איך בין שוין ווייטער דא מיט מיינע שאלות.
סע טוהט זיך יעצט וועגען די מדינת ישראל קאאליציע וואס סע זעהט אויס אז מע גייט זיך נעמען אריין שלעפען בחורים צו די מיליטער.
וואס איז די הלכה ביי דעם?
די צייטונגען שרייבען די ערגסטע זאכן וואס סע געשעט אויב מע גייט אין די מיליטער. אז מע רייסט אויס אידישקייט.
סע די זעלבע ווי ביי די קאנטאניסטען?
איך בין א סאטמארע אבער איך וויל אויך הערען וואס די אנדערע זאגען. סע זעהט אויס אז יעדער האט א פראבלעם מיט דעם. ניטש נאר סאטמאר.
וואס איז נחל חרדי?
הרב שטיינעמאן האט עס געמאכט אדער געהאלטען פון עס אדער נישט? סע געווען א פראטעסט אין וויליאמסבורג קעגען איהם אמאל ועגען דעם.
גייט מען עס קענען אויספירען? אדער קיינער גייט נישט גיין אין מיליטער און ענדערשער אין תפיסה?
וויזוי קען מען צווינגען איינעם זאל גיין אין מיליטער ווען ער וויל נישט? ער וועט דען זיין א גוטע סאלדאט געצווינגענערהייט?
גיוס בני ישיבות
דער אשכול פארמאגט 70 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן