ונבנתה העיר האט געשריבן:רשויות.
הרב ונבנתה. דיין ספעללינג איז מאדערן היברו --מיט וואס איך בין באקאנט--. מיין ספעללינג איז פון די גמרא.
ס'ברייט איינגעפירט צוווישן אלע חסידישע קרייזן, ווען מ'טוהט עפעס מ'האט נישט ג'טארט, געמעגט, געוואלט, ארויסשלעפן פון צווישן די דינע רויטע פליישלעך אונטערן נאז, דאן "ק-ל-א-פ-ט" מען אויפן מויל. ביי די מער יונגערע גייט דאס צו מער אגרעסיוו, און מ'קלאפט אריין עטליכע שטיק שנעלער ווי די ספיד אויף לייט. (טאמבל סאס, פליז פרעג מיר נישט אפ יעצט מיט א יוטוב קליפ). ערוואקסענע באגניגן זיך מיט איינס, און די מער קילע גיבן אזא לייכטע, כמעט אומזעהבארע קלאפ(עלע). (ווען קיינער זעהט נישט טוהן זיי תשובה, און שמייסן אריין אזאנע ברוטאלע, אזש זיי קריגן א לחי זקוף למהדרין).
אין פאל איר פארשטייט נישט אליינס צו קלאפן, דאן וועלן די ארומיגע אויסברעכן ווי אין א כאאר; נאאאא! קלאפ אויפן מויל, מ'רעדט נישט אזוי.
וואס איז פשט דערפון, און צו האט דאס א מקור.
אז מ'רעדט (שרייבט ?) שוין, וואס איז פשט/מקור פון "חס ושלום" ?
קאווע טרינקער האט געשריבן:baseball האט געשריבן:א גוטן!
זענען דא אזעלכע דא וואס זענען אינטרעסירט אין ליינען וועגן ספארטס? איך וויל וויסן אויב עס לוינט זיך צו שרייבן...
איך נישט, אבער אז דו וועסט מיך אנרייצען מיט גוטע ארטיקלען, אולי ביום מן הימים נטייל עמך בסיטי-פילד.
הייב אן...