וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שעפטל האט געשריבן:"דער קליינער הינטל האט ווארשיינליך נישט געקענט אליינס שמעקן" זאגט א וואלאונטיר מיט מיטלייד. "אזש מ'האט געברויכט ברענגען אנדערע הינטלעך אויפן סצענע צו שמעקן פאר אים אין די צייט".

די נייעס איז געספאנסערד דורך שמעקעדיג, וואס ריחו נודף מרחוק. "שמעקט אייך אן, וועט אייך זיין גרינגער צו טרעפן אין די פארשוואונדענע ניקס אשכול".
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

א צוויי-און-פערציג יעריגער פאליס דעטעקטיוו, איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פארן העקן אין אנדערע אפיצירן אימעיל אדרעסס. 'עדווין ווארגעס' איז ארעסטירט געווארן דורך די עף-בי-איי, נאך וואס פראפעסאנאלע העקערס האבן געזאגט אז ער האט זיי באצאלט איבער פיר-טויזענט טאללער, אריינצוהעקן אין אקאונטס וואס ער האט נישט אליינס געקענט העקן. "מיט די געלט האבן אונז געעפענט פרישע אקאונטס אויף די אפיצירן'ס נעמען" זאגט א העקער. "יאהאא וואלט זיך באלעקט מיט אזעלכע דעטעקטיוון".

באן פאסאנזשירן ברויזן ווידעראמאל, נאך וואס אין די היינטיגע נאכמיטאג פארנומענע שטונדן זענען אלע טראנזיט באנען צווישן ניו גערסי און ניו יארק שטעקן געבליבן, און איינגענומען א פארשפעטיגונג פון א שטונדע, צוליב א פראבלעם ביי די סיגנאלן. פארשער פרובירן צו דערגיין די מעגליכקייט אויב פייגלעך זענען אריינגעפלויגן אינעם מאפלער. "שוין צייט צו אינסטאלירן דיספאוזעבל באן סטאנציעס אויף די גאסן" זאגט א פאסאנזשיר "זאל זיך יעדער נעמען א באן פאר זיך, און רייזן אן קיינע פראבלעמען".

די פארט-אטארוטי פאליציי האבן ארעסטירט א מאן אין קענעדי לופטפעלד נאך וואס מ'האט געפונען ביי אים אין האנט באגאדש א אנגעפולטן גאן, און צוגאב נאך א רונדע קוילן. דאס איז שוין די צווייטע מאנספארזוין וואס איז ארעסטירט געווארן אינעם לופטפעלד מיט א גאן אין די לעצטע פאר טאג. "לויטן טעגליכן שטייגער" זאגט א ציווילער "ווען זיי טרעפן א אנגעפולטן באטל וואסער, ליידיגן זיי דאס אויס אין זיי". "אינטערסאנט אין דעם פאל, האבן זיי דאס נישט אויסגעליידיגט אין זיי."

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'יופאק'. א שאד אזעלכע דעטעקטיוון, מ'וואלט ליבערשט אריינגעהעקט אינעם באן קאנדאקטאר'ס צימער, און פארן ווייטער אנע פראבלעמען.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך אךשמח »

די פייערלעשער יוניאן האבן זיך געלאזט הערן קעגן דעם פייער קאמישאנער פארן פארשנעלערן די מינוטן וואס געדויערט די רעספאנד אנצוקומען צו א פייער. "מיט די אלע צוגעלייגטע מינוטן" זאגט די רעפארט "וויל די בלומבערג אדמיניסטראציע פארמאכן צוואנציג פייער סטאנציעס אין די סיטי". א ווארטזאגער לייגט נאך צו: "מ'ברויך צולייגן נאך עטליכע לאנגע מינוטן צום רעפארט אנשטאט". "דאס איז ווילאנג ס'דויערט פארן 911 רעפערזענעטיוו אויצוהייבן דעם פאון".

איינגעשטעלטע און הויעכראנגיגע אין ניו ג'ערסי האבן ארויסגעגעבן א באלוינונג פון צוואנציג-טויזענט טאללער פאר דער וואס פירט צום ארעסט פונעם פארברעכער וואס האט געווארפן אויפרייס מאטריאל אויף א פאליציי קעפטאן'ס וואוינונג. ס'האט גענומען פופצן מינוט פאר די פייער דעפארטמענט צו ברענגען דעם צוויי-שטאקיגן בילדינג אונטער קאנטראל. ס'איז נישט קלאר די גענוי מינוטן פונעם רעספאנד.

