ערשטע קרית יואל'ע "ביקור חולים" דינער

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
ביקור_חולים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 03, 2013 2:43 pm
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

ערשטע קרית יואל'ע "ביקור חולים" דינער

שליחה דורך ביקור_חולים »

כולם נקבצו באו לך:
[center]קרית יואל אין העכסטע שפּאַנונג צום ערשטן "ביקור חולים דינער", אי"ה דינסטאָג אין בית רחל פּאַראַדייס[/center]
[center]אַנטשפּרעכט צו זיין אַן אינהאַלטסרייכע אָווענט מלא רגש והתחזקות[/center]
[center]הרה"ג ר' משה מנחם טויבנפעלד שליט"א פון שיכון סקווירא וועט שילדערן פערזענליכע דראמאטישע איבערלעבעניש באגלייט מיט סיפורי אמונה ובטחון – הארציגער בעל מנגן ר' אייזיק האניג נ"י וועט פרעזענטירן נייעם רירנדן ניגון "קינדערלעך" – מאמענטן פון רעספעקט ווערט געשאנקען פאר וועלט-בארימטער דאקטאר פון קאלאמביע שפיטאל –"נזר ביקור חולים" ר' אליעזר יקיר ברוין הי"ו וועט מיטטיילן "דער מצב ביי אונזערע שכנים" – "נזר רפואת הנפש" ווערט איבערגעגעבן פאר עסקנים המפורסמים פון 'רעליף' - קעיס-ספאנסערס ערווארטן מיט דורשט היסטארישער "ספר ביקור חולים"[/center]


קרית יואל. — מיט גאר איבערגענומענע געפילן פול מיט הרגש גרייטן זיך אלפי תושבי עירנו ארויסצוקומען אין די מאסן דעם קומענדיגן דינסטאג צום ערשטן גרויסארטיגן דינער לטובת דעם הייליגן מוסד "ביקור חולים קרית יואל", א דערהויבענער אוונט וואס וועט בעז"ה ברענגען שטראלן פון האפענונג פאר די חולי ישראל און פארצווייפלטע משפחות בעירנו, מיט אוצרות השפעות פאר די גאנצע שטאט.

עס איז שוין א לאנגע צייט וואס דער גאנצער שטאט גרייט זיך אויף דעם דינער אוונט.
במשך די טעג און וואכן גייט כמעט נישט דורך א נאכט וואס ס'זאל נישט פארקומען איינס אדער מערערע פריוואטע מסיבות אין בעפארברייטונג צום דינער, וועלכע שליסן איין דעם גאנצן ציבור אינעם מעכטיגן קאמפיין.
עס איז גאר התרגשות'דיג צוצוזעהן די שטארקע ווארימקייט פונעם ציבור, וועלכע זענען זיך משתתף מיט שיינע סכומים און שליסן זיך אן אינעם גרויסארטיגן "שלך שלי קאמפיין", צו ספאנסערן א קעיס פון ביקור חולים פאר לכה"פ 360 דאלאר. ווי שוין באקאנט, איז אויסער דעם עצם זכות פון הצלת נפשות וואס מ'קויפט זיך איין דורכ'ן ווערן א קעיס ספאנסער, טוט מען זיך דערמיט איינקויפן די גרויסע סגולה פון 'ורפא ירפא', מעורר צו זיין רחמי שמים לשמירה ולהצלחה פאר זיך וכל המשפחה. א ספעציעלע 'קעיס רעפארט' ווערט יעדע שטיק צייט ארויסגעשיקט צו אלע ספאנסערס איבער
די אנטוויקלונגען אין זייער קעיס.

[center]אינהאלסטפולע רייכע פראגראם צוגעגרייט[/center]
לכבוד דעם ערשטן דינער פון ביקור חולים ווערט ערווארטעט א פלייץ און מאסן שטראם פון אלפי תושבי עירנו, אין שפיץ פון רבנים ודיינים ומרביצי תורה וכולם אנשים חשובים המה, וועלכע וועלן אלע קומען ארויסווייזן סאלידאריטעט און שטיצע פאר'ן עמוד הרפואה פון דער שטאט.
במשך די פארגאנגענע טעג און וואכן זענען אריינגעלייגט געווארן שווערע כוחות מיט אסאך מחשבה צו קענען אהערשטעלן א פול-רייכן פראגראם, געשמאק, שפאנענד און אינהאלסטרייך.
כידוע דער כלל 'אז מ'לייגט אריין נעמט מען בעז"ה ארויס'. די פירות זענען ב"ה עד להפליא! נאך שווערע הארעוואניע איז געלונגען פאר די דינער קאמיטע אהערצושטעלן א גאר רייכער דינער פראגראם, צוזאמגעשטעלט פון פילע אינטערעסאנטע הויכפונקטן, ווי דראמאטישע שילדערונגען, א קוואל פון חיזוק מיט סיפורי אמונה ובטחון, הארציגע נגינה, רירנדע פרעזענטאציע, הערליכע באגריסונגען און נאך, וואס פאר יעדע פרט פאר זיך לוינט זיך צו קומען מיטהאלטן דעם דינער אוונט, אנטשפרעכנדיג פארוואנדלט צו ווערן אין א נאכט פון חיזוק אויף א ברייטן פארנעם.

דער דינער ווערט נתנדב דורך מו"ה משה חיים שפיטצער הי"ו וגיסיו מו"ה שמואל אליעזר גאנדל הי"ו און מו"ה בנימין זאב גאנדל הי"ו, לע"נ זייער אומפארגעסליכע שוויגער/מוטער האשה החשובה מרת ריזל ב"ר שמואל ע"ה גאנדל, וועלכע איז מיט א קורצע צייט צוריק נפטר געווארן, פארגאנגענעם ד' אייר, לדאבון לב כל המשפחה.

[center]עפענונג פונעם מעמד מיט'ן ניגון "היה עם פיפיות"[/center]
דער רייכער דינער פראגראם וועט געעפענט ווערן מיט'ן נייעם הארציגן ניגון אויף די תפלה 'היה עם פפיות שלוחי עמך בית ישראל', וואס ווערט געזינגען אויפ'ן נייעם הערליכן סידי 'אל ההרים' פונעם וועלט-בארימטן בעל מנגן ר' אייזיק האניג נ"י.
דער נייער ניגון איז א שטיק נעימות והרגש, וואס ברענגט ריכטיג ארויס מעומק הלב די אפטייטש פון די מורא'דיגע דיבורים; א ניגון וואס איז שטארק פאסיג צו דעם יעצטיגן אווענט ווען עס קומען זיך צוזאם אלפי ישראל אויף א מעמד רבתי מיט'ן ציל אויסצו'פועל'ן ישועות און
רפואות.
דער ניגון וועט לעבעדיג פארגעזינגען ווערן דורכ'ן פארפאסער פונעם סידי ר' אייזיק האניג נ"י, וועמענס הארציגע שטימע נעמט אדורך ביז צו די טיפענישן פון די נשמה.
ר' אייזיק וועט זינגען דעם ניגון אינאיינעם מיט'ן בארימטן חזן ר' משה לוי ברוין נ"י, וועלכער איז באקאנט מיט זיין שטארקע חזנות שטימע וואס נעמט יעדן אדורך.

[center]פרקי נגינה דורך הארמאנישע קינדער-כאר "שיר ושבח"[/center]
א ספעציעלע פלאטפארמע ווערט צוגעגרייט פאר די בארימטע קינדער-כאר 'שיר ושבח', וועלכע וועלן באגלייטן דעם אוונט מיט רייכע פרקי שירה וזמרה, ספעציעל אין די ערשטע מאמענטן פונעם דינער.
די קינדער כאר 'שיר ושבח' זענען באקאנט מיט זייער אייגנארטיגער כח בעולם הנגינה, זייענדיג א צוזאמשטעל פון עטליכע וואונדער-קינדער, וועלכע זענען געבענטשט מיט א הערליכע שטימע. עס נעמט אדורך ביז צו די סטרונעס פון הארץ בזמן שתינוקות מצפצפין בקול, ווען די 'שיר ושבח כאר'
ערשיינען אויפ'ן אויבנאן און זענען מהנה דעם ציבור מיט נגינה.
די 'שיר ושבח כאר' ווערט מייסטערהאפטיג אנגעפירט דורך מו"ה חיים מאיר פליגמאן הי"ו, וועלכער איז בארימט מיט זיינע געוואלדיגע כשרונות אין אנפירן די כאר ארויסצוברענגען יעדע ניגון אויפ'ן שענסטן פארנעם.

עמאציאנאלע הויכפונקט:
[center]ר' אייזיק האניג נ"י וועט פרעזענטירן "קינדערלעך"
נייע רירנדע ניגון פונעם נארוואס ערשינענעם סידי 'על ההרים'[/center]

אין די טעג הערט זיך ארויס פון פילע אידישע שטיבער די גאר הארציגע און תוכנ'פולע ניגונים פונעם נייעם סידי 'אל ההרים', וואס איז לעצטנס ערשינען פונעם וועלט-בארימטן היימישן בעל מנגן ר' אייזיק האניג נ"י.
צווישן די 'היי-לייד' ניגונים איז ווירקליך דער רירנדער ניגון 'קינדערלעך', א שטיק נעימות והרגש וואס צעגייט אין אלע ביינער, וואס ברענגט ארויס דאס התקשרות פון אידישע קינדער צום טאטן אין הימל.
ביים דינער וועלן תושבי קרית יואל האבן די זעלטענע געלעגנהייט צו הערן לעבעדיג ר' אייזיק האניג נ"י, וועלכער וועט – אין באגלייטונג פונעם קינדער כאר 'שיר ושבח' - מייסטערהאפטיג פרעזענטירן דעם נייעם ניגון 'קינדערלעך' מיט זיין מעכטיגע און הארציגע שטימע.
בסך הכל אנטשפרעכט די פרעזענטאציע צו זיין היסטארישע מאמענטן, אויף וואס דער גאנצער ציבור קוקט טאקע ארויס מיט גרויס שפאנונג.
כרחם אב על בנים.

[center]באעהרונג פאר וועלט-בארימטער דאקטאר פון קאלאמביע שפיטאל[/center]
מיט רעספעקט ווערט ערווארטעט די היסטארישע באגריסונג פאר איינער פון די וועלטס-גרעסטע און רעספעקטפולע הארץ דאקטוירים מר. אימייל באטשא, טשיף פון די הארץ אפטיילונג אין די בארימטע קאלאמאביע שפיטאל אין מאנהעטן.
דער דאקטאר, טראץ זיין אנגעשטרענגטע סקעדזשועל און אומגעווענליכע שריט האט ער באשלאסן דאסמאל ארויסצוגיין פון וועג און באוויליגט זיך אנצשוטרענגען און ארויסקומען צום דינער אין קרית יואל, אין עהרע פון ביקור חולים, מיט וועמען ער האט נאנטע פארבינדונגען און ער איז איבערצייגט פון דער נאנט איבער די זעלטענע אקטיוויטעטן פון ביקור חולים אין פעלד פון רפואה, ובפרט לטובת חולי עירנו.
זעלבסטפארשטענדליך אז די ערשיינונג פונעם דאקטאר איז א זעלטענע געלעגנהייט פאר תושבי קרית יואל, צו קענען ארויסווייזן די אידישע מדה פון הכרת הטוב און אפגעבן דעם ריכטיגן כבוד פאר דעם גרויסן ספעציאליסט, וועלכער איז פון די גרעסטע שליחים פון הימל לרפואת אחבנ"י.

[center]דבר המוסד: הרב אשר מענדל כהנא שליט"א מנהל ביקור חולים[/center]
עס איז שוין היינט גענצליך איבריג ארויסצוברענגען ביי תושבי עירנו דאס נחיצות פון "ביקור חולים". במשך די פארגאנגענע וואכן איז שוין אויסגעקומען פאר רוב חלק ציבור זיך נענטער צו באקענען מיט די פילע לעבנסוויכטיגע פעולות פון ביקור חולים, א נעץ פון סערוויסעס וואס ווערן פראקטיצירט דא אין אונזער שטאט פאר אונזערע אייגענע נאנטע און באקאנטע, אונזערע טייערע חברים און שכנים, וועמען ס'איז נעבעך באשערט דורכצוגיין פארשידענע שווערע תקופות בעניני רפואה, פאר וועלכן זיי זענען אנגעוויזן אויף די ווארימע האנט און באגלייטונג פון ביקור חולים.
דער מוסד ווערט היינט אנגעפירט דורך די חשוב'ע מרת כהנא תחי' מיט די הילף פון א ברייטע שטאב געטרייע חברי הנהלה, אין שפיץ פונעם חשוב'ן מנהל המוסד הרב אשר מענדל כהנא שליט"א, וועלכער באגלייט די פארצווייגטע סערוויסעס און אקטיוויטעטן, איש על מחנהו ואיש על דגלו.
ביים דינער וועט דער ציבור האבן דער געלעגנהייט צו הערן א דעטאלירטע באריכט פון ביקור חולים היינט צו טאג, דורכ'ן חשוב'ן מנהל הרב אשר מענדל שליט"א, וועלכער וועט איבערגעבן פארשידענע ערשט-האנטיגע סיפורים, באגלייט מיט א פינאנציעלע באריכט פונעם מוסד.

[center]עדות נאמנה: הרב שמואל חיים וואהלבערג שליט"א[/center]
אלס 'עדות נאמנה' אויף די וויכטיגע פעולות פון ביקור חולים איז מיט כבוד אויסדערוועלט געווארן הרב שמואל חיים וואהלבערג שליט"א, מחשובי תושבי עירנו, וועלכער וועט פערזענליך אויפטרעטן מיט קורצע דיבורים נרגשים.
דאס אליינס אז ר' שמואל חיים שליט"א האט אנגענומען דעם כיבוד, זייענדיג גרייט זיך מטריח צו זיין בטירחא דגופא און קומען באשיינען ביים דינער, דאס אליינס איז שוין גענוג סיבה צו ערוועקן אן התחייבות ביים גאנצן ציבור, זיך אויך אנצושטרענגען און שענקען דעם אוונט לטובת ביקור חולים.
אבער ס'איז נאך מער פון דעם. ר' שמואל חיים קומט נישט דא ווי א דורכשניטליכער משתתף צווישן די אלפי משתתפים, נאר ער פארנעמט א גאר חשוב ארט אינעם דינער פראגראם, קומענדיג אלס 'עדות נאמנה' צו די פעולות הנחיצות פון ביקור חולים, וואס ער וועט פערזענליך איבערגעבן מיט קורצע ווארימע ווערטער.
די ערשיינונג פון הרב ר' שמואל חיים שליט"א רופט ארויס א ספעציעלע ווארימע געפיל ביים גאנצן ציבור תושבי "שכונת ברך משה", וואו הרב שמואל חיים שליט"א איז פון די פני המזרח אין ביהמ"ד ומחשובי תושבי השכונה, צו וועמען מ'איז צוגעבינדן באותות ידידות כמים פנים אל פנים.

[center]אין שטיבער פון אונזערע שכנים: מו"ה אליעזר יקיר ברוין הי"ו[/center]
איינס פון די געשמאקע און שפאנענדע מאמענטן ביים דינער איז די פערזענליכע אויפטריט פונעם בארימטן עסקן ומשמח אלקים ואנשים ר' אליעזר יקיר ברוין הי"ו.
ר' יקיר איז נישט קיין פנים חדשות ביי ביקור חולים. אויסער וואס ער איז נאנט באקאנט ביים גאנצן ציבור תושבי קרית יואל, איז ער בפרט נאנט באקאנט ביי ביקור חולים, וואו ער דינט פון די הויפט וואלונטירן ומראשי העסקנים מיט זיין אקטיווע ראלע אין הילף פאר חולי ישראל ומשפחות עירנו במשך פון א גאנץ יאר.
לאות הוקרה ווערט ר' יקיר באגריסט ביים דינער מיט'ן פאסיגן טיטל 'נזר ביקור חולים', זייענדיג דער קרוין פון עסקנות מיט זיין גוט הארץ און געפיל.
לכבוד דעם געלעגנהייט וועט ר' יקיר אויפטרעטן מיט א ספעציעלע געשמאקע און הארציגע דרשה, אין וועלכן ער וועט איבערגעבן א נאנטע בליק איבער די פעולות פון ביקור חולים מיט זיין אייגנארטיגן שטייגער בדברים ערבים ומתוקים, וואס וועט אוודאי איבערלאזן א שטארקן איינדרוק ביי יעדן איינעם.

[center]באגריסונג פאר בארימטע עסקני ביקור חולים פון אמאל און היינט[/center]
צום ערשטן ביקור חולים דינער, האט די הנהלת ביקור חולים פאסיג אויסגעקליבן א געקליבענע צאל עסקנים חשובים וועלכע שפילן א ספעציעלע ראלע אין פעלד פון עסקנות לטובת ביקור חולים.
אויף די עסקנות בימים ההם, ווערט באגריסט מיט'ן "נזר הכרת הטוב" הרב החסיד המרומם ר' דוד פריעדלענדער שליט"א מחשובי תושבי עירנו, וועלכער איז געווען פון די ערשטע 'ביקור חולים עסקנים' אין די בראשית יארן פון קרית יואל, און אייגענטליך דער וועג-ווייזער פאר אנדערע וואס ס'מיינט עסקנות, חסד בכל נימי גוף ונפש לטובת אחבנ"י.
אויף די עסקנות בזמן הזה, זענען אויסגעקליבן געווארן א חשוב'ע קאאליציע פון געטרייע ראשי עסקני ביקור חולים, וועלכע ווערן באגריסט מיט'ן טיטל "נזר עסקנות", טוענדיג ארויסשטארן מיט זייער קרוין פון עסקנות לשם ולתפארת, פאר וועלכן זיי געבן זיך אוועק לטובת ביקור חולים בכל לב ונפש, בפרט אין די לעצטערע וואכן פאר'ן סוקסעס פונעם דינער קאמפיין, הלה המה העסקנים חשובים כ"א בשמו הטוב יבורך: מו"ה ישכר בעריש הכהן שעהנברוין הי"ו, מו"ה משה שמואל ניימאן הי"ו, מו"ה יואל זאבעל הי"ו, מו"ה מנחם ישעי' לעווי הי"ו, מו"ה שלום מאיר טארים הי"ו און מו"ה
חיים יחזקאל קאהן הי"ו.

[center]"נזר רפואת הנפש" לכבוד וועלט-פארצווייגטע ארגאניזאציע "רעליף"[/center]
מיט'ן ערליך-פארדינטן פרס "נזר רפואת הנפש" ווערן באעהרט די חשוב'ע חברי הנהלה פון די וועלט-בארימטע ארגאניזאציע "רעליף", מיט וועלכע ביקור חולים האט נאנטע צוזאמארבעט אין פעלד פון רפואת הנפש, הלה המה העסקנים החשובים: מו"ה אלכסנדר ארנשטיין הי"ו, מו"ה יושע אסטרייכער הי"ו משרי העסקנים והשתדלנים לטובת אחבנ"י, און מו"ה בנימין באב"ד הי"ו, אלע בארימטע עסקנים וגבורי חיל אויף וועלכע עס איז ריכטיג געזאגט געווארן וכל העוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם.
'ביקור חולים קרית יואל' האט א נאנטע צוזאמענארבעט מיט 'רעליף' איבער פארשידענע וויכטיגע קעיסעס אינערהאלב רפואה, והעולה על כולנה ווען מיט זייער ראט און עקספערטיז איז בעז"ה צושטאנד געקומען דאס אויפשטעלן דעם נייעם צווייגל "רעליף אוו קרית יואל", וואס איז א געוואלדיגער הילף פאר תושבי קרית יואל איבער אלע אנגעלעגנהייטן אין פעלד פון נפשות'דיגע פראבלעמען און קעיסעס.

קוואל פון חיזוק און אינספיראציע:
[center]פערזענליכע דראמאטישע איבערלעבעניש באגלייט מיט סיפורי אמונה ובטחון
וועט ערשט-האנטיג געשילדערט ווערן דורך הרה"ג ר' משה מנחם טויבנפעלד שליט"א מח"ס בפיקודיך אשיחה מחשובי תושבי שיכון סקווירא[/center]

פון די הויכפונקטן ביים דינער רבתי, אויף וואס דער גאנצער ציבור קוקט ארויס מיט שפאנונג, איז די דראמאטישע און אינהאלטספולע חיזוק דרשה וואס תושבי קרית יואל וועלן בעז"ה האבן דעם כבוד צו הערן פונעם בארימטן מעורר לבבות ומנח"ם משיב נפשות הרה"ג ר' משה מנחם טויבנפעלד שליט"א, מח"ס בפיקודיך אשיחה ומחשובי תושבי שיכון סקווירא, וועמענס דרשות האלטן פארגאפט אלע צוהערער און טוט עפענען קוועלער פון חיזוק ועידוד אין אלע שווערע אומשטענדן.
הרב טויבענפעלד שליט"א האט במשך די יארן מיטגעמאכט פארשידענע שווערע איבערלעבענישן, צווישן אנדערס די אומפארגעסליכע שוידערליכע טראגעדיע מיט'ן פארלוסט פון זוגתו החשובה ע"ה הי"ד, וועלכע איז נעבעך געווען פון די היימישע קרבנות ביי א טעראר אטאקע אין ירושלים עיה"ק מיט עטליכע יאר צוריק.
אבער טראץ זיינע שווערע און ביטערע מיטמאכענישן איז ער נישט געווארן געפאלן אדער מיואש ביי זיך, נאר מיט זיין קלארע אידישן בליק באגלייט מיט א זעלטענע גבורת הנפש האט ער זיך געשטארקט אויף אלעם, און דינט אלס סימבאל וויאזוי מיט'ן ריכטיגן רצון און השקפה קען מען ווייטער אנגיין מיט'ן לעבן און זיך ספראווען מיט שווערע מצבים.
במשך די לעצטערע יארן איז ער באקאנט געווארן אלס א בארימטער רעדנער, וואס וואו ער טרעט נאר אויף, שטייט דער ציבור פארגאפט און שעפט פון זיינע ווערטער חיזוק און אינספיראציע אין אלע ערליי שווערע מצבים וואס מ'גייט אדורך.
הרב טויבנפעלד שליט"א באצויבערט אלע צוהערער מיט זיין פערזענליכע דראמאטישע איבערלעבענישן, באגלייט מיט שטורמישע געפילן און טיפע שפאנונג, און ארומגענומען מיט פיל חיזוק ועידוד, אמונה און בטחון, וואס לאזט איבער א זעלטענעם רושם אויף יעדן איינעם.
אצינד וועלן תושבי קרית יואל האבן די זעלטענע געלעגנהייט צו הערן הרב טויבנפעלד; דער הויכפונקט דרשה פונעם אוונט; מאמענטן פון דראמאטיע און הויפענעס חיזוק והתחזקות פאר די אלע וואס ס'איז נעבעך באשערט דורכצוגיין שוועריגקייטן מיט'ן געזונט און אנדערע שווערע מצבים ל"ע.
חזקו ויאמץ לבבכם!

[center]היסטארישער "ספר ביקור חולים" ערווארטעט מיט גרויס דורשט[/center]
מיט גרויס נייגער און אינטערעסע קוקט דער ציבור ארויס אויף דעם נייעם היסטארישן חיבור "ספר ביקור חולים", וואס ערשיינט ספעציעל צום ערשטן דינער פון 'ביקור חולים קרית יואל'.
דער ספר איז אן היסטארישער ווערק, אן אינהאלטסרייכער אוצר פון מאמרים, סיפורים ועובדות איבער 'ביקור חולים' בכלליות במשך הדורות, און באזונדערע קאפיטלן פון זכרונות והשתלשלות איבער 'ביקור חולים קרית יואל'.
דער ספר וועט אי"ה געגעבן ווערן אלס א העכסט-ווערדפולע "מתן שכרה בצדה" פאר די אלע וואס נעמען א חלק אינעם "שלך שלי קאמפיין" מיט איינע פון די צוויי אופנים: שליסן זיך אן צו געבן 360 מיט קרעדיט קארד פעימענטס במשך השנה, אדער געבן דעם מינימום סכום פון 180 דאלאר "קעש אויפ'ן פלאץ".
די אלע וואס שליסן זיך אן מיט איינע פון די צוויי אופנים וועלן באקומען א קארטל מיט וועלכן זיי וועלן קענען אפנעמען זייער מתנה ביים ספעציעלן 'מתנות טישל' אין די קארידארן פונעם זאל ביים דינער.

אין קורצן: דינסטאג אוונט "א מעמד וואס קיינער וויל נישט פארפאסן"!
שמאלץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך שמאלץ »

הערליכע ארבעט :like :like :like .
שלום עליכם נייע באניצער (ניק)!!!. אנגעהויבן (?) מיטן ריכטיגע פעדער.
סארי דיינע ווערטער קומט דא
צוליב טעכנאלאגישע שוועריקייטן און די געפילטערטע אינטערנעט האקט זיך די תגובה דא אפ
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

שלום עליכם, וויא איך זעה נוצטו אויך דיין נייע ניק איהם צו באגריסן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ביקור_חולים האט געשריבן:[center]אַנטשפּרעכט צו זיין אַן אינהאַלטסרייכע אָווענט מלא רגש והתחזקות[/center]

קרית יואל. — מיט גאר איבערגענומענע געפילן פול מיט הרגש גרייטן זיך אלפי תושבי עירנו ארויסצוקומען אין די מאסן דעם קומענדיגן דינסטאג צום ערשטן גרויסארטיגן דינער לטובת דעם הייליגן מוסד "ביקור חולים קרית יואל", א דערהויבענער אוונט וואס וועט בעז"ה ברענגען שטראלן פון האפענונג פאר די חולי ישראל און פארצווייפלטע משפחות בעירנו, מיט אוצרות השפעות פאר די גאנצע שטאט.
עס איז שוין א לאנגע צייט וואס דער גאנצער שטאט גרייט זיך אויף דעם דינער אוונט.
עס איז גאר התרגשות'דיג צוצוזעהן די שטארקע ווארימקייט פונעם ציבור, וועלכע זענען זיך משתתף מיט שיינע סכומים און שליסן זיך אן אינעם גרויסארטיגן "שלך שלי קאמפיין", צו ספאנסערן א קעיס פון ביקור חולים פאר לכה"פ 360 דאלאר.
[b][center]אינהאלסטפולע רייכע פראגראם צוגעגרייט[/center]

לכבוד דעם ערשטן דינער פון ביקור חולים ווערט ערווארטעט א פלייץ און מאסן שטראם פון אלפי תושבי עירנו, אין שפיץ פון רבנים ודיינים ומרביצי תורה וכולם אנשים חשובים המה, וועלכע וועלן אלע קומען ארויסווייזן סאלידאריטעט און שטיצע פאר'ן עמוד הרפואה פון דער שטאט.


פון די הויכפונקטן ביים דינער רבתי, אויף וואס דער גאנצער ציבור קוקט ארויס מיט שפאנונג, איז די דראמאטישע און אינהאלטספולע חיזוק דרשה וואס תושבי קרית יואל וועלן בעז"ה האבן דעם כבוד צו הערן פונעם בארימטן מעורר לבבות ומנח"ם משיב נפשות הרה"ג...
הרב טויבנפעלד שליט"א באצויבערט אלע צוהערער מיט זיין פערזענליכע דראמאטישע איבערלעבענישן, באגלייט מיט שטורמישע געפילן און טיפע שפאנונג, און ארומגענומען מיט פיל חיזוק ועידוד, אמונה און בטחון, וואס לאזט איבער א זעלטענעם רושם אויף יעדן איינעם.
אצינד וועלן תושבי קרית יואל האבן די זעלטענע געלעגנהייט צו הערן הרב טויבנפעלד; דער הויכפונקט דרשה פונעם אוונט; מאמענטן פון דראמאטיע און הויפענעס חיזוק והתחזקות....
חזקו ויאמץ לבבכם!

[center]היסטארישער "ספר ביקור חולים" ערווארטעט מיט גרויס דורשט[/center]
מיט גרויס נייגער און אינטערעסע קוקט דער ציבור ארויס אויף דעם נייעם היסטארישן חיבור "ספר ביקור חולים", וואס ערשיינט ספעציעל צום ערשטן דינער פון 'ביקור חולים קרית יואל'.

אין קורצן: דינסטאג אוונט "א מעמד וואס קיינער וויל נישט פארפאסן"!


נאך די אלע אויבנדערמאנטע ווערטער און פאראגראפן, קען עס ענדערש אריינגיין אין דעם אשכול:
viewtopic.php?f=4&t=3824

(כ'מיין ח"ו גארנישט אוועקצומאכן, כ'זאג נאר.)
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט