בדחן האט געשריבן:מעיק אפ יור מיינד, ווען עס קומט צו יודשקייט תקנות פארפירסטע אז די מוסד געהער פאר די עלטערן און זיי זענענן די אמת׳ע בעה״ב פינעם מוסד, וכו׳ וכו׳ וכו׳
ווען עס קומט אריינצונעמען איינעם וואס האט נישט קיין געלט איז שוין פלוצליניג דא א הנהלה וואס דארף זיך דארגען פאר די הוצאות פינעם קינד, דארף פאנד-רעזעין דערפאר, און דארף שלעפן די עול פון די חובות..
אדער אדער, אויב פארשטייסטע אז די מוסד האט נישט קיין שום אוטעראטי איבער די הלך ילך פינעם קינד אדער עלטערן אינדרויסן פון די אכט שעה וואס דאס קינד איז דארט, פארשטיי אויך אז קיינער אין די הנהלה האט נישט קיין שום אבליגעשין פאר קיינע פון די בחורים וואס האבן נישט צו צאלען קיין שכ״ל, עס איז די עלטערענס מוסד, זאלן זיך צוזאם נעמען דריי פיר עלטערן און שאפן די שכ״ל.
כן נראה לי לענית דעתך.
דער מוסד איז זיכער נישט דאס אייגנטום פון די חברי הנהלה. כ'מיין אז יעדער קהילה-מוסד איז אין גרויסן טייל געבויט געווארן און האלט זיך אויס דורך נדבות פון בני הקהילה. די חברי הנהלה דינען ווי מעמבערס אין אן אדמיניסטראטיווער קערפערשאפט. די הנהלה איז א מענעדזשינג אגענטור וואס פארוואלטעט מיט דער ווירטשאפט פונעם מוסד.
כדי לשבר את האוזן: שטעל זיך פאר אז דאס ווארט "הנהלה" איז איבערנאכט פארשוואונדן פונעם ווערטערבוך און דעם זכרון. די הנהלה איז באשטאנען פון פינף בני הקהילה: ר' משה, ר' יאנקל, ר' שלמה, ר' נחום, און ר' פייוויש. ביז יעצט האט דער עולם געוואוסט, אז די "הנהלה" איז בעל הבית און די פינף מענטשן "פארטרעטן" די הנהלה. אויב עלימינירט מען די "הנהלה", בלייבן איבער פינף יחידים וואס באלעבאטעווען אויף א קערפערשאפט וואס באלאנגט נישט צו זיי. און איך גלייב אז יעדער וואלט עס אזוי אנגעקוקט. דער פאקט אז די פינף מענטשן באהאלטן זיך אונטער א לעטטעדהעד טוישט אבער גארנישט.