נייעס, בילדער און אפדעטיס: א' קרח וומסב"ג
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 99
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 15, 2012 3:01 pm
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
באקומען אויף א בלעקבערי גרופ:
איך האב געהאט צוויי טיקעטס פון יוניאן מעמד, וואס א געוויסער עסקן האט פארטיילט ביינונז אין שוהל בחינם, למעשה האב איך עס אהין געגעבן פאר א צווייטען וויבאלד כ'האב געהערט אז אדמו"ר הגה"צ מקאסוב שליט"א וועט רעדן אויף טעילאר. ער האט מיך אוודאי נישט אנטוישט, ווי זיין שטייגער האט ער גערעדט דברים היוצאים מלבו הטהור. איך האב געהאפט שוין איינמאל פאר אלעמאל צו הערן דעם אדמו"ר מר"א פון סאטמער האט ער צו מיין מזל נישט גערעדט. זיין איידעם מייזעלס האט א מין שפראך וואס כ'אב נישט געוויסט עס איז היינט נאך בנמצא, ווי וואוינט ער? אויב מיינט ער עס אמת'דיג האף איך ער האט אסאך חסידים, ער האט געדינערט און געשאלט ווי א תלמוד בישיבת חכמי לובלין. סאטמער וויליאמסבורגע רב האט אויך פיין גערעדט, מען זעהט ער איז א כלי.
ר' חיים מערץ האט געזאגט דעם שיר המעלות ווי יום כיפור ביי שחרית. דער ציבור איז געווען געוואלדיג, לעבן מיר איז געזעצען א איד און זיך געווישט די טרערען מיט א שבת טאשטיכל, מען קען נישט פארגלייכען דעם כמות צו סיטיפיעלד, דאס ערנסטקייט האט זיכער איבערגעשטיגען פי כמה. ווען איך זעה נישט דעם צונויפגעקוועטשען ציבור פון ליע ביז בעדפארד און איבער אלע ברעגעס וואלט איך נישט געגלייבט אז האלב וויליאמסבורג האט אויפגעגעבען דאס הערן שמע ישראל פון סקולענער רבי שליט"א

אפדעיט: די באסעס זענען שוין אלע צוריק אנגעקומען קיין קרית יואל, דירעקט פון רחבת טעילאר. דאס ווייסע שוהל קוקט אויס ווי ליל תשעה באב נאך איכה; קיינער גריסט זיך נישט איינער דעם צווייטן; דער בעל תפלה שעפשעט ברכו מיט א שטיל קול, און ווען ס׳קומט צו קבלת עול מלכות שמים בלייבט שטיל אינגאנצן, זיך דערמאנענדיג פון די חלוקה פונעם טשערנאוויצער מיטן לעלובער... די מאראל איז געקלאפט, די דעפרעסיע איז גובר, און יעדער האט מורא ארויסצוברענגען די שאלה הגדול והנורא: פארוואס האב איך געדארפט פארן געוואלד??! צו זיין דער פערד און ציל-ברעט פאר יעדן לץ אין דער שטאט?? פארוואס בין איך געפארן צוויי שעה אויף א שטיקעדיקן מאנראו באס, בלויז צו זען אז רחבת טיילאר קען אנטהאלטן 500 זיצן, בעת צען טויזנט אידן וויליאמסבורגער אידן ראליען אין אנדערן עק שטאט און שרייען הויך: רבי אהרן הגדול והנורא, מיר ברויכן דיך ווי א לאך אין קאפ, אתה ובנך בכורך, ועבדך ואמתך אשר בעיר קרית יואל?
למה עניתנו? שמואל ווידער, דו גרויסער העלד און מלך הליצנות, אשר אמרנו בצלך נחי׳ בגוים, וואו איז דיין חכמה?? ציבעלע הירצקא, דו גרויסער עד הצוואה, דאס איז אלץ וואס דו קענסט?!
פארוואס האסטו מיר געמוזט רודפ׳ן א וואך לאנג אז איך מוז קומען ראטעווען דעם רבינ׳ס כבוד, בעת איך האב מיך מיטן רבין אינאיינעם געלייגט ללעג ולקלס, און יעדער שמויגער ווייסט צו זאגן אז ביי טעילאר ריידס חול המועד איז דא פיל א גרעסערער פארקער??
איז אלעס וואס מיר פארמאגן טאקע נאר חד מספינקא וחד מטשערנאוויץ, און מ׳דארף אונז פארטייבן דעם מח מיט א ווילדע פראקלאמאציע פון גיין מארשן אין מאנהעטן קעגן גיוס בני הישיבות?!
פארוואס האט דער אויסגעשפילטער זאלי געקענט האבן אן אויבן-אן וואס איז קיינמאל אין דער היסטאריע נאך נישט געווען, מיט א סדר המעמד מרפסין איגרא מיט סלתה ושמנה פונעם מזרח-וואנט פון יהדות החרדית -- בעת מיר האבן געדארפט טופען מיט די פיס און בייסן די נעגל ביי יעדן פרישן נאמען וואס מ׳האט אויפגערופן צום מייק??
פארוואס האט דער עם הארץ געקענט דעליווערן א דרשה וואס האט אפגעקלינגען מקצה העולם ועד סופו, בעת רבינו הגה״ק שר התורה, האט איינגענומען א מויל מיט וואסער, בעת מ׳האט אונז קלאר פארשפראכן אז מיר קומען הערן דעם דבר השם מפה קודש???
פארוואס, פארוואס, פארוואס, צוויבל, בראך, מאסרי, כאירה. דאנא, מיר ווארטן אויף תשובות!!
מיר זענען דא אין ווייסן שוהל און מיר ווארטן אולי וועט אונז איינער קומען טרייסטן, נחמו נחמו יאמר אלוקיכם

- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
פיינע קאווע האט געשריבן:משגיח דו ביזט נעכטן נישט געווען נישט אין טעילאר און נישט אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל. יעצט שרייב ווייטער און פראק אריין וויפיל עס גייט. זיך צו בארואיגען אביסל דיין ווייטאג.
משגיח, עפעס איז נישט געגאנגען אויף יוניאן ווי ס'באדארף צו זיין, נעם אביסל פעין קילער ס'וועט דיר בעסער ווערן
וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין נישט געפארן נעכטן, אבער צו וועם איך רעד אז אן די היי עס קען בי
ברוך ה'
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 370
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
משגיח לעבן, אפשר רעכנסטו מיר אויס די נעמען פון די רבנים אויף די 'אן אויבן-אן וואס איז קיינמאל אין דער היסטאריע נאך נישט געווען"
דא viewtopic.php?p=120746#p120746
האב איך א ליסטע פון א הערליכע אויבן אן וואס איז אין ערגעץ נישט געווען, סאו אפשר שרייבסטו ווער ס'איז יא געווען א נייטראלער רב (חוץ ווינער רב און הרב שנעעבאלג פון מאנסי, וואס איך גלייב אז ווען זיי רעדן נישט וואלטן זיי אויך געבליבן אינדערהיים)