דער בירגערמייסטער בלומבערג האט זיך ווידעראמאל צעלאזט. זאגט פריעדמאן, דער אייגנטומער פון א געלע-טעקסי סטאנציע. לעצטע וואך זיצנדיג ביי א ספורטס שפיל ווען אלע ארום האבן געשריגן, האט זיך בלומבערג צושריגן אויף זיין שטייגער, שרייענדיג "ווארט נאר אויף קומענדיגע יאר ווען כ'וועל שוין נישט זיין אין אפיס, כ'וועל ענק אלע אונטערברענגען". וויילער זענען אין א דילעמא, און ווייסן שוין נישט וואס וועט זיין ערגער, בלומבערג'ס ארויסגיין אדער ווינער'ס אריינגיין..

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'קאוקא-קאולע'. מיר פארשנעלערן די מינוטן צו בלומבערגס ארויסגיין. אונז וועלן עפענען נאך צוואנציג סטאנציעס אין די סיטי.
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Germany is the 'Most Popular Country in the World'

שליחה דורך sefish »

Europe's largest economy, Germany, which has been criticized for not doing enough to help struggling euro zone countries, has topped a poll as the world's most popular country.

The survey, carried out for the BBC, polled 26,000 people in 25 countries and asked them to rate 16 countries and the European Union as a whole on whether their influence on the world was mainly positive or negative.

Germany came out on top, with 59 percent of survey participants giving it a positive rating. The country moved up three percentage points from its 2012 position. It displaced Japan, which saw its positive rating fall from 58 percent last year to 51 percent, going from first to fourth place.

The most negatively perceived country was Iran, with only 15 percent of respondents giving it a positive rating. Pakistan and North Korea also received low ratings.
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

א ניו ג'ערסי טשיף פונעם לאקאלע פאליציי האט פארענדיגט און אפגעצייכנט א מיילשטיין מיטן לויפן הונדערט-זעקס מייל, אלס אנדענק פאר סענדי געליטענע. ער איז געלאפן דרייסיג שעה אן אפשטעל. די היינטיגע רעגן האבן אים נישט אפגעהאלטן, טראצן ווערן דורכגעווייקט. זאגנדיג "די סענדי געליטענע זענען שוין נאס פול לענגער". העט ווען די ארטיגע גאווערנער נאכגעטוהן, הער ער זיך ווען נישט געברויכט בינדן.

פאליציי אין ניו ג'ערסי האבן ארעסטירט דעם געזיכטן פארברעכער וואס האט געווארפן אויפרייס מאטריאל און אונטערגעצינדן דעם פאליציי קעפטאנס וואוין ארט. דער ארעסטירטער איז א פאליס אפיציר זעלבסט. 'מייקל דאטראו' איז אנגעקלאגט געווארן מיט פונף קאנטעס פון מערדער, און פארן אונטערצינדן א בילדינג. אטוריטעטן ווייסן נאכנישט זיין מאטיוו. "נאך וואס א אפיציר איז געלאפן אין די טעג" זאגט א פאנטעזירער "איז דאס ווארשיינליך אלס אנדענק צום באסטאן מעריטאן".

שלעפער טראקס זענען די מערסט באנוצטע אין די ניו יארק פאליציי פלאטע. דאס מאל איז א ציווילע שלעפער טראק געקומען צו הילף פאר פאליציי. נאכיאגנדיג און כאפן א דרייווער אין קווינס, וואס איז אנטלאפן פון נאך א עקסידענט סצענע. דער דרייווער איז דורכפארן א רויטע ליכט איבערפארנדיג א ניינצן יעריגער דורכגייער, און איז בלאקירט געווארן מיטן טראק עטליכע גאסן דערנאך. העט ער ווען געהאט א טלית, העט ער ווען געקענט אריבערלויפן אויפן טראק.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פארקאש טליתים'. די היינטיגע רעגן האלטן אונז נישט אפ, טראצן ווערן דורכגעווייקט. די קאנטרי געליטענע זענען שוין נאס פול ערגער.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

ווי איז עס?
WASHINGTON: BREAKING NEWS - THE I-5 BRIDGE OVER THE SKAGIT RIVER HAS COLLAPSED. CARS ARE IN THE WATER WITH PEOPLE TRAPPED.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
sefish
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 576
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
האט שוין געלייקט: 161 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

שליחה דורך sefish »

IN WASHINGTON STATE
Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

sefish האט געשריבן:Europe's largest economy, Germany, which has been criticized for not doing enough to help struggling euro zone countries, has topped a poll as the world's most popular country.

The survey, carried out for the BBC, polled 26,000 people in 25 countries and asked them to rate 16 countries and the European Union as a whole on whether their influence on the world was mainly positive or negative.

Germany came out on top, with 59 percent of survey participants giving it a positive rating. The country moved up three percentage points from its 2012 position. It displaced Japan, which saw its positive rating fall from 58 percent last year to 51 percent, going from first to fourth place.

The most negatively perceived country was Iran, with only 15 percent of respondents giving it a positive rating. Pakistan and North Korea also received low ratings.



די דאזיגע באריכט ברענגט מיר א געמיש פון צער, ייאוש און ספיקות.
בנעורי געדענק איך ווי די גאנצע שול האט געוויינט ביי "נקום לעיננו נקמת דם עבדיך השפוך".
שוין, איך בין גענוג ליבעראל נישט צו בעטן אז דייטשלאנד זאל זיין כמהפכת סדום ועמורה, אבער ווי איז יוסטיץ? ווי איז יושר אז דייטשלאנד זאל זיין די מערסטע פאפולאר?
מדינת ישראל - די קינדער פון וויקטאמס, ראנגלט זיך. פרומע סורווייווערס קוקן צו די קראנקע סיסטעם וואס האט זיך אנטוויקלט פון זייער יצירה, און פונקט דייטשלאנד בליעט?
און זאג מיר נישט "די עונש וועט נאך קומען",
ווען פאר די אור אייניקלעך?
איך זוך נישט אז דייטשלאנד זאל אויסקוקן ווי ניגעריע, אבער גאר די פאפולערסטע?
פעלט ארימע פאר'חושך'טע לענדער וואס האבן נישט געטשעפעט א פליג, און פונקט דייטשלאנד בראט זיך און פרייט זיך, ופשתם כעגלי מרבק?
וואס פארשטייען מיר די השגחה עליונה.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

קוק אבער אהער. דייטשלאנד איז היינט פון די פריינטליכסטע לענדער צו איזרעאל! איך וואלט זיי געשטעלט נאך אמעריקע און קאנאדא.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פאליציי אין ניו ראשעל ניו יארק האבן אראפגעשאסן א מענטאל פאציענס נאך וואס זיי זענען ארויסגערופן געווארן צום פארשוין מיט א מעסער אין דעם בילדינג. דער פאציענט האט נישט געוואלט אראפלייגן דעם מעסער נאכן פארלאנג פון די אפיצירן, און האט זיי פרובירט צו אטאקירן דערמיט. "איך פארשטיי אז ער האט נישט גענומען זיינע פילן היינט" זאגט א אפיציר. "אבער א שטימפיגע מעסער איז פארט שעדליך".

א פאטאלער עקסידענט האט דערהרג'ט איינעם, און צוויי אנדערע זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד. אלע דריי פאסאנזשירן זענען אין די נידריגע צוואנציגער יארן. אויספארשער זענען נישט קלאר וואס האט געפירט צום עקסידענט אויפן גארדן סטעיט פארקוועי. גאווערנער קריסטי זאגט: "העט ווען די קאר געגאנגען אויף שטרענגערן דייעט, וואלט ער דאס זיכער פארמיטן".

א אנקעטע האט געוויזן אז א מערהייט ניו יארקע פארלאנגען מערערע זיכערהייטס קעמרעס אויף די גאסן. אזויפיל ווי צוויי-און-אכציג פראצענט אויסגעפרעגטע זאגן אז די סיטי ברויך זיין מער פארזיכטיג. אבער א מערהייט דערפון זענען קעגן בלומבערגס פלאן, אז די קעמרעס זאלן אויפכאפן און טיילן טיקעטס פאר שנעל-פארענדע דרייווערס. "ער וויל צוריקברענגען דעם 'קעי-די-סי' עפאכע" זאגט א אויסגעפרעגטער. "די סארט קעמרעס קענען אויפכאפן שנעל-פארענדע ביג-וויל'ס".

