ליב טראצדעם וואס מיר ווייסן פון וואנעט ער שטאמט און אז זיינע בני משפחה האבן אונז פיינט. כמובן איז דאס נישט נוגע פאר רוב גרים וועלכע קומען פון פריינטליכע פעלקער, און עס איז נישט דא קיין שום סיבה זיי נישט ליב צו האבן.

2) אבער דאס איז קלאר אז דאס דיסקרימינירן קעגן זיי האט גארנישט מיט פסוקי התורה, ווי די דיסקרימינאציע קעגן ספרדים איז מוכיח. עס איז ווי לעיקוואד האט שוין געשריבן א סימפטאם פון אונזער דורכגעפוילטן קולטור.


1) זאגסט א אינטערסאנטע פונקט, מקור בהלכה??

2) דו - און אנדערע - שרייבען דא א יסוד כאילו עס איז דא א סיסטעמאטישע דיסקרימינאציע קעגן ספרדים, איך אין מיינע פערציג יאר האב עס נישט באגעגענט, אדרבה איך זע דא ווי יעדער איינער פילט זיך ממש בבית, אזויך אויך זע איך עס נישט און די נייעס אז עס זאל פאסירען ערגעץ אנדערש, אפשר גיבסטע אפאר משלים ווי די זעסט די דיסקרימינאציע??
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דעת תורה האט געשריבן:די שאלה איז באמת פארקערט: וואס עפעס זאל טאקע א בעל תשובה / גר זיך דרוקן דוקא צו זיין אין א קאמיוניטי וואס איינע פון אירע פילע חסרונות איז אז זיי ווילן אים נישט גענצליך אקצעפטירן ווי ער וואלט ווען געווען א גראדער פישפיקלאדיין'ער אפשטאמיגער.

לענין, עס איז טאקע דא סאלידע סיבות פארוואס זיך מונע צו זיין, אבער די עכטע סיבה פארוואס דער עולם איז זיך מונע, איז: .... ווייל דער עולם איז זיך מונע. והא ראיה, רוב וויליאמסבורג האט נישט קיין פראבלעם זיך משדך צו זיין מיט א משפחה מסויימת (אפשר ווייל רוב ווילי איז פון די משפחה...). איי דו האסט חששות? פארוואס זאלסטו נישט ענדערש נעמען א ספרדי טהור?

האט מען דאך שוין אמאל געשמועסט, צו פאראפראזירן די גמ' וועלכע זאגט "מדחציף כולי האי, שמע מינה ממזירא הוא", אויף א מעמבער פון יענע משפחה מסויימת, וואס ער און זיין טאטע זענען געווען שטארקע מחוצפים --ווי ס'פאסט פאר זיי --. ."מדחציף כולי האי, שמע מינה לאו ממזירא הוא"
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

קופערניקוס האט געשריבן:רבותי, גר מיינט בכלל נישט איינער וואס האט זיך מגייר געווען. עס מיינט אן אימיגראנט, "ואהבתם את הגר" אין וויליאמסבורג זשארגאן מיינט "האב ליב מאסרי" און נישט זיי מפיץ סאטמאריזם אין ארגענטינע, ברענג זיי אהער צו האבן וועמען צו דערקוטשען די יארן.

פעך די דערמאנסט מיר פון די עקלדיגע גרויליגע סאטמערע פארדארבענע חינוך מגייט אויפטון פאר די ספרדים ,און פורים ביים טיש צו סתם ביי א שבע ברכות מאכען זיי נאך די וועג וויאזוי זיי רעדן מיט די גרעסטע מאס לצינות, וואט א שעם!
בד״וו איך האב היינט גלערנט אין גמ פסחים קי״ב ע״ב רבי האט געזאגט פאר זיין זין ער זאל נישט משדך זיין מיט א גיורת
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
פארשפארט