Dropouts or pushouts?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

בדחן האט געשריבן:מעיק אפ יור מיינד, ווען עס קומט צו יודשקייט תקנות פארפירסטע אז די מוסד געהער פאר די עלטערן און זיי זענענן די אמת׳ע בעה״ב פינעם מוסד, וכו׳ וכו׳ וכו׳

ווען עס קומט אריינצונעמען איינעם וואס האט נישט קיין געלט איז שוין פלוצליניג דא א הנהלה וואס דארף זיך דארגען פאר די הוצאות פינעם קינד, דארף פאנד-רעזעין דערפאר, און דארף שלעפן די עול פון די חובות..

אדער אדער, אויב פארשטייסטע אז די מוסד האט נישט קיין שום אוטעראטי איבער די הלך ילך פינעם קינד אדער עלטערן אינדרויסן פון די אכט שעה וואס דאס קינד איז דארט, פארשטיי אויך אז קיינער אין די הנהלה האט נישט קיין שום אבליגעשין פאר קיינע פון די בחורים וואס האבן נישט צו צאלען קיין שכ״ל, עס איז די עלטערענס מוסד, זאלן זיך צוזאם נעמען דריי פיר עלטערן און שאפן די שכ״ל.

כן נראה לי לענית דעתך.


דער מוסד איז זיכער נישט דאס אייגנטום פון די חברי הנהלה. כ'מיין אז יעדער קהילה-מוסד איז אין גרויסן טייל געבויט געווארן און האלט זיך אויס דורך נדבות פון בני הקהילה. די חברי הנהלה דינען ווי מעמבערס אין אן אדמיניסטראטיווער קערפערשאפט. די הנהלה איז א מענעדזשינג אגענטור וואס פארוואלטעט מיט דער ווירטשאפט פונעם מוסד.

כדי לשבר את האוזן: שטעל זיך פאר אז דאס ווארט "הנהלה" איז איבערנאכט פארשוואונדן פונעם ווערטערבוך און דעם זכרון. די הנהלה איז באשטאנען פון פינף בני הקהילה: ר' משה, ר' יאנקל, ר' שלמה, ר' נחום, און ר' פייוויש. ביז יעצט האט דער עולם געוואוסט, אז די "הנהלה" איז בעל הבית און די פינף מענטשן "פארטרעטן" די הנהלה. אויב עלימינירט מען די "הנהלה", בלייבן איבער פינף יחידים וואס באלעבאטעווען אויף א קערפערשאפט וואס באלאנגט נישט צו זיי. און איך גלייב אז יעדער וואלט עס אזוי אנגעקוקט. דער פאקט אז די פינף מענטשן באהאלטן זיך אונטער א לעטטעדהעד טוישט אבער גארנישט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

[left]It would be much better if all leave the yesivoth and start learning. Never in our history did all go to yeshiva.[/left]
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו רעדסט. מיר האבן א הערליכע קהלה, די שענסטע פון איבעראל.
אמת, ס'איז דא אפאר ארויסגעפאלענע, אבער זיי רעכנט מען נישט, די אויסוואורפן וואס זיי זענען.
אדרבה, צייג מיר אן נאך אזא שיין שטעטעלע אויפן כדור העולם ווי וויליאמסבורג!

שמעקי ביסט סארקאסטיש צו וואס? ווי קען אזא עקעלדיגע (אין אלע מובנים) פלאץ א עיר הנידחת באצייכענט ווערן אלס 'שיין'?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

איך אויך האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו רעדסט. מיר האבן א הערליכע קהלה, די שענסטע פון איבעראל.
אמת, ס'איז דא אפאר ארויסגעפאלענע, אבער זיי רעכנט מען נישט, די אויסוואורפן וואס זיי זענען.
אדרבה, צייג מיר אן נאך אזא שיין שטעטעלע אויפן כדור העולם ווי וויליאמסבורג!

שמעקי ביסט סארקאסטיש צו וואס? ווי קען אזא עקעלדיגע (אין אלע מובנים) פלאץ א עיר הנידחת באצייכענט ווערן אלס 'שיין'?

ווער זאגט אז עיר הנידחת קען נישט זיין שיין?
בן-זומא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן-זומא »

ידען האט געשריבן:מע רעט די לעצטע צייט א סאך רעדען וועגען די פראבלעם פון חדרים און ישיבות אז מע ווארפט ארויס קינדער מיט בחורים און א סאך מאל אן וואס זיי האבען עפעס שלעכט געטוהן נאר ווייל זיי זענען נישט די מצינים.
צוויי וואכן צירוק איז געווען א אסיפה פון רבנים און בןציון טברסקי האט גערעדט (דער זון פון A.J.) האט ער געזאגט אז ביי יהדות החרדית איז כמעט נישטא קיין ׳דראפ אוטס׳ ס׳נאר דא push outs ניינציג פראצענט פון די בחורים אויפן גאס האבן נישט אליין מחליט געווען דארט צו זיין א ראש ישיבה האט זיי דארט געלייגט און די ווארט drop-outs האבן די ראשי הישיבות געגעבן כדי צו קענען בעסער שלאפן ביינאכט.


ער זאגט דאך אזוי גוט. מען האט שוין א פאר מאל אויפגעברענגט דעם נושא אין קאווע שטיבל, אבער איך בין נייגעריג צי מען קען עפעס אויפטאן למעשה. דער פראבלעם איז אז די ווארפערס זיצן במחתרת, זיי גיבן נישט ארויס די נעמען פון די הנהלה, זיי באהאלטן זיך, זיי רעדן קיינמאל נישט דירעקט צו די עלטערן. די מענטשן וואס מאכן די דעסיזשענס זיצן באקוועם און זיי שיקן עפעס א נאראלע אז ער זאל מאכן דעם טעלעפאן קאל. אסאך מאל שיקן זיי נאר א בריוו און קיינער שטייט נישט אונטערגעשריבן אויפן בריוו. קודם דארף מען מפרסם זיין די נעמען פון די הנהלה פון יעדע בית חינוך, כדי מענטשן וואס מען ווארפט ארויס אדער מען נעמט נישט אן זייערע קינדער זאלן וויסן ווער סאיז אחריות און צו וועמען זיי דארפן רעדן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך אויך האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו רעדסט. מיר האבן א הערליכע קהלה, די שענסטע פון איבעראל.
אמת, ס'איז דא אפאר ארויסגעפאלענע, אבער זיי רעכנט מען נישט, די אויסוואורפן וואס זיי זענען.
אדרבה, צייג מיר אן נאך אזא שיין שטעטעלע אויפן כדור העולם ווי וויליאמסבורג!

שמעקי ביסט סארקאסטיש צו וואס? ווי קען אזא עקעלדיגע (אין אלע מובנים) פלאץ א עיר הנידחת באצייכענט ווערן אלס 'שיין'?


איך אויך האט געשריבן:טויש די בעטעריס וכו.


(BY NOW וואלסטו מיך שוין געמעגט קענען...)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

נעוואדע שמעקי ידידי איך קען דיר.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
George
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:56 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

שליחה דורך George »

בן-זומא האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:מע רעט די לעצטע צייט א סאך רעדען וועגען די פראבלעם פון חדרים און ישיבות אז מע ווארפט ארויס קינדער מיט בחורים און א סאך מאל אן וואס זיי האבען עפעס שלעכט געטוהן נאר ווייל זיי זענען נישט די מצינים.
צוויי וואכן צירוק איז געווען א אסיפה פון רבנים און בןציון טברסקי האט גערעדט (דער זון פון A.J.) האט ער געזאגט אז ביי יהדות החרדית איז כמעט נישטא קיין ׳דראפ אוטס׳ ס׳נאר דא push outs ניינציג פראצענט פון די בחורים אויפן גאס האבן נישט אליין מחליט געווען דארט צו זיין א ראש ישיבה האט זיי דארט געלייגט און די ווארט drop-outs האבן די ראשי הישיבות געגעבן כדי צו קענען בעסער שלאפן ביינאכט.


ער זאגט דאך אזוי גוט. מען האט שוין א פאר מאל אויפגעברענגט דעם נושא אין קאווע שטיבל, אבער איך בין נייגעריג צי מען קען עפעס אויפטאן למעשה. דער פראבלעם איז אז די ווארפערס זיצן במחתרת, זיי גיבן נישט ארויס די נעמען פון די הנהלה, זיי באהאלטן זיך, זיי רעדן קיינמאל נישט דירעקט צו די עלטערן. די מענטשן וואס מאכן די דעסיזשענס זיצן באקוועם און זיי שיקן עפעס א נאראלע אז ער זאל מאכן דעם טעלעפאן קאל. אסאך מאל שיקן זיי נאר א בריוו און קיינער שטייט נישט אונטערגעשריבן אויפן בריוו. קודם דארף מען מפרסם זיין די נעמען פון די הנהלה פון יעדע בית חינוך, כדי מענטשן וואס מען ווארפט ארויס אדער מען נעמט נישט אן זייערע קינדער זאלן וויסן ווער סאיז אחריות און צו וועמען זיי דארפן רעדן.


