אבער זיינע ביכער זענען נישט נאר פאפולער צווישן פרומע. עדי גרפט, א צען-יעריג מיידל, ענדיגט דורכשניטליך 4.5 ביכער א וואך - 235 א יאר. זי איז פאר דעם געווען צווישן די וואס האבן באקומען דעם טיטל "אלופת הקריאה של ישראל". אין אן אינטערוויו מיט "ידיעות אחרונות" האט זי געזאגט אז איר בעסטער בוך איז די סעריע "ילדים מספרים על עצמם" פון חיים וואלדער.
וואלדער איז שוין פארמישט געווען אין עטליכע קאנטראוועריעס. עטליכע וואכן צוריק איז ער באשולדיגט געווארן אין פארגלייכן יאיר לפיד צו היטלער, כאטש ער האט דאס נישט קלאר ארויסגעזאגט. ביי די עקסטרעמע וויליאמסבורגער אידן איז ער שטארק פארפיינטעט, און עס זענען שוין כמה פעמים געווען פאשקעווילן קעגן זיינע ביכער וועלכע ווערן איבערגעזעצט דורך "קינדער שפיל". דא אין שטיבל האט קופערניקוס באשולדיגט וואלדער'ן און גנב'ענען געשיכטעס פון קלאסישע ביכער, א שטייגער ווי די קורצע געשיכטעס פון או הענרי. קופערניקוס האט נישט געברענגט א ספעציפישן ביישפיל, וועל איך צולייגן אז דער געדאנק פון או הענרי'ס געשיכטע "דה גיפט אוו דה מאגי" איז דורך וואלדער פלאגיאירט געווארן אין "ילדים מספרים על עצמם".
![בילד](http://s1.kikar.net/th/data/auto/nadm/cz/2mjgn017__w300h200q85.jpg)
חיים וואלדער
![בילד](http://simania.co.il/bookimages/covers3/37959.jpg)
ילדים מספרים על עצמם
![בילד](http://judaicahouse.net/prodimages/Kids%20Speak%20Children%20Talk%20About%20Themselves.jpg)
Kids Speak
![בילד](http://cdn1.bigcommerce.com/server1200/0e3f5/products/23593/images/14277/11667_L__69411.1280439169.1280.1280.jpg)
קינדער דערציילן