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'גאסטאו'. מיט אונזערע שטימפיגע קעמרעס, קענט איר זיכער זיין אז אייער קאר וועט אויך געהאלטן ווערן אונטער דעם שטרענגן דייעט.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ידען האט געשריבן:ווי איז עס?
WASHINGTON: BREAKING NEWS - THE I-5 BRIDGE OVER THE SKAGIT RIVER HAS COLLAPSED. CARS ARE IN THE WATER WITH PEOPLE TRAPPED.

א שרעקליכע געשיכטע. יעצט רופן זיי עודך פאר א חשבון הנפש וואס גייט פאר מיט אונזערע בריקן.

בילד

בילד
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

די ברוקלין בריק איז אפגעשפארט געווארן אין די נאכמיטאג שטונדען, נאך וואס ס'איז געפינען געווארן א פארדעכטיגטע קאר. ביידע זייטן זענען אפגעשפארט געווארן, ווי אויך די ביציקל ליניעס. דאס האט פאראורזאכט א שווערן טרעפיק אויפן מענהעטען בריק. מענהעטן בריק מאטאריסטן ברויזן "איינמאל דער אפיציר אינעם קאר מיט די הויעך ארויפגעצויגענע לייטס האט זיך אויפגעוועקט, ברויך ער נאכנישט איבערקערן א בריק".

סענעטאר שומער און קאמישאנער קעלי זענען צווישן די וואס זענען קעגן די נייע מאקסימום זיכערהייטס מיטלען ביים פרוי ליבערטי, און זאגן אז ס'קען אפילו אנמאכן מער שאדן. "ס'איז אזוי ווי פאסאנזשירן זאלן ווערן אונטערזיכט נאכן לאנדן מיט א פליגער" זאגט שומער. "נאכן אריבערגיין די זיכערהייטס אין מענהעטען ביי די שיפן ביזן ליבערטי, קען דאס נאר פארשווערן די ארבעט". פרוי ליבערטי אנטזאגט זיך פון קאמענטירן דערויף, ווילאנג די פילטער אויף די וואסערן ארום איר האט נאר איין פאראייניגטע אפשטימונג.

פאליציי אין לאנג איילענד האבן ארויסגעראטעוועט א צוויי-הונדערט פונטיגע פייגל פון א וואסער אפלויף. די פייגל 'אימאא' איז פון די גרעסטע סארט פייגל, ס'האט זיך פארלאנגט גרעסערע שטריקן דאס ארויצושלעפן. די סארט איז לעגאל צו האדעווען אינדערהיים. די פייגל איז צוריקגעקערט צו איר אייגנטומער. א פאמיליע מיטגליד זאגט אז ער האט ווארשיינליך געזיכט די נענסטע בייק סטאנציע, צום וועג אהיים.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פיטא ארג.' בלויז איין פאראייניגטע פראטעסט ערווארטעט פארן דיסקרימאנירן פייגל סטאנציעס.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

אל תשליכנו לביה''כ

שליחה דורך chosen people »

א כינע'זער מאמע האט אראפ געפלאשט איר נייע געבארן קינד אין די ביה''כ, שכנים וואס האבן געהערט וויינען ארויס קומען פון א פייפ האבן גערופען פאליציי, און פייער דיפארטמענט זענען אראפ געקומען און זיי האבן אויף געשניטן די פייפ, און געברענגט אין שפיטאל, די קינד איז אין א סטאביל קאנדישאן.
www.dailymail.co.uk/news/article-2331941/Chinese-baby-rescued-ALIVE-toilet-pipe-flushed-away-parents.html
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

א ארבעטער אינעם מעטראו-נארט טראנזיט, איז אומגעקומען נאך וואס א באן איז אים איבערגעפארן. דאס איז קנאפע צוויי וואכן פונעם שוידערליכן צוזאמקראך פון צוויי באנען אויף די שינעס. "איינע פון די צוויי, אדער די באן אדער די ארבעטער זענען ווארשיינליך געווען אויפן אומריכטיגן ארט" זאגט די טראנזיט קאמישאנער. "די קאנדאקטער איז געווען אויפן אומריכטיגן ארט!" זאגט א פאסאנזשיר. "ער איז געווען ביים דרייווער, אין די צייט א צווייטער האט געזאלט דארט זיצן".

אין צייט וואס בלומבערג זיכט אויסראטן ציגרעטלעך אין ניו יארק. האט 'רעוועל קאסינאו' אראפגענומען זייער רייכערן פארבאט די וואך אינעם אטלענטיק סיטי קאסינאו. דאס איז שוין די עלעווטע קאסינאו וואס רייכערן איז געווארן לעגאל אין די לעצטע שטיק צייט. ס'איז אומקלאר אויס די 'נאו-סמאוקינג' שילדן וועלן ארויפגעשטעלט ווערן אויף איבעי, אדער אריינגעלייגט ווערן אין א מאזיום אינאיינעם מיט אלטע אראפגענומענע איבעי פרודאקטן.

אין לאנג איילענד זענען איבער הונדערט רויטע ליכט קעמרע'ס אינסטאלירט געווארן די וואך. אבער דרייווער זאגן אז דאס איז אריין אין אפעקט בעפאר האלב פון די קעמרע'ס האבן פארמאגט א ווארענונג שילד אז מ'קען ווערן פאטאגראפירט. "מ'ברויך נישט ווערן געווארענט בעפארן באגיין א פארברעך" זאגט א אפיציר. "דרייוון מיט א אויסגעלאשענע מאטאר איז אויך א פארברעך, און ס'פארלאנגט זיך נישט קיין ווארענונג".

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'האנדע'. א 'נאו-סמאקינג' שילד אין ניו יארק, איז ווי א אומאקטועלע אייטעם אויף איבעי, און ווי דרייוון א אדעסי מיט א אנגעצונדענע מאטאר, אבער פון אונטערשטע זיץ.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פאליציי אין בראנקס זיכן נאך א פארברעכער וואס האט זיך איינגעבראכן אין א געשעפט, דורכן אויפשניידן א לאך אין דאך. אטוריטען האבן ארויסגעלאזט בילדער פונעם רויבער, וואס האט זיך צוריק ארויסגעקוועטשט דורך דעם לאך מיטן רעדזשעסטער. מ'האט צוזאמגעשטעלט געלט פארן אייגנטומער צו פאררעכטן, מיטן אויפשריפט: "א געשעפט וואס איז געבליבן אן א דאך איבערן קאפ"..

די פאליציי פלאטע אין ניוארק האבן פארשטארקערט זייער זיכערהייטס וואך, צולייגנדיג איבער צוויי-הונדערט פאליציי אפיצירן אויף די גאסן. דאס איז צום בעפארשטייערן זוממער וואכן, וואו זיי וועלן שטערקער פאטראלירן די גאסן, און נישט לאזן קיין יונגען אויפן גאס ביינאכט. די קאמישענער זאגט אז זיי וועלן אויך האבן א העליקאפטער צו פאטראלירן פון אויבן, אויס מורא פון יונגען וואס פלאנען צו אריינקריכן פון דאך.

די נומער איינס סאבוועי ליניע אין מענהעטען איז אפגעשפארט געווארן נאך פראבלעמען צו די רעדער פון א באן ביי די הונדערט-פונף-און-צוואנציגסטע סטאנציע אין הארלעם. אלע צוויי-הונדערט-פופציג פאסאנזשירן זענען אראפ פונעם באן אן קיין וואונדן. ניו יארקע קענען קוים ווארטן ווען אלע בייק סטאנציעס ווערן פארשפארט, צוליב פראבלעמען מיט א בייק ביי איין געוויסע סטאנציע..

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'מייזלעך'. לאמיר זיך פרייען ווילאנג ס'איז נישטא קיין פראבלעמען ביי איין געוויסע סענעטעישאן סטאנציע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

נאך זיבן חדשים זינט א טרעין איז אריינגעפארן אין די ראקעוועי געגענט, זענען די באנען די וואך צוריק אריין אין דינסט. די עם-טי-עי זאגט אז ס'האט אפגעקאסט פונף-און-זיבעציג מיליאון טאללער צו פאררעכטן די שינעס. די ערשטע באן איז באשטאנען מערסטנסטייל פון רעפארטער, "ס'האט אויסגעקוקט גענוי ווי ווען די ערשטע קאר איז אנגעקומען קיין אמעריקא" דרוקט זיך איינער אויס. די יונגווארג וואונדערן זיך, וויזוי ס'האט אריינגעפיט אזויפיל רעפארטער אין יענעם קאר.

א גרויס חלק פונעם שטאטישע אמערזשענסי אפעראט סיסטעם איז היינט פארפרוירן געווארן פאר זעכצן מינוט, די דיספעטשורס זענען געצווינגען געווען אפצושרייבן די רופן אויף פאפיר. דאס איז געשעהן היינט צום צווייטן מאל אינעם לעצטן פיר-און-צוואנציג שעה. קאמישאנער קעלי זאגט "ס'האט נישט פאאורזאכט קיינע שאדנס, יעדע קאל איז גענומען געווארן".
די שאדנס וועט זיך אנהייבן ווען די אפיצירן וועלן רעספאנדן צום רוף.

א בילדינג אין קווינס האט זיך צוזאמגעלייגט, נאכן עקספלאדירן און ארומגענומען ווערן מיט ווילדע פלאמען. א ניין-און-פערציג יעריגער איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע ברען וואונדן. אינוועסטאגעטאר פארשן דעם ברוכווארג, נאך וואס די בילדינג האט נארוואס געהאט באקומען די שטאטישע געלט פאר סענדי געשעדיגטע הייזער. אטוריטעטן זאגן אז אויפן מאפע איז די געגענט געאייגענט פאר רעזעדענטואל, און נישט פאלדעבעל.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'עי-ענד-עס טשעיר רענטל'. אונזערע צוזאמלייג בענקלעך זענען געאייגענט פאר יעדע סארט געגענט. אפגעזעהן וויפיל רעפארטער קוועטשן זיך אריין.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

שליחה דורך שלשלת »

א קליינע עראפלאן וואס האט געמאנגלט אין געז פליענדיג אין די לופטן, האט מיטאמאל אריינשפאצירט אין א ליווינג רום אין ווירדזשיניע. חוץ די עצים ואבנים איז קיינער נישט ערנסט געשעדיגט געווארן.
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

פייער אין וויליאמסבורג

שליחה דורך למדן »

א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא, וואס איז פארגעגאנגען און וואו עס איז געשען ווייס איך נישט ווייל ווי אייביג ווייסט קיינער אויפן סין גארנישט וואס גייט פאהר, קוים האט איינער געזען אז ס' ברענט... אל עף וואס הונדערטער מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן דארטן
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פאליציי אין לאנג איילענד איז ארויסגערופן געווארן נאך וואס א פיר-און-פופציג יעריגער מאן האט געשאסן דעם שכן'ס הינטל מיט א ביבי גאן. די הינט איז דורך אן אפעראציע ארויסצונעמען דעם בולעט. "די הינט איז א סענדי איבערלעבער", זאגט די אייגנטומער. דער מאן איז אנגעקלאגט געווארן פארן שיסן א באשעפערניש. און ווי אויך ווערט ער אנגעקלאגט פארן האבן אין באזיץ א גאן. "פארמאגן א 'ביבי', איז שוין היינט צוויי מאל אומלעגאל.." זאגט די קאמישאנער.

'ווענדינג מאשינען' איז די לעצטערע סארט פון די מערסט באנוצטע מאשינען היינטיגע טעג. א ברוקלינע ביזנעסמאן האט דאס אנגעהויבן אראפשטעלן צו סארווירן די ביציקל דרייווער. אבער אנדערש ווי איבעראל פארמאגט דאס נישט קיין עסן, נאר ליבערשט געצייג פאר ווען א ביציקל ברויך הילף. א שטייגער ווי לופט פאר די רעדער. אויל פאר די טשעין. באלבס פאר די בלינקעדיגע לייטס. און דיספאוזעבל בייק ליניע'ס אין פאל מ'פארט אריין אין א גאס וואס פארמאגט נישט קיין בייק לעין.

