מעשה שהי' כך היה.
פאר אומגעפער א וואך צוריק איז ארומגעפארן א שרעקליכן בילד ביים היימישן עולם, נעמליך, א חסידי׳ש בחור׳ל זיצט אויף אן אפיס טשעיר, אינגאנצן אנטבלויזט. נאקעט.
עס האבן זיך אנגעהויבן העפטיגע טענהרייען אויף די טעקסט און וואטס אפ גרופעס וועלכע האבן דיסקוטירט וויאזוי דאס בילד איז צושטאנד געקומען און וואס שטייט אונטערן בילד.
עס האט זיך נישט געלייגט אויפן שכל צו זאגן אז מ׳רעדט דא פון א שייגעץ, ווייל דאס פנים איז געווען קענטליך א מער-איידעלע-סארט צורה, א גרויסן שיעור פאה וכו׳, ממילא... א מיסטעריע.
היינט אבער האב איך באקומען די פאלגנדע שורות:
ס'דא א אינגערמאן וואס איז געווען א מלמד אין א מוסד, אפאר יאר צוריק האט איינער אויף אים מרנן געווען אז ער איז עפעס נישט איי יי יי, די מוסד האט געמאכט א ביסעלע ריסורטש און געגעבן פארן מלמד ס'אפציע זיך שיינערהייט אפצוזאגן פון זיין פאזיציע אדער אדורכגיין א שווערע פראצעס ווי ער וועט קענען אויפווייזן צו ס'איז אמת צו נישט. למעשה האט די מלמד אנגענומען די ערשטע אפציע און געגאנגן. מ'האט מיטגעשפילט מיט אים אז ער איז שטארק הייזעריג און קען קיין חדר נישט פירן. (אגב די אנפירער פון דעם תלמוד תורה קענען נישט זאגן ״ידינו לא שפכו״ וכו׳. ודו״ק)
למעשה דער אינגערמאן איז נישט איינגעזיצן, ער האט ווייטער געלאקערט אויף בחורים, אבער אלס מורא נאכן האבן פוטער אויפן קאפ איז ער מייסטערהאפטיג אויפגעקומען מיט א רשעות׳דיגן געדאנק אז ער האט פארט פארברענגט מיט זיינע קרבנות ווי אדם הראשון פארן חטא, האט ער זיי געסטראשעט אז ער וועט ארויסגעבן בילדער פון זיי אויב יענער רעדט. (אגב, דאס ווייזט אז שוין בשעת׳ן חוטא זיין האט ער זיך שוין געגרייט פאר די נאכפאלגנדע)
למעשה, צוויי וואכן צוריק האט א בחור גערעדט און דערציילט וואס ער איז אלס אדורך מיט דעם מלמד/פריוואטע לערער, און דער מאנסטער האט געמיינט אז א צווייטער האט גערעדט האט ער ארויסגעגעבן א בילד. און אזוי איז די גאנצע מעשה ארויפגעשווימען אז זיין הייזעריגקייט איז נישט געווען די גורם פון ווערן אויס מלמד.
מ'האט יעצט אינוואלווד גאר שטארקע פראפעשענעלס ווי אזוי צו הענדלן די זאך.
כ'ווייס ס'גייען זיין דא מענטשן וואס גייען שרייען 'זעץ אים איין פאר 105 יאר' מ'דארף אבער נעמען אין קאנסידיראציע אז דער רוצח האט נאך בילדער פון נאך אומשילדיגע בחורים און איז גרייט זיי מיטצונעמען מיט זיין פגירה...
עס איז ארום געפארן א בילד פון א בחור נאקעט אינגאנצן ביי דעם מאלעסטער אין אפיס.
די טאטע פונעם בחור איז אריין צום סאטמאר רבי'ן ר׳ אהרן פאריגע וואך וויינען אויף זיין צרה. האט אים די רבי אנגעווינטשן ער זאל זיך נישט זארגן. ער וועט טאן א שיינע שידוך. די שידוך איז נעכטן געשעהן. (געזעהן ביידע בילדער)
ביז אהער גייט די מעסעדזש. איך האב אביסל ארומגעטוישט די לשון כטוב בעיני.
די בילדער וואס זענען ביי אים אין באזיץ נוצט ער יעצט אלץ בלעקמעיל.
