די פרייהייט פון טראכטן און פארשטיין - ביאָנד אונזער פארשטאנד

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פאר די רעקארד: מיינע הערות ביז דא זענען נאר אויפן ערשטן תגובה. הערות אויף די קומענדיגע תגובות וועלן נאכפאלגן אי"ה בל"נ.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

צו גיין זאגן אז דער אייגנטליכער יסוד, די ערשטע נאטור געזעץ, זאל האבן געשען אויף אן אופן וואס איז סותר דעם אופן וויאזוי נאטור געזעצן פונקציאנירן, איז ממש אבסורד. ס'איז ווייניגער ראציאנאל ווי גלייבן אין מעמד הר סיני...

איך כאפ נישט פארוואס ווען דער סאמע ערשטער סיבה ראשונה איז 'גאט' דאן האסטו נישט קיין פראבלעם אז עס/ער האט אייביג עקזיסטירט און עס/ער איז סותר די טבע, ווייל ער איז דאך העכער ווי די טבע אליין, אבער אויב דער סאמע ערשטער סיבה ראשונה זענען די חוקי הטבע, נאר דעמאלט ווערט אבסורד צו זאגן אז די חוקי הטבע האבן אייביג עקזיסטירט. הצד השוה שבהן, מיר ווייסן נישט וואס גאט מיינט, מיר ווייסן אויך נישט וואס חוקי הטבע מיינט. ביידע האבן אייביג געקענט עקזיסטירן, אזוי לאנג ווי מיר האבן נישט קיין פרוף אויף פארקערט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ט"ס: קיינער וועט נישט מחולק זיין און זאגן אז די מעלות פון אונזער סאסייעטי שטייגן איבער די חסרונות וואס ס'ברענגט, אנטקעגן די מעלות וואס די אנדערע סאסייעטיס האבן צו אפפערן.‬

יידל האט געשריבן:קיינער? איך מיין אז אסאך וועלן זיך מחלק זיין. (וואו איז יאנקל ווען מ'דארף אים ;) ) אמייסטענס קענסטו זאגן אז דו פערזענליך האלטסט אזוי.

יידל זייער שיין.
אבער כ'מיין אז דא האסטו א טעות געמאכט.
מ'דארף דאס גאנצע לייענען בנשימה אחת.
חוץ אויב דו ביסט טאקע אזוי אימפרעסט מיט אונזערע מעלות.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

יאיר האט געשריבן:
צו גיין זאגן אז דער אייגנטליכער יסוד, די ערשטע נאטור געזעץ, זאל האבן געשען אויף אן אופן וואס איז סותר דעם אופן וויאזוי נאטור געזעצן פונקציאנירן, איז ממש אבסורד. ס'איז ווייניגער ראציאנאל ווי גלייבן אין מעמד הר סיני...

איך כאפ נישט פארוואס ווען דער סאמע ערשטער סיבה ראשונה איז 'גאט' דאן האסטו נישט קיין פראבלעם אז עס/ער האט אייביג עקזיסטירט און עס/ער איז סותר די טבע, ווייל ער איז דאך העכער ווי די טבע אליין, אבער אויב דער סאמע ערשטער סיבה ראשונה זענען די חוקי הטבע אליין, נאר דעמאלט ווערט אבסורד צו זאגן אז די חוקי הטבע האבן אייביג עקזיסטירט. הצד השוה שבהן, מיר ווייסן נישט וואס גאט מיינט, מיר ווייסן אויך נישט וואס חוקי הטבע מיינט. ביידע האבן אייביג געקענט עקזיסטירן, אזוי לאנג ווי מיר האבן נישט קיין פרוף אויף פארקערט.

און אפשר גאר זאגן די חוקי הטבע אז ערגעצוואו אין אנהויב אן, דארט וואו די נאטור-געזעצן זענען נאך ממש רוי, *קענען* די חוקי הטבע זיך אנהויבן פארמירן אפ' פון גארנישט.. אהנע סיבה וואס זאל פירן דערצו. און דזשאסט ביי טשענס ----

---- אפילו מיר זאלן זאגן אז דאס איז א טשענס איינמאל אפאר ביליאן יאר, אויב אבער פארשטייט מען אז איידערן וועלט באשאף עקזעסטירט נישט אזא דערהער ווי "צייט" און ארט, האט דאך עס אמאל געמוזט געשען. נו.. און יעצט האט עס פאסירט..
עס איז פשוט אומפאמיידבאר.

קומען מיר אויב אזוי צוריק צום אנפאנג. פון וואנעט איז דער באווייז אז עפעס א מיסטישע *כח* ברויך שטיין אונטער דעם? און ווי יידל זאגט. מיר זענען נאך היינט צוטאגס אזוי ווי די אור אלטע פעלקער וואס האבן געגלויבט אין זוס, בעל, אדער פעיגין. און מ'וועט אמאל נאך וויסן דורך עקספערימענט וויאזוי גענוי טאקע די פראצעדור האט זיך אנגעהויבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

די נארישע אויפטו פון א שאנס פון איינס אין א ביליאן מאל איז עס געלונגען טוט דא גארנישט אויף, עס איז א טפשות'דיגע המצאה צו אוועקמאכן אונזער גאנצע עקזיסטענץ און סייענס. מיין פוינט איז אז מען דארף זיך ערגעץ אפשטעלן, פארוואס מעג מען זיך אפשטעלן ביי גאט אבער נישט ביי חוקי הטבע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

וויאזוי מאכט עס אוועק אונזער גאנצע עקזיסטענץ און סייענס?
---------------
ווייל ביי א גאט, מוזטו אנקומען טאקע צו *דעם* ענטפער : אז דו קענסט אים נישט פארשטיין.
אבער "חוקי הטבע" וויל מען און מען קען יא פארשטיין (מיט די יארן)
פארגעס נישט, דו האסט געזאגט ווערטער ווי "אזוי לאנג ווי מיר האבן נישט קיין פרוף אויף פארקערט" מיר זוכן טאקע, און מען טרעפט. און די גרעסטע טענה איז דאך אז די יעניגע וואס זוכן, זאגן פאר די יעניגע וואס זענען צופרידן מיטן ערשטן צד "אז אויב עפעס דארפן זיי ברענגען ראיות און פרוף אויף גאט, נישט פארקערט; אז די יעניגע זאלן דארפן ברענגען איבערווייז אז גאט עקזעסטירט נישט..
ווייל דערווייל טרעפן זיי - די ערשטע - נאר ראיות וואס דאמענסטרירן אז דער צווייטע צד, קומט נישט אריין אין בילד, און מ'קען זיך עפ"ל אן עצה געבן אן אים.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

טאמבל סאס האט געשריבן:
ט"ס: קיינער וועט נישט מחולק זיין און זאגן אז די מעלות פון אונזער סאסייעטי שטייגן איבער די חסרונות וואס ס'ברענגט, אנטקעגן די מעלות וואס די אנדערע סאסייעטיס האבן צו אפפערן.‬

יידל האט געשריבן:קיינער? איך מיין אז אסאך וועלן זיך מחלק זיין. (וואו איז יאנקל ווען מ'דארף אים ;) ) אמייסטענס קענסטו זאגן אז דו פערזענליך האלטסט אזוי.

יידל זייער שיין.
אבער כ'מיין אז דא האסטו א טעות געמאכט.
מ'דארף דאס גאנצע לייענען בנשימה אחת.
חוץ אויב דו ביסט טאקע אזוי אימפרעסט מיט אונזערע מעלות.

אה, כ'כהאב עס געליינט שטייטערהייט, נישט בנשימה אחת. סארי.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

טאמבל סאס האט געשריבן:וויאזוי מאכט עס אוועק אונזער גאנצע עקזיסטענץ און סייענס?
---------------
ווייל ביי א גאט, מוזטו אנקומען טאקע צו *דעם* ענטפער : אז דו קענסט אים נישט פארשטיין.
אבער "חוקי הטבע" וויל מען און מען קען יא פארשטיין (מיט די יארן)
פארגעס נישט, דו האסט געזאגט ווערטער ווי "אזוי לאנג ווי מיר האבן נישט קיין פרוף אויף פארקערט" מיר זוכן טאקע, און מען טרעפט. און די גרעסטע טענה איז דאך אז די יעניגע וואס זוכן, זאגן פאר די יעניגע וואס זענען צופרידן מיטן ערשטן צד "אז אויב עפעס דארפן זיי ברענגען ראיות און פרוף אויף גאט, נישט פארקערט; אז די יעניגע זאלן דארפן ברענגען איבערווייז אז גאט עקזעסטירט נישט..
ווייל דערווייל טרעפן זיי נאר ראיות וואס דאמענסטרירן אז דער צווייטע צד, קומט נישט אריין אין בילד, און מ'קען זיך עפ"ל אן עצה געבן אן אים.