די ניו יארק סיטי העלטה דעפארטמענט האט געצייגט לעבעדיגע שטריכן זינט דעם דורכגעפאלענעם זעכצן אונסיגע געטראק געזעץ. און האבן היינט געלאזט לויפן רעדיאו מוחאות אין ווערד פון אנדערהאלבן מיליאון טאללער, אז מ'זאל זיך אובאכט גיבן און נישט טרינקן זיסע טיי. "מ'זאל נישט שטיין נאנט אדער זיך חבר'ן מיט איינעם וואס טרינקט" הערט זיך א שטימע.
ס'וועט פארקומען א מייזלעך אונטערגאנג אינעם סיטי האלל.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'גאלדען פלאו'. מילך קעסטלעך סטאנציעס אין פלאן, אין פאל די עקזעסטירנדע קעסטיל ברויך הילף.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שעפטל האט געשריבן: דיספאוזעבל בייק ליניע'ס אין פאל מ'פארט אריין אין א גאס וואס פארמאגט נישט קיין בייק לעין.

:lol: :lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

שליחה דורך שלשלת »

למדן האט געשריבן:א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא, וואס איז פארגעגאנגען און וואו עס איז געשען ווייס איך נישט ווייל ווי אייביג ווייסט קיינער אויפן סין גארנישט וואס גייט פאהר, קוים האט איינער געזען אז ס' ברענט... אל עף וואס הונדערטער מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן דארטן

נאדיר עטליכע בילדער פון די סצענע
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

U.S. publishes details of missile base Israel wanted kept secret

http://www.mcclatchydc.com/2013/06/03/1 ... a0-qUAa6lg
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פאליציי אין קאנארסי זיכן נאך צוויי פארברעכער וואס האבן איינגעבראכן אין א בילדינג, פארלאנגענדיג פון איינוואוינער געלט. די פארברעכער זענען אנטלאפן נאך וואס איינע פון זיי האבן אראפגעלאזט דעם רעוואלווער, און א צעהן יעריג קינד האט דאס אויפגעהויבן און זיך גענומען שיסן אין זייער ריכטונג. "ביים קומענדיגן 'פי-טי-עי' וועט מען שוין רעדן דערוועגן" זאגט א פרינטסעבל. "ביי טעקס מעסעדשעס, ווייסט יעדער אז ווען ס'פאלט אראפ, טאר מען דאס נישט צורירן".

די ניו יארק פאליציי האבן היינט ארעסטירט א ניין-און-צוואנציג יעריגן פארשוין, מיט קלאגעס איבער פיר קאנפארמירטע שיסערייען דורכאויס דעם לעצטן וויקענד. לויט ווי פאליציי גיבן איבער, זענען פארגעקומען זעקס-און-צוואנציג שיסערייען איבער די צייט אפשניט פון צוויי-און-זיבעציג שעה צווישן פרייטאג און זינטאג. שומער זאגט: אויף די רעוואלווער שאכטלעך ברויך שטיין 'יארגאנג צעהן-צוועלעף'. בלומבערג זאגט: זאל מען דאס האלטן אויף די נידריגע פאליצעס, וואו ערוואקסענע קענען נישט גרייכן.

זיבן זענען פארוואונדעט געווארן אין א אויפרייס אין א צוויי שטאקיגע קאלעדזש בילדינג אין די 'נייעק' געגענט. פארשער זאגן אז די בילדינג האט געהאט א ליעק אינעם גאז ליניע. ס'איז אבער נישט זיכער אז דאס האט פאראורזאכט דעם אויפרייס. "די גאנצע בילדינג האט זיך געשאקעלט" זאגט א פארוואונדעטער. "פענסטערס זענען אויסגעשאסן געווארן, עיר קאנדישאנס זענען ארויסגעפאלן פון זייערע לעכער". על-גאור האט סוספענדעט גלאובל ווארעמונג, ווילאנג די עיר קאנדישאנס ווערן נישט צוריק אריינגעטראגן אינעם בילדינג.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'גאו גרין'. דרינגענט געזיכט איינער זאל אויפהייבן גאור'ס אראפגעפאלענע מעסעדש, איבער די אראפגעפאלענע היץ. 'ערוואקסענע, קיין אפציע'.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט