ווענד זיך צו מ'זאגט עס "מיט-לענדישער" אדער מיטל-לענדישער". לכאורה איז די צווייטע ריכטיגער, און עס איז טאקע א טעות פון מיין זייט צו שרייבן מיט איין למ"ד, כאטש אין וויקיפעדיע, און אין גוגל טרענסלעט זע איך אז זיי האבן עס אויך געשריבן מיט בלויז איין למ"ד.
איך האב אדורכגעלייענט דעם גאנצן מאמר, און כ'האב נישט קיין הערות ווייל איך בין נישט באקאנט אין דעם נושא. אבער עס איז רייך און מלא תוכן! און אלס אוכל פירותיהם בעוה"ז, קענסטו קומען אפנעמען פון מיר א שאכטל פוטער פאר אומזיסט, כדי דיר צו באצאלן ד' וה' אויף די פארלוירענע אפגעשפארטע פוטער.
ווענד זיך צו מ'זאגט עס "מיט-לענדישער" אדער מיטל-לענדישער". לכאורה איז די צווייטע ריכטיגער, און עס איז טאקע א טעות פון מיין זייט צו שרייבן מיט איין למ"ד, כאטש אין וויקיפעדיע, און אין גוגל טרענסלעט זע איך אז זיי האבן עס אויך געשריבן מיט בלויז איין למ"ד.
קופערניקוס האט געשריבן:יידל מאך אן אייגענע מאגאזין. יידל, לויף יידל, RUN YIDL, RUN, רוץ יידל, רוץ. רהוט, יידל, רהוט1
די קול קורא'ס זענען שוין גרייט, די חופקקי"ם ווארטן שוין מיט שפאנונג, 27 געשעפטן אין וויליאמסבורג דאמעריקא האבן זיך שוין אונטערגענומען. טא וואס ווארסטו? קומענדיגע חודש א מאגאזין אין די געשעפטן!!
יידל האט געשריבן:נ.ב. כאטש דא איז נישט דער בליץ אשכול מוז איך ארויסברענגן מיין אנטריסונג איבער די נידעריגע גראמאטישע מצב פונעם בליץ. איין זאך וואס שטעכט מיר ממש אין די אויגן איז די משוגעת פון שרייבן אן אונטער-שטרעכל , נאך די ענדע פון א זאץ, און דאס לייגן אן אויבער-שטרעכל בעפאר א ס וועלכע קומט ללשון רבים, לדוגמא "קאלומ'ס". און ער מעג זיך שעמען. "מידעטרעניען"? וואו מיינט ער שרייבט ער? אויף עפעס אן אנליין פארום? ער קען נישט שרייבן ים-התיכון אדער מיטלענדישער ים?
באזונדער שטעכט אויס די אויגן - אדער וויל זיך אויסשטעכן די אויגן - דאס נוצן א קאמע נאך און בנוסף צו א פראגע צייכן. פעך. ווען כ'האב עס געליינט האב איך באוואונדערט דאס סבלונות דיינער אין זיך האלטן צו א דירעקט ציטיט אפי' בכל נפשך, און אן אנמערקן [sic].
איין זאך פארשטיי איך נישט, די עשרת השבטים וואלט געדארפט זיין היינט מיליאנען מענטשן! וויאזוי קענען זיך אזוי פיהל מענטשן באהאלטן???
קען זיין אז אין די הרי חושך (די לעגענדע ברויך א באזונדערע באהאנדלונג) לערענט מען בלויז לימודי קודש און ממילא האבן זיי נישט געמאכט פארשריט אין מעדעצין און אין הייגין, און דאס לעבען איז נאכאלס א דורכשניט פון דרייסיג ביז זעכציג יארן, און פון יעדע משפחה שטארבן האלב ביים לידה, און מגיפות קומען יעדע שטיק צייט און ווישן אפ א דרייפערטעל פון די פאפולאציע.