געפילטע פיש האט געשריבן:גראדע האט ער א פוינט, האסט שוין פראבירט צו קאנטאקטן סיטיבייק דירעקט? איידער מ'מאכט מאסיווע פעטישענס ברויך מען קודם פראבירן די נארמאלע קאנאלן.
איינמאל א פוינט, ער האט אים ארויסגעשלעפט די קארפעט פון אינטער די פיס, דרייסט איבער א שטאט מיט א טומעל אן טיען די מינדערסטע וואס פארלאנגט זיך,
איך וואלט אים אבער אנדערש געפרעגט, איך וואלט געפרעגט; שעפעלע, ביסט שוין אמאל געפארען מיט א בייק?
עס קען זיך דא דאכטען כאילו די סיטי האט יעצט אויסגעטראפן די בייק, און די קאמינוטי אין וומסב״ג אסר׳ט עס.
איר ווייסט אז בייקס איז שוין הינדערטער יאר אלט..? ווילסט א בייק? פאר 149$ פלאס טעקס קענסטע האבן א אייגענס און פארען דערמיט ארויף און אראפ בעדפארד עוו, נעם זיך צוזאם פינף אינגעלייט און הייב אן פארען מיט בייק׳ס,
וואס ווילט עטץ פון citibike?? אפשר זאל די קאמפעני אויך קעיר נעמען פון אלע דיינע קאמיונטי פראבלעמן? ווי למשל באגאבאו/סיסטעם/ענגליש/חינוך/טייערע קליידער/קאנטרי/דירות/כינוס/אינטערנעט איסורים, און נאך, זייט ווען דארף א פשוט׳ע בייק פראגראם פארעכטן קאמיונטי פראבלעמן?