איך קלער נישט אז ס'איז גערעכט צו טוהן אזוי, פאר מען באשמוצט איינעם דארף מען מאכן אביסל ריסערטש זיך צו באקענען מער מיט די פאקטען.

דער עולם פארשטייט נישט אז רוב פון דעי מנהלים אויף וועם מ'האקט, טוען זייער דזשאב צו די בעסט פון זייער קעפעסיטי, זיי האבן זיך זייערע דאגות "אין" די ישיבות וואס רוב ציבור פארשטייט נישט, -בפרט דעי טאטעס פון די באטראפענע בחורים-.

זיי האבן למשל אן אחריות אז דער סדר הישיבה זאל אנגיין, זיי דארפען מיט האלטען מיט יעדן בחור צו ער שטייגט צו ער פאלט, זיי האבן זייער א שטארקע אחריות אז די בינונים זאלן עטליעסט בלייבן וואס זיי זענען און נישט גיין דאון, ווען עס פאלט אריין אין א ישיבה איין חברה מאן, און דאנט געט מי ראנג, זיי זענען על פי רוב וואוילע גוטע נשמות, באט טאמער האלטען זיי נישט ביים מיטהאלטען מיט די ישיבה, צו איז דאס תקנות, זמנים, לייגט עס צוגרונד די גאנצע ווירטשאפט.

איי, דער ישיבה "סיסטעם"? אויף דעים קען דער מנהל/הנהלה נישט צופיל העלפען, זיי זענען אויך א חלק פונעם "סיסטעם", זיי וואלטען אויך אפשר געוואלט טוישען פארשידענע זאכן באט מ'קען נישט טוישען דעם "סיסטעם".

דער אמת איז אויכעט אז מ'קען זיך טענה'ען איבער יעדע פאל עקסטער, און יא ס'איז דא אסאך שלעכטע מענטשען אוט דער, באט מ'טאר זיכער נישט בארעדן קיין מוסד און אוודאי נישט קיין פריוואטע מענטש פאר מ'רעדט נישט צו אים, הער קודם די אנדערע זיי פון די מעשה, אפשר וועסטו הערן זאכען וואס דער ארויסגעווארפענע בחור האט דיר נישט געוואלט דערציילן.

איך רעד נאר אלץ א דרויסענדיגער, וואס איך קלער, סוי איך הער ווייטער אויס וואס דער עולם האט צו זאגן.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Why does it make a difference how misheluni his father is or how much money he has. Does a young boy need to know that everything is politic
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Why dont they have guidelines and always need a vaad to decide
בן-זומא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן-זומא »

George האט געשריבן:
איך קלער נישט אז ס'איז גערעכט צו טוהן אזוי, פאר מען באשמוצט איינעם דארף מען מאכן אביסל ריסערטש זיך צו באקענען מער מיט די פאקטען.

דער עולם פארשטייט נישט אז רוב פון דעי מנהלים אויף וועם מ'האקט, טוען זייער דזשאב צו די בעסט פון זייער קעפעסיטי, זיי האבן זיך זייערע דאגות "אין" די ישיבות וואס רוב ציבור פארשטייט נישט, -בפרט דעי טאטעס פון די באטראפענע בחורים-.

זיי האבן למשל אן אחריות אז דער סדר הישיבה זאל אנגיין, זיי דארפען מיט האלטען מיט יעדן בחור צו ער שטייגט צו ער פאלט, זיי האבן זייער א שטארקע אחריות אז די בינונים זאלן עטליעסט בלייבן וואס זיי זענען און נישט גיין דאון, ווען עס פאלט אריין אין א ישיבה איין חברה מאן, און דאנט געט מי ראנג, זיי זענען על פי רוב וואוילע גוטע נשמות, באט טאמער האלטען זיי נישט ביים מיטהאלטען מיט די ישיבה, צו איז דאס תקנות, זמנים, לייגט עס צוגרונד די גאנצע ווירטשאפט.

איי, דער ישיבה "סיסטעם"? אויף דעים קען דער מנהל/הנהלה נישט צופיל העלפען, זיי זענען אויך א חלק פונעם "סיסטעם", זיי וואלטען אויך אפשר געוואלט טוישען פארשידענע זאכן באט מ'קען נישט טוישען דעם "סיסטעם".

דער אמת איז אויכעט אז מ'קען זיך טענה'ען איבער יעדע פאל עקסטער, און יא ס'איז דא אסאך שלעכטע מענטשען אוט דער, באט מ'טאר זיכער נישט בארעדן קיין מוסד און אוודאי נישט קיין פריוואטע מענטש פאר מ'רעדט נישט צו אים, הער קודם די אנדערע זיי פון די מעשה, אפשר וועסטו הערן זאכען וואס דער ארויסגעווארפענע בחור האט דיר נישט געוואלט דערציילן.

איך רעד נאר אלץ א דרויסענדיגער, וואס איך קלער, סוי איך הער ווייטער אויס וואס דער עולם האט צו זאגן.


חלילה צו באשמוצן אנדערע מענטשן. מען רעדט פון מפרסם זיין די נעמען פון די מענטשן וואס מאכן די החלטות וועגן אננעמען קינדער אין די מוסדות. עס איז היינט געווארן א מאדע אפצוזאגן קינדער אן קיין שום נארמאלע סיבה. איך רעד נישט פון נארישע און אומבארעכטיגטע סיבות נאר ממש פון נישט אננעמען קיין קינדער פאר קיין שום סיבה. ס'איז געווארן א סטייל אז מען זאגט אפ, ווייל אויב וועט ער גראד אננעמען וועט עס אויסזען ווי דער מוסד איז דעספערד פאר קינדער. ס'איז א פאקט וואס יעדער ווייסט. דאס איז א שטיקל אנדייטונג אויפן שפל המצב פון די מוסדות און די וואס מאכן אזעלכע החלטות.
די מענטשן וואס מאכן אזעלכע החלטות בשם "הנהלת המוסדות" זענען פאקטיש נישט באקוועם זיך צו אינדענטיפיצירן מיט אזא החלטה, און זיי שיקן עפעס א באצאלטער אפיס ארבעטער וואס זאל מודיע זיין די עלטערן אז זייער קינד איז נישט געווארן אנגענומען. ווען די עלטערן פרעגן פארוואס? איז דער תירוץ: "איך בין נאר א שליח און איך ווייס נישט". ווען מען פרעגט צו וועמען מען דארף רעדן באקומט מען נישט קיין נארמאלן ענטפער.
איך האב בכלל נישט געמיינט צו זאגן אז מען זאל באשמוצן די הנהלה, נאר מען זאל שרייבן זייערע נעמען (נאר די נעמען, גארנישט מער פון דעם) בכבוד הראוי, מיט זייער פאסיגן טיטול. קודם זאלן מענטשן וויסן צו וועמען מען דארף רעדן, און בכלל זאלן יענע מענטשן וויסן אז זיי קענען נישט זיצן במחתרת און סתם פייניגן אנדערע אידן. אויב זיי זענען גרייט צו פסק'ענען דיני נפשות, מוזן זיי נעמען דעם פולן אחריות מיט די נעמען.
אזא זאך קען נאר אויפטאן. סהאט נישט קיין שום סיבה פארוואס מען זאל עס נישט טאן.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ידען האט געשריבן:מע רעט די לעצטע צייט א סאך רעדען וועגען די פראבלעם פון חדרים און ישיבות אז מע ווארפט ארויס קינדער מיט בחורים און א סאך מאל אן וואס זיי האבען עפעס שלעכט געטוהן נאר ווייל זיי זענען נישט די מצינים.
צוויי וואכן צירוק איז געווען א אסיפה פון רבנים און בןציון טברסקי האט גערעדט (דער זון פון A.J.) האט ער געזאגט אז ביי יהדות החרדית איז כמעט נישטא קיין ׳דראפ אוטס׳ ס׳נאר דא push outs ניינציג פראצענט פון די בחורים אויפן גאס האבן נישט אליין מחליט געווען דארט צו זיין א ראש ישיבה האט זיי דארט געלייגט און די ווארט drop-outs האבן די ראשי הישיבות געגעבן כדי צו קענען בעסער שלאפן ביינאכט.


נישט קיין dropouts נאר pushouts קימט סטרעט פון די מויל פון המשגיח ר’ מתתיהו סלומון שליט"א
(און ר בנצוין ווייסט דאס)
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: Dropouts or pushouts?

שליחה דורך מי אני »

דאס ארויסווארפן פון/נישט אננעמען אין ישיבה איז, ווי נישט, אסאך מאל מקושר צו דאס עווענטועלע אפפארן פונ׳ם בחור [דיני נפשות]. עס איז מערקווידיג צו באצייכענען אז ווען נישמה האט דורכגעפירט א survey מיט די OTDs האבן זיי געטראפן אז רוב האבן געזאגט אז זיי האבן געפילט pushed-out אנשטאט pulled-out. איך פארשטיי אז ס׳איז נישט דוקא וועגן דעם ענין פון ישיבות, אבער ס׳איז ווי נישט א חלק פונ׳ם געזעלשאפטליכן פענאמענאן.
IMG_4499.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט