Ancient alians.

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

Ancient alians.

שליחה דורך MickyMouse »

איך האף אז איך שרייב און די ריכטיגע קעטעגארי, אויב נישט קען מען עס רוקען ווי עס ברויך זיין?

אקעי, אזוי ווי איך האב געזאגט אז איך וועל פראבירן צי שרייבן וועגן די נושה ווי עס ווערט ציטירט א יידישע מקור, דא איז מיין ערשטע פאוסט.

פרשת ויצא (בראשית כ״ח י״ז) וַיִּירָא, וַיֹּאמַר, מַה-נּוֹרָא הַמָּקוֹם הַזֶּה: אֵין זֶה, כִּי אִם-בֵּית אֱלֹהִים, וְ׳זֶה, שַׁעַר הַשָּׁמָיִם׳.
יעקב אבינו, נאכן זען אין חלום ׳מלאכים׳ (לייען ETs) גייען ארויף און אראפ פון הימל, זאגט אז דאס פלאץ איז נישט, נאר אן אריינגאנג צי די הימלען. This place is a gateway to haven.

וואס טיט יעקב אבינו נאכדעים? וַיִּקַּח אֶת-הָאֶבֶן אֲשֶׁר-שָׂם מְרַאֲשֹׁתָיו, וַיָּשֶׂם אֹתָהּ, מַצֵּבָה; וַיִּצֹק שֶׁמֶן, עַל-רֹאשָׁהּ.
(א עקסטרע שמועס קען מען מאכן פון די ׳מעיסאן׳ (שטיין-ארבייטער) קליקע, (וואס האט זיך אריגינעטעט אין סקאטלענד, זע באלט פארוואס איך זאג דעיס) וואס גיסן אויל ביי זייערע צערעמאניעס)

א קרוין; וואס איז דאס? פין ווי נעמט זיך די מנהג אנציטוען אזא מין רינדעכיגע שיינענדיגע אבדזעקט אויפן קעניג׳ס קאפ?
וואס איז דאס א halo וואס זעט אויס ווי א UFO העכער אן עינדזשיל? אדער ארום די קאפ פון א פירער אויף זייער אסאך אלטע מאלערייען..
און ווי אימער מען זעט געמאלן איינע פון די סעקיולערע געטער (gods) זעט מען עפעס וואס זעט אויס ווי א קרוין/העילאוי.
Ancient alian theorists זאגן אז די אלע צייכענינגען און מאלערייען פון אמאל איז געווען די וועג פון די מענטשען צי איבער געבן וואס זיי האבן געזען, פאר די קומענדיגע דורות. און ווען זיי האבן געמאלן א מלאך (angel) מיט פליגלן איז נישט ווייל א מלאך האט פליגלן נאר ווייל דאס איז געווען זייער וועג פון דיסקרייבן אז די מענטש/עיליען האט געקענט פליען. און וועגן דעם זעט מען איבעראל עפעס וואס זעט אויס ווי א דיסק, א UFO, און א קרוין, די דיסק איז טאקע געווען זייער וועג צי קומען און די קרוין איז געווען נישט מער ווי א? העלמעט!!

די שטיין פון צוקונפט. The stone of destiny.
האט איר שוין אמאל געהערט פון איר?
עקארדינג צי היסטאריקער איז די שטיין וואס יעקב אבינו האט זיך געלייגט שלאפן אויף געווען פאר לאנגע יארן אין סקאטלענד און היינט אין לאנדאן ענגלאנד (אדער אין א טייך אין סקאטלענד לויט אנדערע - דא איז נישט די פלאץ אויסצישמיעסן) ווי עס ווערט באניצט צי בא׳קרוינען׳ די קעניג/קעניגן.

בקיצור, מאכן זיי (די היסטארי טשענעל׳ס שאוי) א גאנצע צוזאמשטעל אז ׳אפשר׳ קומט די גאנצע זאך פון באקרוינען א קעניג (און ביי די יידען באזאלבן דורך גיסן אויל) פון יעקב אבינו וואס האט עס איינגעפירט נאכן זען עיליעןס אין חרן.

א גיטע נאכט.
אמור מעט ועשה הרבה.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

כ'האב נישט געהערט איבער די שטיין, אבער נישט לאנג צוריק האט אויסגעבראכן א שטרייט צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטיניען אוטארעטי איבער די בעלות פון אן ארכיעלאגישע געפינס אויפגעגראבן דורך ארכיעלאגן פון בר אילן אוניווערסיטי אין פאלעסטינע טערעטאריע: מ'האט אויפגעגראבן א לייטער וועלכע זיי טענה'ן געהערט צו יעקב אבינו'ס חלום.
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

נאט אייך א וויקיפידיע פונעם שטיין
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Stone_of_Scone
אמור מעט ועשה הרבה.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ס'דא סימנים אז יענע שטיין איז אמאל געווען צוטיילט אין 12?


ייש"כ פאר דעם אינפארמעישען, כ'באצאל מיט א לייק, אבער די טיעאריע איז פונקט ווי איינער וואלט געטראפן ביינער פון א מיקי מייז...
Under influence
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

עס איז געווען מעשי אלוקית דאס ווערן איין שטיין ממילא מיז נישט זיין אז עס זענען דא צייכענעס.
אויכעט איז עס נישט קיין פסוק, רש״י זאגט נאר ווייל עס שטייט וישם מרשותיו, ער האט ׳זיי׳ געלייגט און נאכדעים שטייט אז ער האט גענומען דאס שטיין, איינס. רש״י זאגט נישט אז ער האט גענומען 12.
און אויסערדעים איז נישט זיכער אז זיי האבן די עכטע שטיין. די מעשה גייט אזוי, ירמיה הנביא האט גענומען די שטיין אויף איירלאנד עס איז שפעטער אנגעקומן קיין סקאטלענד. נאכן נוצן די שטיין פאר לאנגע יארן איז געווען א מלחמה צווישן סקאטלענד און ענגלאנד און די ענגלענדער (מיינען אז זיי) האבן גענומען די שטיין. אבער עס איז דא וואס זאגן אז עס איז געלאנגען פאר די סקאטיש מאנקס צי באהאלטן די שטיין אין א טייך פאר די אינגליש זענען אנגעקומען און אז זיי האבן גענומען א נאכגעמאכטע.
למעשה האט מען יארן שפעטער געטראפען אין סקאטלענד אין א קעלער פון א פאלאץ א שטיין מיט ענליכע דיימענטשענס סאוי עס איז נישט קלאר וועלכע, אויב אפילו איינע פון די צוויי, איז די ריכטיגע.
אמור מעט ועשה הרבה.
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

דיסקלעימער, איך שרייב נאר נאך וואס די היסטארי טשענעל׳ס שאוי זאגט.

סייענטיסטס האבן (בעיסט אויף וואס זיי האבן ארויס לערנען פון זוהר אויף בראשית) ערצייגט א מאשין וואס מאכט א מין עסנווארג אויף וואס מען קען לעבן א לענגערע צייט. עס איז א היי פראוטין עסן וואס רופט זיך algae. זיי רופן דאס די מן מאשין.
עס איז געווען א קליין נוקלער ריאקטאר וואס מאכט די עסן פון די לופט פון ארום און עס איז געהאלטן געווארן אין די ארון הברית. און וואס איז געשען צי איינעם וואס האט זיך געוואלט באניצן מיטן ארון אום ערלויבטערהייט? ער איז געשטארבן פון די...... נוקלער רעדיעישאן.

זיי טען׳ן אז אינזערע עלטערן אין מדבר האבן דאס באקומען פון עיליעןס וואס האבן פארמאגט די טעכנאלאגיע.

אויך רעדן זיי אסאך ארום וועגן די מאסיווע שטיינער וואס געפינט זיך אין עגיפטן אין די טעמפעלס נעבן די פיראמידן. עס זענען דארט דא גרעניט שטיינער. וואס וועגן איבער 100 טאן, היינט מיט קרעינס איז עס נישט גרינג צי טרענספארטירן און אויך די פינקטליכקייט מיט וואס די שטיינער זענען געשניטן איז א פלא אפילו פאר היינטיגע מעיסאנס. נאר וואס דען? מיז זיין אז זיי האבן געהאט הילף פון אנדערע וועלטליכע באשעפענישן.
אמור מעט ועשה הרבה.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

נו אפשר בוזטו אזוי גוט און די לינקסט אהער די היסטארי ט. ש.?
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

כ׳האב נישט א דירעקט לינק. עס זענען דא אסאך אלטע עפיסאודס אויף יו טוב. Search for ancient alians.
אמור מעט ועשה הרבה.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 1983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

שליחה דורך boxcover »

פארשפארט