איז מען מחויב מיתה פאר בארעדן די בנות לוט זכרונם לברכה?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 85 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

איז מען מחויב מיתה פאר בארעדן די בנות לוט זכרונם לברכה?

שליחה דורך מוח שליט »

היכי דמי חילול ה'.
אין א אשכול דא ווערט געברענגט א מעשה א קו א ווייסע' אז א איד, וואס לויטן סיפור האט אים הצדיק ר' משה פיינשטיין געהאלטן פאר כמעט א בעל רוח הקודש, האט גערעדט מיט זילזול אויף די צדקניות ויחסניות הקדושים די בנות לוט זכותם יגן עלינו. די עונש האט נישט געשפעטיגט צו קומען. ער האט איינגענומען א מיתה משונה. כן יאבדו כל אויבך ה'.

כ'מיין תסמר שערות !!!! עס שטייט דארט אז ר' משה האט געזאגט אז עס איז דא אן אמת דערין. געוואלד!!! איך גלייב נישט אז אין דעם ערגסטען רעזשים אין די וועלט וועט מען הרגנען א מענטש ווייל ער רעדט מיט זילזול אויף צוויי אומוויכטיגע פיגורען. נאך דערצו ווען די פעולה של זילזול האבן זיי דאך געטוהן מיטן בועל זיין אביהם. וואס איז די פשט אנצולייגן אויף דעם אייבערשטען אזא אומדערהערטע זאך? מיתות משונות פאר זאכן וואס דער גרעסטע אכזריותדיגע רעזשים וועט נישט טון. השופט כל הארץ לא יעשה משפט?

קען אפשר זיין אז די מקור פאר אזא מאדנע ערשיינונג נעמט זיך ווייל ווען עס קומט צו תורה אנגעלעגנהייטן פארן מיר אריין אין א פארצייטישע וועלט אנשאוינג. מיר גייען אריין אין די תקופה ווי דאס לעבן פון א יחיד האט געהאט גאר א קליינע ווירדע. אין יענע תקופה איז אפשר נאך נישט געווען געהעריג דעוועלאפט די מושג אז א יעדע יחיד איז זיין אייגן וועלטעל אין "געהערט" נישט פאר קיינעם. מען האט אפשר בכלל נישט געזעהן דעם יחיד ווי א unit פאר זיך מיט אייגענע רעכטן. דער יחיד כשלעצמו האט זיך אויך געזעהן אלס א חלק פון זיין משפחה, clan, אדער אומה. דעריבער איז געווען אין יענע תקופה פשוט אז ווען דער ראש המשפחה קומט מיתה, הרג'ט מען די גאנצע משפחה. [די געדאנק פון ירושה אויף נכסים איז אפשר א פארבלייבעניש פון דעם אנשואינג, ואכ"מ].
נאר מיטן געבן א זעלבסטשטענדיגע אויטאנאמיע פארן יחיד, פארשטייט מען אז מען קען נישט באלעבאטעווען אויף אים באיזה צורה שהוא, און אוודאי נישט באלעבאטעווען באופן היותר חמור, וואס דאס איז באלעבאטעווען אויף זיין נפש, און דאס אוועקנעמן לגמרי. מיר זענען אזוי צוגעוואיונט צו בארעכטיגען דעם זעלבסטשטענדיגקייט פון א יחיד אז מיר כאפן אפי' נישט אז דאס איז גארנישט אזוי פשוט. מיר כאפן נישט אז דאס פארלאנגט א גאנצע פילאזפיע פון הבנה וואס פרימיטיווע מענטשען האבן נישט געהאט אויף אן אויסגעבויטען אופן.

דיברה תורה כלשון בני אדם. ובלשון של הזמן שניתנה בה התורה. מען קען נישט האבן קיין חוקים וואס די דור איז בכלל נישט בשייכות דערצו. אלעס מוז בהכרח גיין לויט די אנשואינגען פון דעם דור. ווען די אנשואינגען פון די גאנצע וועלט וועט מאכן פארשריט, וועלן שוין די חז"ל זאגן אז מיר קענען נישט טון זאכן וואס אפי' די אומת העולם האבן שוין איינגעזען פאר אומריכטיג. [איך געדענק נישט כרגע די לשון הגמרא אויף דעם].

די פראבלעם איז אז שכחת התורה איז גובר, מיר האבן נישט די חכמים וואס זאלן אונז אפדעיטן אונזערע אנשואינגען. בעסער געזאגט, מען פארקלאפט דאס מויל פון די חכמים וואס טראכטן טיף און אמתדיג, און מען בלייבט מיט חכמים וואס גייען מיט מיטן שטראם. מען ווייסט נישט אז דאס וואס האט געמאכט סענס פאר טויזענט יאר צוריק, מאכט נישט קיין סענס היינט. מען קען נישט רעדן פון א עונש מיתה משונה פאר בארעדן די בנות לוט, אהן בועט זיין אין דעם 'כי הוא חכמתכם ובינתכם'. איך רעד נישט נאר פון דעם 'לעיני העמים', איך רעד לעינינו, פאר אונזער אייגענע אויגען און הארץ.
אפי' די פונעם 'רעכטן' לאגער דא, וואס האלטען זיך נישט 'אויפגעקלערט', וועלן דאך זיין אויפגעשוידערט צו הערן אז סאדאם חוסעין האט ארויסגענומען דאס צונג פון א מענטש און אים אזוי געהארגעט, ווייל ער האט מזלזל געווען אין עפעס א זיבעטע קאזין פון א מקורב למלכות. דער גרעסטער 'רעכטער' קען זיך נישט ארויסדרייען פון ווערן מושפע פון די אנשואינגען של דורו. בתוך נימי נפשו ולבבו איז א מיתה משונה פאר בארעדן בנות לוט, ביי יעדען מענטש בדורינו א עקעלדיגע גועל נפש.
מען שטיפט אריין אין זיך אז די תורה איז ח"ו א גועל נפש. די גאנצע חילוק איז אז דער אזויגערופענער 'רעכטער, תמימותדיגער' האט דעם כח צו באדעקן און פאוואסערן דעם אינערליכע גועל נפש, און דער אזויגערופענער 'לינקער, אויפגקלערטער', באדעקט נישט די טיפעניש פון זיין הארץ מיט תירוצים. ער רופט די זאך ביים נאמען.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר