שרגא האט געשריבן:[quote
אקעי, רואיק, דו ווילסט נישט ארויסזאגן קלאר וועלכע פראבלעם דער אינטערנעט קען פירן צו דיין קינד, וועל איך מוזן צוקומען צום פונקט.
איך האב געקלערט אז אויב איך זאל אנהייבן מיט לאנגע הסבירים איבער די רוחנית'דיגע געפארן פונעם אינטערנעט, וועסטו אלץ קענען מסביר זיין עפעס פארקערט און פארואוס עס איז נישט קיין פראבלעם. צו שפארן צייט און ווערטער, האב איך ענדערש געוואלט הערן איין נקודה וואס דאס ביסטו כאטש אויך מודה אז עס קען זיין א געפאר פאר דיין קליינעם בחור'ל, און דאן קען איך דיר גרינגער פארשטיין געבן אז גענוי די זעלבע פראבלעם איז אויך פאר "גרויסע מענטשן".
יעצט וואס איך האב געקענט ארויסקראצן פון דיר איז אז "די אינטערנעט איז פול מיט כל ערליי שטותים און מ׳דארף צוגיין דערצו מיט א מהלך פון תוכו אכל קליפתו זרק. א יונג בחור׳ל איז נאך נישט דעוועלאפט גענוג. לויט לעצטיגע ברעין סקענס ווערט די מוח ערשט אינגאנצן אנטוויקלט ביי די פיר און צוואנציג, ואם אין דעת הבדלה מנין...". יעצט וויל איך דיר פרעגן, דו האלטסט טאקע אז גרעסערע מוחות האבן יא דעם שכל צו קענען מבחין זיין צווישן די כל ערליי שטותים און קענען יא אויסזויגן דאס עסן און אוועקווארפן די שאלעכץ? אדער האבן דען די ערוואקסענע יא די גבורה צו קענען אויסמיידן די שקאצעריי, און טאקע טאג איין און טאג אויס? האלטסט טאקע אז דער אינטערנעט קען נישט אוועקפירן דעם עלטערן מענטש אין כאזעריי שטאל אדער כפירה קלויז?
דו קלערסט טאקע אז די סכנה שטעלט זיך אפ ווען מ'ווערט פיר און צוואנציג? כ'מיין אז כהיום דארף אונזער וויכוח מער נישט זיין קיין פילאזאפישער וויכוח נאר א טריקענע סייענס. ווילסט נעמען א סטאטיסטיק וואס דער אינטערנעט האט שוין "אויפגעטאן"? און איך רעד נישט פון בחורים, נאר טאקע פון ערוואקסענע. סאו פארוואס זאלסטו טענה'ן אז דו האלטסט נישט אז עס איז קיין שום רוחניותדיגע סכנה?
אוי שרגא, דו זאגסט דאך אזוי גוט. איך האלט פונקט מיט דיר. און טאקע דערפאר דארפסטו איבערליינען וואס איך האב געשריבן ביז אהער. שרגא, הער גוט אויס. דער אינטערנעט איז נישט דער פראבלעם און א פילטער איז נישט דער לעזונג. אונזער היינטיגער פראבלעם איז א דור פון בורים, א דור וועלכע מען האט נישט מחנך געווען צו אידישקייט (נאכמאל, לייען איבער מיינע תגובות) און דעריבער זוכן זיי זיך סיפוק אויף אלע אופנים, און דער בעל דבר האט אסאך וועגן ווי זיי צו שיקן דאס וואס ער וויל, און איינס פון די איז דער אינטערנעט. און דעריבער טאקע איז א פילטער נישט דער לעזונג, ווייל מען קען אים עוקף זיין, מען קען אים איבערקלוגן, און נאך אביסל וועט דאס כמעט נישט מעגליך זיין צו אינפארסירן.
לאמיר אנרופן דאס קינד ביים נאמען. (ווי איינער האט שוין דא דערמאנט) א אפענער אינטערנעט איז ווי האבן א זונה ביי זיך אין שטוב. און ביי דעם האבן חז"ל אוועק געשטעלט גדרים, אבער די גדרים העלפן נאר פאר ווער עס וויל, איינער וואס וויל זינדיגן, אדער ער וויל נישט גענוג שטארק נישט זינדיגן, וועט נישט העלפן די גדרים. קודם מוז ער וועלן מיטארבעטן מיט דעם. עיין לעיל ותמצא נחת.