smartinof האט געשריבן:וויאזוי מאך איך אז מען זאל קענען זען די עטעטשמענט, און נישט אז מען זאל דארפן אריינגען אינ'ם פייל, [ס'איז אפשר שלא מן ענין האשכול, אבל ידוע הפתגם מהמשורר "עת לעשות...הפרו..."]
אז דו לאודסט עס ארויף אלץ בילד און נישט אלץ פידיעף.
קאווע טרינקער האט געשריבן:געווען אין די גוסטע צו קויפן א נייע ספר, אבער ביגעלאייזן איז פארשלאסען צוליב חסידות איינגעלעגנהייטן.
הפרו תורתיך משום עת לעשות, ווען גדי פאללאק קומט ארויס מיט זיין משניות אויף ברכות וועט ער לכאורה אריינלייגן א בילד פון א פארשפארטע ביגעלאייזן מיט פארענטשעס...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
'מענה חכם', א ביאור פון ר' יואל כהן אויפ'ן ספר ויואל משה, אנצווייזן ווי מען האט עס פארדרייט אין סאטמאר, און א בריוו וואס ר' יואל האט געשריבן צו ר' מענדל וועכטער צו פארענטפערן זיינע קושיות אויף חב"ד קוקענדיג מיט סאטמאר'ע אויגן.
די גאנצע מעשה געפעלט מיר נישט, עס איז לכאורה געדרוקט געווארן קעגן דעם רצון פון איהר מחבר, ר' יואל האט עס נישט געלאזט ארויסגעבן נאכדעם וואס ער האט עס אריינגעשיקט צום ליובאוויטש'ער רבי'ן ז"ל און קיינמאל צוריק-באקומען, דער דרוקער שטעלט זיך פאר נאר מיט אן אימעיל אדרעס, און סך הכל האט ער עס אראפ-גענומען פון דעם אינטערנעט אזוי ווי עס שטייט און גייט מיט אלע טעותי הדפוס, ארויפגעווארפן א פעקל מוגזם'דיגע טיטול'ן אויף ר' יואל, און לאזט עס פארקויפן פאר 18 דאלער אין אייכלערס.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
וויאזוי האט דער קונטרס געמאכט איר וועג פונעם ליובאוויטשן רבי'נס פריוואטן צימער צו די אינטערנעט?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
עס איז ארויסגעקומען א פרישע ספר דורך אסתר פרבשטיין מיט'ן נאמען בסתר המדרגה וואס באשרייבט די היסטאריע פון יהדות הונגריה ורבניה בנוגע די וועלט מלחמה. פרבשטיין האט זיך שוין ברימט געמאכט מיט איר פריערדיגער ספר 'בסתר רעם' אויף הלכה והגות בעניני מלחמחת העולם השניה, א גאר אינטערעסאנטע און תוכנ'דיגע היסטאריע בוך. יעצט האט זי זיך ווידעראמאל קאנצענטרירט אויף אן ענליכע ארבעט בלויז אויף יהדות הונגריה. נאכ'ן מעיין זיין אין דעם ספר איבער א שעה האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין גאר אינטערעסאנט און היבש אביעקטיוו, כאטש אלס פרומע שרייבערין זוכט זי, ווי פארשטענדליך, צו זוכן פאזיטיווע חלקים לגבי די חרדים אין אונגארן. פונדעסטוועגן האב איך זיך נישט געקענט פועל'ן ארויסצונעמען פון טאש די קרוב צו $40 וואס עס האט געקאסט, איז עס געבליבן אויף די פאליצע ווארטן אויף א גואל.
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
געזען דעם ספר, ס'האט אויך א הקדמה פונעם מוציא לאור וואו ער באציעט זיך נישט מיט איבריג רעספעקט צום ראשקעבע. צום סוף האט ער צוויי נספחים, א כתב יד פון רבי מרדכי מבילגורייא צום סקווירער רבי'ן ווי ער זאגט נאך לשון קדשו פון זיין ברודער אז די ממשלה אין א"י איז א ישועה פאר כלל ישראל, און צוויי בריוון פון גאב"ד קוממיות וואו ער ברענגט צווישן אנדערע א נימוק בשם החזו"א פארוואס מ'מעג יא זיך איינשווערן אלס חבר הכנסת געבויעט אויף א פסק פון רמ"א אז א מילתא דמשתמא לתרי אנפא הייסט נישט קיין דברי כפירה. אין אנדערע נייעס ווערט איבערגעגעבן דורך נאמני ביתו פון הגאון בעל מענה לאגרות שליט"א אז דער ספר מענה למענה איז שוין אט אט גרייט לדפוס און וועט באקרוינט ווערן מיט ווארעמע הסכמות פון גדולי דורינו א שטייגער ווי גאב"ד טשאטה ושפיטיווקא ועוד און וועט פארטיילט ווערן ביים גרויסארטיגן דינער לטובת מוסגות חמלה ואמונה פאר די אלע וואס זענען זיך משתתף מיט א סכום פון 360$ און העכער. בקיצור, דער ספר האט אויפגעוועקט אן אלט איינגעשלאפענע פולמוס, און איך גלויב ס'עט יעצט צוריק ווערן לעבעדיג מיט פינקען פייער און אפשר אפילו א חרם און א פולמסא דנורא.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
נאך א נקודה וואס ווערט דארט שטארק ערווענט איז אז ידי זרים שלטו בספה"ק ויואל משה א טענה וואס איז שוין כמה וכמה פעמין גענוצט געווארן מער אזוי מחמת דרך ארץ, א זאך וואס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל ווייל דער מחבר איז געווען געזונט און פריש לאנגע יארן דערנאך וואס דער ספר איז ארויסגעקומען, וויאויך איז דא צו באקומען די ערשטע דרוק ממילא איז די טענה אבסורד און פערדיש.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
עס איז שוין לאנג דא א מאמר צו מיישב זיין די השגות פונעם ספר מענה חכם, דוכט זיך פון די לבלרי (טייל רופן זיי מסלפים) גינת ורדים.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
איך האב גענומען דעם ספר הענט אריין, די ערשטע בלאט וואו די השגחה האט צוגעפירט איך זאל אויפמישען, האט זיך געליינט "וזה נגד הרמב"ם, ואיך יתכן שיחלק איש על הרמב"ם, וכבר כתב רבינו שליט"א (אגרת קודש נ"ו, ס"ט י, יא 7) שהרמב"ם הוא הפוסק... אזעלכע טענה'רייען רעדט נישט צו מיר, והחזרתי המענה על מקומו.
ס'האט אים געבאדערט אז מענטשען ווייסען נישט די גדלות פון רב אלישיב. ער ברענגט א בריוו וואס בעל חפץ חיים האט געשריבען בנוגע א באשרייבינג אויף אים זעלבסט, בחייו.
ווייסט איינער וועגן דעם ספר מאמרי חינוך והוראה פון פרופ' משה ארמנד איז דאס אינטרעסאנט ? כ'האב געטראפן דעם ספר און עס זעהט מיר אויס אינטרעסאנט איך ואלט זייער געוואלט וויסן מער איבער דעם מענטש. יישר כוח
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
ס'נישט קיין מוסר ספר, א קובץ מאמרים פון מחנכים פאר בחורים. ס'קאסט נאר 4 דאלער ממילא האב איך עס געקויפט. דאכט זיך מיר אז דער ארויסגעבער איז דער זעלבער פון מה יפו פעמיך - א שיינע סעריע אוף ימים טובים, דורך א סטוטשינער יונגערמאן וואס גיט ארויס שיינע זאכן. ס'האט א מאמר פון קאסובער רבי, רב ראזנבולם, רב גרין, און נאך. און סתם שמועסן, עצות, ליקוטים, וכו', עניני קעמפ ובין אדם לחבירו, פאר בחורים. די גרעפיקס איז הערליך. אלעס איז אויף אידיש. איך ווייס נישט וויאזוי מ'קען אזא פראיעקט באצאלן מיט 4 דאלער.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.