די שאלה איז יעצט, ביי וועם אין די הענט ליגט יעצט די קעיס פון דעם געפערליכן מנוול/בלעקמעילער? צו איז דאס אנגעקומען צו איינער וואס ווייסט נישט בחייכון וביומייכון און קען נאך גורם זיין אז נאך בילדער זאלן ליעקן פון דעם מנוול/בלעקמעילער? אדער גאר צו די FBI וואס גרייט זיך אים אראפצוהאלטן אינמיטן העלן טאג אויף 59 מיט אויסגעשטרעקטע ביקסן, אזוי ווי עס פאסט זיך פאר א בלעקמעילער? אדער אפשר גאר צו א בית דין וואס וועט שיקן א שליח ווארענען דעם מנוול/בלעקמעילער אז נאך איינמאל...?
בילד פון א בחור ביים מאלעסטער אין אפיס ר״ל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
הנני מוכן ומזומן לקיים מצות עשה של 'עזוב תעזוב עמו', ומצוות לא תעשה של 'לא תעמוד על דם רעך', לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, ליחד שם י ה בו' ה, לשם יחוד קודשא ברוך הוא ושכינתיה בשם כל ישראל.
איך שרייב אצינד די שורות בדם לבבי, אנגעטאן מיט הוט און גארטל. עס ברענט אין מיר א פייער. וואס עס קומט אצינד פאר אין די גאס, איז א געהעריגע פלגש בגבעה מעשה, והשקט לא נוכל.
זיצט א בחור'ל, וואס א מנובל האט זיך נעבעך אויף אים ארויפגעזעצט און זיך צוגעריקט צו אים, אריינפירנדיג אים אין זאק אריין. דער בחור איז א בחור ווי אלע בחורים, מיט נסיונות תקופות, אמאל וויל ער יא - אמאל וויל ער נישט, ער וויל בעצם זיין וואויל אבער אין א שוואכע מינוט כאפט אים א חזיר אריין (נישט אז עס איז בארעכטיגט, אבער...) און פירט אים אראפ פון גלייכן געוויכט.
אויב איז די מעשה פאר זיך גענוג ווייטאגליך און שרעקליך, קומען צו גיין מענטשן ר-ש-ע-י-ם, וואס טראכטן ניטאמאל מיט א ווינק פון זייער מחשבה אז אין איין אויגנבליק מאכן זיי חרוב דאס לעבן פון אן אומשילדיגן בחור'ל. מען שמירט ארום די מעשה רעכטס און לינקס, מען פארשפרייט זיין בילד (וואס ס'איז נישט זיכער אויב עס איז לעגאל בכלל, אבער לאז שוין זיין אז יא), מען פאר'הרג'עט זיין נאמען, זיין שידוך, זיין לעבן. און דאס אלעס פארוואס? - ווייל ס'איז א זאפטיג שטיקל און עס איז געשמאק צו שמועסן איבער דעם.
ביסט דאך א רשע מרושע, אן קיין טראפ בושה. מיט וואס ביסטו ערגער פון דער בילדער כאפער?
אין אלע גרופס ווערט דער בחור דיסקאסירט מיט זיין גאנצע גוף, אינאיינעם מיט אלע קנייטשן און בייגן, די גאנצע משפחה מיט די גאנצע מעשה. ניין. קיינער איז נישט ברוגז אויפן בחור ח"ו, קיינער האלט נישט אז ער האט עפעס שלעכט געטאן. נאר פארוואס טוט מען עס? - ווייל ס'איז געשמאק. דו רשע איינער! דו ווייסט אז פאר דיינע תאוות וויינט נעבעך א אומשולדיגע נשמה? - דו ווייסט וויפיל יסורי הנפש דער בחור גייט דורך די טעג? - האסט בכלל אריינגעטראכט אין זיין מצב? - אדער קענסטו נאר שמועסן, רעדן און לאכן, צולייגנדיג דער מעדזשיק ווארט "נעבעך - ס'איז אזא עולה"?. איך ווייס נישט ווי אזוי א מענטש קען נעמען דעם סעלפאן און במו ידיו ארומשיקן דעם בילד צו אפאר חברים... ווי אזוי ציטערט נישט די הענט איידער דו טוסט דאס? - דו טראכסט ניטאמאל אז אצינד ביסטו מהרס דאס לעבן פון א מענטש?
מען רעדט דא פון די זעלבע מענטשן וואס שפילן דזשענטלמען א גאנץ יאר, כאילו זיי זענען די פיינע, די גוטע, אבער ווען עס קומט א תאוה קוקט ער אויס ווי די קאץ פון רבי יהונתן אייבעשיץ וואס האט סערווירט די באל פאר די פריצים, אבער ווען דער מייזל איז געקומען לאזט ער אלעס לויפן... די מענטשן טראכטן ניטאמאל אז עפעס איז ראנג. מען טרינקט יענעמ'ס בלוט מיט א געשמאק, הערנדיג מוזיק בשעת מעשה.
עפעס מענטשליכקייט רבותי. עפעס, עפעס.
לאליפאפ יקירי: איך גיי יעצט טון א זאך וואס איך וויל נישט טון. ס'איז נישט מיין סטייל, ס'איז נישט מיין רצון, איך האב עס נישט ליב צו טון, אבער איך גיי עס טון.
איך רעד צו דיר לאליפאפ: קוק מיר אריין אין די אויגן און ענטפער מיר. "דו שעמסט זיך נישט? - האסט פארלוירן יעדעס ביסל מענטשליכע געפיל?" - אוודאי, דו שרייבסט גארנישט קעגן דער בחור. אבער ווען דער בחור שטייט יעצט פאר דיר, דו זעסט זיינע תמימות'דיגע אויגן פאר דיר, וואלסטו געפאוסט אט די תגובה אויף קאווע שטיבל? - איז דאס זיין טובה? - ביסט אזוי זיכער אז זיין כלה וועט דאס קיינמאל נישט זען? און לאז שוין אפ די כלה; וואס טוט זיך מיט זיינע ארומיגע נאנטע? - ביסט טאקע אזא קוה? (אנטשולדיגט פאר די אויסדרוק - ביסט א טייערע יונגערמאן, אבער די מעשה איז א קוה'אישע מעשה, איימסארי.) איך וויל דיר פרעגן: האסטו איין רגע געטראכט פון דעם בחור'ל איידער דו האסט דעם אשכול געגרינדעט? - פארוואס טוסטו דאס צו אים, פארוואס ביסטו מהרס זיין לעבן?
איך מיין נישט דוקא דיר, לאליפאפ יקירי, איך נוץ דיר אלס משל ושנינה: צו ווייסטו אז דו לאליפאפ, דו באדינסט אצינד דער מלמד, דער בילדער כאפער? - אט דאס האט ער געוואלט. ניין? - ער האט געוואלט אז מענטשן זאלן עס צושפרייטן ווייטער און ווייטער, מען זאל רעדן דערפון און עס זאל זיך קאכן א קאשע. נקמה! דאס איז וואס ער וויל. און די אלע מענטשן וואס פארשפרייטן עס, זיי פירן אויס דער שליחות פון דער בילדער מאכער, און זיי זענען נישט ווייניגער שלעכט פון אים.
איך אפעליר דא צום גאנצן ציבור: א אידיש נפש, מיט עטליכע דורות אומשולדיגע נפשות, שטייען און בעטן זיך צו אייך מיט טרערן אין די אויגן:
"ביטע, רעדט נישט פון מיר, שמיר נישט ארום מיין נאמען, פארשפרייט נישט מיין בילד. איך האב גענוג געליטן פון דער וואס האט מיר מכשיל געווען. איך בין מאנאפילירט געווארן. זיי נישט ממשיך זיינע מעשים און לאזט מיר ביטע לעבן מיין לעבן. איך בעט אייך, טוט עס נישט צו מיר."
שטייט איר אצינד גלייכגילטיג צו זיין בקשה?
איך קען נישט ענדיגן די תגובה, איידער איך אפעליר דא צום ברייטן ציבור מיט א תחינה ובקשה:
ווער עס קען און האט די מעגליכקייט, זאל צוגיין צום בחור, אים זאגן אפאר גוטע ווערטער, חיזוק און טרייסט אין זיינע שווערע צייטן, אים העלפן מיט וואס נאר מעגליך. ווי אויך, ווער עס האט א שפראך מיט די צד הכלה, זאל אריינווארפן אפאר גוטע דיבורים אויפן בחור פארן מחותן, אים זאגן אז זיין חתן איז באמת א תכשיט פון א בחור (וביודעי קאמינא, אז ער איז באמת א חשוב'ער בחור, א תכשיט - ס'איז א שאד אז ער דארף דורכגיין אזא טראמא אין אזא בליענדע גוטע צייט). זאגט פארן מחותן אז עס איז אמת די גאלדענע אינפארמעישן וואס ער האט געהערט פון פריער אויפן בחור, נאר וואס זאל ער טון אז ער איז נעבעך אריינגעפאלן אין מאפיאנערישע הענט?!
אפשר, אפשר וועט דאס זיין א ריכטיגע תשובת המשקל, פאר די וואס זענען בשוגג דורכגעפאלן און געפלאטשקעט אין יענעמ'ס בלוט. איר קען זיין דער ריכטיגע שליח אויפצולעבן אידישע דורות און ריינע נשמות פארן אויבערשטן.
געדענקט: כל המציל נפש אחת מישראל, כאילו קיים עולם מלא.