מארקעטינג עביוז

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

מארקעטינג עביוז

שליחה דורך פרישער »

מארקעטינג עביוז

פין ווען איך עפען מיר די אייגעלעך ביז איך מאך זיי צי, גיי איך דורך די שפיזיגע אויגען פין מארקעטינג אגענטען, וועלכע שפיונירן נאך יעדע ריר אין איעדע תניעה, איעדע דיבור, יעדע זאך וואס באנעמט מיר, יעדע זאך וואס העצט מיר אויף, יעדע זאך וואס באריאיגט מיר, אלעס ווערט געמאסטען אין געוואויגען, מיט א וואגשאל וואס מעסט דיימאנטען, קיין שום זאך אפילו קלייניקייטען טאר נישט ווערן פארזעין, יעדע נארישקייט קען זיין די שליסעל צי אן אוצר גדול,

לאמיר אנהייבען ביים אויפשטיין אין ב"ה איך גליטש זיך אריין אין שיל, אין איך באגעיגען זיך מיט א איד פין ארץ ישראל, אדער איינער וואס גייט פאר א וויכטיגע צוועק, למשל א מוסד אין ארץ ישראל, וואס נעמט בשום אין אופן נישט קיין געלט פין קיין טריפה'נע מקורת, ווייל כוח הפועל בהניפעל, אבער מיינט איר אז ער קימט פערצאפאל אריין, אין ריפט אויס די זעלביגע דרשה איבעראל, זיכער נישט, די מוסד גייט דורך א דרינגליכע אויספארשינג דורך מארקעטינג ראטגעיבער, אין טיען גענוי ציווייזען ווי מען זאל זאגען וואס, אין שטייצעך ווי נישט זאגען וואס, אפילו א פשוטע משולח פין ארץ ישראל, פלאטשקעט שוין נישט סתם אזוי אריין אין א שיהל, מ'נעמט זיך צאם פיר ביז פינף קלייבער, אין מען גייט צי ספעציעלע דרייווער, מיט יארן עקספיריענס, מען ברויך קודם צאלען פאר דריי לעסענס וויזוי זיך צי באנעימען, מעיג מען גיין מיט א שמיציגע היט, אדער ווי אזוי מען זאל האלטען די דאלערעס אין די רעכטע אדער לינקע, וואס זאל מען טיען מיט קליין געלט, אויב איינער גיט אן דעים אין לי צייכען וואס זאל מען עים זאגען אדער נישט זאגען, מסכל ראשון איז א קללה, אדער מיערצאשם ביי דיר אויף שמחת, אדער כאטש מאכען א גרים צארן, אדער אין גאנצען איגנארירן, אנדערע וואלטן געווינטשען א ברכה, אייבישטער זאל העלפן זאלסט האבען אלע מאל, אדער תזכי למצות, וויזוי זאל א חתן פין ארץ ישראל וויסען וויזוי זיך צי באנעימן, על כן גייט מען צים פרא, וואס גיט אנווייזינגען פאר א ציגליכענליכע פרייז פין דרייסיג פראצענט, אין דערפאר דרייווט ער ארים די פרישע קלאס פין שיל צי שיל, אין אין יעדע שיל קריגט מען קודם א רשומה פין יעדן נותן, וועים מ'ברויך א קוועטש געיבן, אין בעיטן א הוספה, וועים מען דארף סטראשען, אז די געלט איז באמת מיינע נאר דער פין אויבן האט עס דיר געגעיבן צי האלטן פאר א פיקדון, אין איצט ברויך איכעס שוין ציריק, אין אויף וועים מען ברויך זיך ווארפן, וועים קען מען בעיטן צעין מאל אין וועט נישט וויסען דעים חיליק, ווייל ער גלייזט די אויגען, אין וועים אויב ווייסט מען ווער ער איז, קריגט מען א צוואנציגער, אין אויב האט ער געגעיבן שוין דעים טאלער, איידער ער האט אויסגעפינען אז ער איז דער עושר וואס געט מער ווי די גאנצע שיל, דעמאלץ קריגט מען מער נישט קיין הוספה, אזוי זענען די אינפארמאציא זייער וויכטיג אין א שאד נישט צאלען דעים מארקעטער.

איינער מאכט א טיי פארטי מיינט עטץ אז מ'קען פלעין גיין צי א קעיטערער אין האנדלען אויף א בעקעלע קארטאפעל קיגעל, אין קישקע, אין סיז א טיי פארטי פאר רייכע, אבסעלוטלי נישט, קודם כל מיז מען זיך קאנסאלטען מיט א מארקעטער פין די טיי פארטי סארט, אין די ערשטע קשיא איז וויפיל ווילסטי מאכען, ווי גרויס איז דיין וויזיא, אין וויפיל גייסטי אינוועסטירן, מ'קעניש אריין טראסקען אין א טיי אין זיך נישט אפבריען, אקעי מען איז זיך שוין דורך געקימען אויפן פרייז, מען הייבט אן צי ארבייטן, מען דארף א נאמען פאר די מסיבה, זאל עס הייסען מסיבת מות תמית, נע צי עקסטרעים, סעט נישט ווירקען, דען מסיבת וחי אחיך, צי פלעין, מ'פראבירט מתיר אסירים פאר א יוד אין תפיסה, מ'קען נישט, דער ידען זאגט סעט נישט ארבייטן, נישט געניג דראמאטיש, מען טרייט מען מסיבת לעקטריק טשער, מקעניש ווייל עס מעטשט נישט מיט די לאגא, מסיבת חרוב ונחרב צי יאנטשי, בקיצר אהער אין אהין, מסיבת מתן בסתר האט שוין א פאטען, מסיבת בגפו יצא, פינקט געניצט געווארן לעצטע וואך, סיז געבליבען אדער מסיבת עושר וכבוד, ווייל קיינער ארגיוט נישט מיט סאקסעס, אדער מסיבת מעשר מן המעשר, מען קען זיך עפעס נישט פאראייניגען, ווייל סיז נאך נישט זיכער וואס די צוועק העט זיין.

שוין סי שוין דא א נאמען אין א לאגא פין א געמוזאכץ מיט א בריל, יעצט ברויך מען אנדרייען אן עושר וואס די צוועק איז גאר נאנט צי זיין הארץ, מען מיז עס אריינדרינגען אין עים, ווייל ער האט פינקט אריין געמאפט אין די דירה פין וואן פוינט טא, אין יעצט איז גענוי די צייט רייף אז ער זאל פינקט איינהאנקען אין א שרעקליכע פאסירונג וואס גאנץ כלל ישראל דארף באצאלען, אין די זעלבע צייט וועט ער אריין האקען איין מזוזה,

מען לאזט זיך ארויס אראפ צי נאגלען אן עושר, מ'זיכט אין מען זיכט, דער איז נישט גיט, ווייל ער האט נישט קיין חברים, דער איז נאר א אנדערקאווער עושר, אין יענער ווייל איז א געפערליכע פלאנץ יאזעף, אין זיין ווייב לאט נישט אריין מיט שיך, שוין מען טרעפט א פאסיגע עושר, מען איז עים מסביר אז ער ברויך גארנישט טיען נאר מסכים זיין אלעס וועט שוין געטיען ווערן פין זיך אליין, מען נישט אוועק נעמען פין זיין טייערע צייט, נאר אזוי ווי מען אינסטאלירט א עפפ אינעם דרויד וואס בעיט רשות צי אריין גיין בחדרי חדרים פין זיין קאמפיוטער אין פאבליצירן פאר איעדען, אין מען ברויך נאר דריקען דא יא אגרי אר נאט, כאילו סידא צוויי ברירות, שוין דער עושר דריקט די עקסעפט קנעפעלע, אין על אתר ריקן זיך אריין ביי עים אין שטיב א גאנצע גרופע מיט צילאזטע בערד, אין שפייען ווען זיי רעדן, לעקן די פייעת, אין דער עושר שפירט ווי ער האט נארוואס פארקלאזט זיין דירה, זיי לאזען זיך צי יעדע שיפלאד, אין זיכען א ליסטע פין נעימן וואס מען מיז בייארבעטן, שוין געלינגען צאמצישטעלן באלד פינף הינדערט נעימן, די מארקעטינג פירמע הייבט אן ארבייטן אויף א נוסך אין א פלאן וויזוי מען זאל יעדען עקסטרע באפאלן, בריף א טעלעפטן קאל, א פערזעינליכע טעלעפאן קלינג, מיט א טעיפ זאל אנהייבן ווי די רבי זאגט שאנעס, אדער טייכמאן זינגט תילימל תילימל, אדער יונתן שווארץ מיט א כאר, אדער א ספעציעלע ליד פין פינקי, מען דארף זאמלען וויאייפי נעימען צי לייגען אויף א קארטעל גרויס פינף ביי זיבען, די נעימן אויף די מיטעלגאטיגע איינלאדענינגס בריוו ברויך ענטהאלטן אזוינע בעלעבאטישע בני תורה, אין די עלטער פין פינעפין דרייסיג ביז פיפציג ועד בכלל.

מען מיז מאכען עפעס א קאנקערענץ צווישען די עשירימלעך, אז זיי זאלען ווערן אויפגערייצט צי ברעינגען וואס מער פערזאנען, אולי דער וואס ברעינגט די מערסע גייט אריין אין עפעס א גורל,

די מארקעטינג פירמע גיט נאר זייער זיגל פין עפראוואל, נאר אויב מען ניצט די טיי אווענט סעט, א שטייגער ווי די בדיקת חמץ סעט וואס מיר לייגען אן אז מען מיז עס האבען, וועיגען מיר מישן נישט קיין העכערע זאכן, על כן אויב איינער איז בודק חמץ אן א פעידער אין א לעפל אין די רעינדש וואס בלו טוט כאפט, מיז איבער בודק זיין אן א ברכה, הוא הדין ביי די טיי אווענט וועט מיזן זיין די סעט, וואס באשטייט פין א טיש דריי אין א האלב פיס, אין א דארעך זיכטיגע טאפ ווי מען מיז אריין לייגען די געלט זייער צישפרייט אזוי איז מקיבל דור דור ביז יעקב אבינו אז מען מיז מאכן א רווח בין נדר לחדר, אין א קארדלעס קרעדיט קארד מאשין וואס האט נישט קיין פאפיר עפעס א ירושה, אדער אויסגעשנארט פין פידעליטי, געוועינטליך ארבעט עס ניטאמאל, אין דער וואס שפילט זיך מיט די מאשין מיז זיין אויף די זייט פין די טיש, דעיס איז עפעס א דבר פשיט אן א פארוואס, אין א טיי פארטי לייט וואס מאכט א געפערליכע גרידער סתם אזוי להגדיל הפראסק.

אזוי גייען מיר דורך א מוח וואש א יעדע ריר, אבער מיין מוח קען עס מער נישט פארנעמען, אין איך שפיר עס טריט אין שריט, מען קען ברעינגען נאך אן א שיעור ראיות, אבער איך ברעינג כדרכי נאר שפיץ גאפלעך אין פין דא קען יעדער ווייטער שפינען זיין אייגענעם געוועיב.

א גיטע וואך, איך האף אז עימצער וועט נאך אויספיען צי ליינען דעים ארטיקל איידער מען גייט מארגען ארויס געיבן דעים טויט קלאף פארן שטן, איך האב דאך אליינס געליינט אין איד אז דעיס איז די פלאן, סיז אפילו שוין דא א בילד פין די ספעציעלע האמער פאר די מארגענדיגע מסיבת מכה בפטיש.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פיקציע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

שליחה דורך פיקציע »

צו פארנומען מיטן שארפן די האמערס אבער קודם נעמט א לייק.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

אדרעסירטצו פרישערר שי'

שליחה דורך berlbalaguleh »

חא' געוואלט זאן דער ערשטער (הדיוט קויפעץ בעראש) דיך צו באגריסן און באדאנקען לעקאוועד דאן הערליכ'ן ארטיקל. ווי כ'זעי האט מר. פיקציע שליט"א מיך שוין מאקדעם געוועין (נישט חלילה אלס הדיוט קופץ בראש. נאר אלס זריז'ן מאגדימען לעמיצוועס.) איין זאך קענעך זאגן, אז אחוץ די הומאור און פריילעכקייט וואס דיין מאמר איז משפיע, און שטייצעך דע ספעללינג מיסטעיקס, זענען דאנע דיבורים אמת ויציב, ביז צום קלענסטן פרט. די אייבישטער זאל העלפן זאלסט מאריך ימים ונשים זיין און אונץ משמח זיין באנפין נהירין עבגו"צ בב"א. :D
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אזא ברכה? אפשר וואונטשו מיר אויך איך זאל מאריך נשים זיין?
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

אזוי ווי אייביג איך גלייך שטארק דיין ארטיקעל אבער א לייק קען איך נישט געבן, די פריקען ספעלינג גייט מיר אויף די נעעערררווועעעעןןןןןןן
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

ווי דער רבי זאגט שאנעס...
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

ותהי הבאז לבז בעיני כל...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

באזז מאכט נאך עוז והדר
Under influence
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

אולי.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פרישער, מיט יעדע ארטיקל דיינס ביסטו מיר מעורר א "פרישע" שמייכל, זאל דיר זיין צו מצוה...

פונקט האב איך לעצטנס אביסל געשריבן דערוועגן:
viewtopic.php?p=119972#p119972
וירח ה' את ריח הניחוח
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

ברוך שכוונת שיין געשריבן אין געלייקט
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:אזא ברכה? אפשר וואונטשו מיר אויך איך זאל מאריך נשים זיין?

הברכה אחת היא לאבי? עשיו'ס ברכות :D :D :lol:זאלל'ן מקויים ווערן ביי דיר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:אזא ברכה? אפשר וואונטשו מיר אויך איך זאל מאריך נשים זיין?

מ'דארף רעדן צו א יעדן אויף זיין שפראך
פארשפארט