ווייל אויב דער ביג בענג איז ביי טשענס מיינט דאס אז אונזער גאנצע עקזיסטענץ איז ביי טשענס. דאס מיינט עווענטועל אז דער עמפייער סטעיט בילדינג איז געבויט געווארן ביי טשענס, און אונזערע ביידנ'ס טענות זענען ביי טשענס און האבן נישט קיין שום מיינונג. דאס מיינט אויך אז ס'איז נישטא קיין שום חכמה אין די בריאה, און עס איז א שאד פאר די סייענטיסטן צו זוכן חוקי הטבע.
====
די חוקי הטבע אליין קען מען נישט פארשטיין, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון א חוקי הטבע לאבראטאריע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

נו אפשר אין הכי נמי. אלעס איז ביי טשענס.
אבער פראקטיקלי איז עס נישט ביי טשענס ווייל איינמאל מיר זענען אריין אין עקזיסטענץ, איז דא א סיסטעם - עוועלוציע א.א.וו, וויאזוי זאכן פארן. אבער א מיינונג? ווער זאגט ס'ברויך האבן א מיינונג??
הוא מותיב לה והוא מפרק לה. דו זאגסט דאך עס א רגע שפעטער אין דיינע אייגענע ווערטער "די חוקי הטבע אליין קען מען נישט פארשטיין" נעמליך, די סיבה דערצו. פארוואס עס פאסירט. ווייל עס איז טאקע ביי טשענס. אבער די פראצעדור וויאזוי דאס געשעהט. דאס איז היפש פארשטענדליך און ווערט אלץ מער און מער פארגעשריטן. אויף דעם איז דא א לערנונג וואס הייסט פיזיקס וכו'.
אבער א סיבה? פארוואס מיר טענה'ן זיך איינער מיטן צווייטן? ניין! ס'האט נישט קיין סיבה, אבער ס'איז פארשטענדליך די גאנצע וועג וויאזוי ס'איז אנגעקומען ביז אהער. ווער זאגט אז מיר מוזן אויפטוהן גרויסע אומזעבארע זאכן?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאיר האט געשריבן:ווייל אויב דער ביג בענג איז ביי טשענס מיינט דאס אז אונזער גאנצע עקזיסטענץ איז ביי טשענס. דאס מיינט עווענטועל אז דער עמפייער סטעיט בילדינג איז געבויט געווארן ביי טשענס, און אונזערע ביידנ'ס טענות זענען ביי טשענס און האבן נישט קיין שום מיינונג. דאס מיינט אויך אז ס'איז נישטא קיין שום חכמה אין די בריאה, און עס איז א שאד פאר די סייענטיסטן צו זוכן חוקי הטבע.

מה פתאום? און אז טויזענט מאנקיס האקן אויפן טייפרייטער און ס'קומט במקרה ארויס א שעיקספעיר וועסטו דאס ווייניגער ענדזשויען ווי שעיקספעיר גופא?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל האט געשריבן:

אויב דו ווערסט געוואויר אז איך בין א מאנקי וואס האקט מיינונגסלאז אויף א קיבארד און גיסט ארויס ביליאנען תגובות אין ביליאנען פארומס און דו ביסט פערצופאל אנגעקומען צו איין פארום ווי מיינע אותיות האבן זיך דערווייל צוזאמגעשטעלט פאר מיינונגספולע ווערטער, פארשטייט זיך אז מארגן קען זיך דאס טוישן. וועסטו נאך פארברענגען איין מינוט זיך צו טענה'ן מיט מיר?
און וואס ענטפערסטו אויף מיין צווייטע שאלה, פארוואס האלטן די סייענטיסטן אין איין זוכן די לאגיק אונטער די טבע, אויב אלעס איז געשען ביי טשענס, מיינט דאס אז עס איז נישטא קיין שום גאראנטי אז מען גייט טרעפן נאך איין משהו לאגיק אין די טבע, אלעס וואס מ'האט געטראפן ביז איצט איז פשוט אז עס איז געלונגען אין איינס פון א ביליאן טשענסעס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך דארף וויסן. יעצט איז ערנסט גערעדט? אדער א געוויסע סארט משל וואס איך דארף מדמה זיין צום ענין?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאיר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:ווייל אויב דער ביג בענג איז ביי טשענס מיינט דאס אז אונזער גאנצע עקזיסטענץ איז ביי טשענס. דאס מיינט עווענטועל אז דער עמפייער סטעיט בילדינג איז געבויט געווארן ביי טשענס, און אונזערע ביידנ'ס טענות זענען ביי טשענס און האבן נישט קיין שום מיינונג. דאס מיינט אויך אז ס'איז נישטא קיין שום חכמה אין די בריאה, און עס איז א שאד פאר די סייענטיסטן צו זוכן חוקי הטבע.

מה פתאום? און אז טויזענט מאנקיס האקן אויפן טייפרייטער און ס'קומט במקרה ארויס א שעיקספעיר וועסטו דאס ווייניגער ענדזשויען ווי שעיקספעיר גופא?

אויב דו ווערסט געוואויר אז איך בין א מאנקיס וואס האקט מיינונגסלאז אויף א קיבארד און גיסט ארויס ביליאנען תגובות אין ביליאנען פארומס און דו ביסט פערצופאל אנגעקומען צו איין פארום ווי מיינע אותיות האבן זיך דערווייל צוזאמגעשטעלט פאר מיינונגספולע ווערטער, פארשטייט זיך אז מארגן קען זיך דאס טוישן. וועסטו נאך פארברענגען איין מינוט זיך צו טענה'ן מיט מיר?

ניין, און די סיבה ליגט אין די פאלגענדע ווערטער: "פארשטייט זיך אז מארגן קען זיך דאס טוישן". אויב וועט זיך דאס מארגן נישט טוישן און כ'וועל אלץ בלייבן אינעם אילוזיע, וועל איך ממשיך זיין צו האקן תגובות מיט גרויס אייפער. און נאטור - אפילו ווען עס איז איין גרויסער קאסמישער טעות - גייט זיך נישט טוישן מארגן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:ווייל אויב דער ביג בענג איז ביי טשענס מיינט דאס אז אונזער גאנצע עקזיסטענץ איז ביי טשענס. דאס מיינט עווענטועל אז דער עמפייער סטעיט בילדינג איז געבויט געווארן ביי טשענס, און אונזערע ביידנ'ס טענות זענען ביי טשענס און האבן נישט קיין שום מיינונג. דאס מיינט אויך אז ס'איז נישטא קיין שום חכמה אין די בריאה, און עס איז א שאד פאר די סייענטיסטן צו זוכן חוקי הטבע.

מה פתאום? און אז טויזענט מאנקיס האקן אויפן טייפרייטער און ס'קומט במקרה ארויס א שעיקספעיר וועסטו דאס ווייניגער ענדזשויען ווי שעיקספעיר גופא?

אויב דו ווערסט געוואויר אז איך בין א מאנקיס וואס האקט מיינונגסלאז אויף א קיבארד און גיסט ארויס ביליאנען תגובות אין ביליאנען פארומס און דו ביסט פערצופאל אנגעקומען צו איין פארום ווי מיינע אותיות האבן זיך דערווייל צוזאמגעשטעלט פאר מיינונגספולע ווערטער, פארשטייט זיך אז מארגן קען זיך דאס טוישן. וועסטו נאך פארברענגען איין מינוט זיך צו טענה'ן מיט מיר?

ניין, און די סיבה ליגט אין די פאלגענדע ווערטער: "פארשטייט זיך אז מארגן קען זיך דאס טוישן". אויב וועט זיך דאס מארגן נישט טוישן און כ'וועל אלץ בלייבן אינעם אילוזיע, וועל איך ממשיך זיין צו האקן תגובות מיט גרויס אייפער. און נאטור - אפילו ווען עס איז איין גרויסער קאסמישער טעות - גייט זיך נישט טוישן מארגן.

אויב אלעס איז ביי טשענס, וואו איז די גאראנטי אז די זון גייט נישט אויפשיינען פון מערב מארגן?
עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס מען דארף מסביר זיין פאר געלערנטע סייענטיסטן אז אונטער די בריאה ליגט לאגיק און סדר, און אז סדר איז *ביי דעפינישאן* דאס פארקערטע פון טשענס.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

נאכאמאל. דו מישט אויס לדעתי צווישן א 'סיבה' און א 'סיסטעם'.
זאכן האבן א סיסטעם וויאזוי עס פארט און פונקציאנירט, אבער נישט א סיבה; ריזן פארוואס זיי טוען וואס זיי טוען. יעצט איידער די ביג בענג האט זיך געשאפן פון די 0 פאזיטיווע און נעגעטיווע ענערגיע איז אויך נישט געווען א סיבה פארוואס דאס האט פאסירט, וויבאלד פארדעם איז אויך געווען א סארט סיסטעם. און נישט אזאנס וואס מיר פארשטייען, נאר א אנדערע סארט וואס מיר פארשטייען "דערווייל" נאכנישט. און ביי טשאנס האט זיך עס געטוישט פון דעם סיסטעם צו דעם אנדערן סיסטעם, אבער אהן קיין באשטימטע סיבה דערצו.
----------------------
מעגליך איך רעד שוין צופיהל שטותים, אבער אזוי דאכצעך מיר קומט מיר צו טראכטן יעצט. לויט וויאזוי מיין קאפ פארשטייט עס "דערווייל"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

@יאיר אודאי איז סדר איז דאס פארקערטע פון טשענס, אבער עס איז יתכן אז עס האט פאסירט ביי טשענס. כ'זע נישט וויאזוי די צוויי זאכן האבן שייכות.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל האט געשריבן:@יאיר אודאי איז סדר איז דאס פארקערטע פון טשענס, אבער עס איז יתכן אז עס האט פאסירט ביי טשענס. כ'זע נישט וויאזוי די צוויי זאכן האבן שייכות.

אויב דו קענסט נישט ענטפערן אויף די שאלה:
יאיר האט געשריבן:אויב אלעס איז ביי טשענס, וואו איז די גאראנטי אז די זון גייט נישט אויפשיינען פון מערב מארגן?

מיינט דאס אז פון טשענס קומט נישט ארויס קיין סדר. ס'איז אן אילוזיע וואס ריטשארד דאוקינס וחביריו האבן דיר סוקסעספול איינגערעדט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

טאמבל סאס האט געשריבן:נאכאמאל. דו מישט אויס לדעתי צווישן א 'סיבה' און א 'סיסטעם'.
זאכן האבן א סיסטעם וויאזוי עס פארט און פונקציאנירט, אבער נישט א סיבה; ריזן פארוואס זיי טוען וואס זיי טוען. יעצט איידער די ביג בענג האט זיך געשאפן פון די 0 פאזיטיווע און נעגעטיווע ענערגיע איז אויך נישט געווען א סיבה פארוואס דאס האט פאסירט, וויבאלד פארדעם איז אויך געווען א סארט סיסטעם. און נישט אזאנס וואס מיר פארשטייען, נאר א אנדערע סארט וואס מיר פארשטייען "דערווייל" נאכנישט. און ביי טשאנס האט זיך עס געטוישט פון דעם סיסטעם צו דעם אנדערן סיסטעם, אבער אהן קיין באשטימטע סיבה דערצו.
----------------------
מעגליך איך רעד שוין צופיהל שטותים, אבער אזוי דאכצעך מיר קומט מיר צו טראכטן יעצט. לויט וויאזוי מיין קאפ פארשטייט עס "דערווייל"

ביטע זיי דיך מער מסביר, אזוי וועל איך קענען וויסן אויב דו רעדסט שטותים אדער נישט. דערווייל פארשטיי איך נישט קיין איין ווארט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאיר'ל, העי נישט מיט אד האמינוםס. כ'האב אגב נאכנישט געליינט קיין איין דאקינס'ס בוך חוץ "די סעלפיש דזשין", וועלכע בארירט כמעט נישט די נקודה פון וואס מיר טענה'ן זיך דא.
מיין ענטפער אויף דיין קושיא איז אז די גאראנטי איז מיין אבזערוואציע אז דאס איז וואס פאסירט. מיין אבזערוואציע אז עס איז דא א סיסטעם איז מיין גאראנטי אז עס איז דא א סיסטעם.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

די זוהן שיינט נישט אויף פון מעריב ווייל די געזעצן פון נאטור לאזן איר נישט. דאס איז סיסטעם.
די ביג בענג האט זיך אנגעהויבן ביי טשאנס און תיכף דערמיט איינגעשטעלט א סיסטעם פון נאטור געזעצן. (מיט וואס דו ביסט היינט פעמיליער מיט) דאס איז טשאנס.
וואס איז ראנג דערמיט?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אקעי שוין . איך כאפ שוין. יאיר וויל וויסן פארוואס מיר מוטשען זיך נאך צו פארשטיין סייענס אויפן צוקונפט אויב מארגן קען דאס גאנצע חרוב ווערן ביי טשאנס..
ער איז נאך דארט שטעקן געבליבן. כ'בין גערעכט?
נו ווער זאגט אז דאס וועט נישט קענען פאסירן? מ'זארגט זיך דאך אויף דעם אויכעט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל האט געשריבן:יאיר'ל, העי נישט מיט אד האמינוםס. כ'האב אגב נאכנישט געליינט קיין איין דאקינס'ס בוך חוץ "די סעלפיש דזשין", וועלכע בארירט כמעט נישט די נקודה פון וואס מיר טענה'ן זיך דא.
מיין ענטפער אויף דיין קושיא איז אז די גאראנטי איז מיין אבזערוואציע אז דאס איז וואס פאסירט. מיין אבזערוואציע אז עס איז דא א סיסטעם איז מיין גאראנטי אז עס איז דא א סיסטעם.

זאלן דיינע אויערן הערן וואס דיין מויל רעדט! דו גלייבסט, באזירט אויף דיין אבזערוואציע, אז ס'איז דא א סיסטעם-סדר אונטער די בריאה. דאס מיינט אז דו האלטסט אז זאכן געשעען נישט ביי טשענס. און דאס מוז זיין צוליב דעם וואס דו האלטסט אז ס'ליגט סדר, נישט טשענס, אונטער די גאנצע בריאה, אפגעזען וואס די סיבה ראשונה איז. אויב נישט, איז עס אזוי ווי דו זאלסט זאגן, "איך בין זיכער אז וויבאלד די ערשטע דריי נומערן פון מיין סאשעל סעקיוריטי זענען פערצופאל אויסגעקומען נומער אכט (א זעלטענע צופאל), מוז זיין אז די איבריגע נומערן זענען אויך פערצופאל נומער אכט (נאכמער א זעלטענע צופאל)."
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

טאמבל סאס האט געשריבן:אקעי שוין . איך כאפ שוין. יאיר וויל וויסן פארוואס מיר מוטשען זיך נאך צו פארשטיין סייענס אויפן צוקונפט אויב מארגן קען דאס גאנצע חרוב ווערן ביי טשאנס..
ער איז נאך דארט שטעקן געבליבן. כ'בין גערעכט?
נו ווער זאגט אז דאס וועט נישט קענען פאסירן? מ'זארגט זיך דאך אויף דעם אויכעט.

ניין, ס'איז סאך טיפער. לויט די מאלפע טעאראם איז נישטא אזא זאך ווי פארשטיין די בריאה, ווייל עס ליגט נישט דערין קיין שום פארשטאנד. פארקערט, די בריאה שאפט אונז א פראבלעם ווייל עס זעט אויס ווי פארשטאנד, און עכט איז עס נישט. אויב מיר מוטשען זיך צו פארשטיין פארוואס די זון האט ביז יעצט אויפגעשיינט יעדן טאג פון מזרח, און מיר מוזן זיך מדחיק זיין אז א שאנס פון איינס אין ביליאן האט למעשה פאסירט, ווי אזוי קענען מיר אין די זעלבע צייט זאגן מיט א 99 פראצענט זיכערקייט אז די זון גייט אויך מארגן אויפשיינען און ס'איז דא א חוק הטבע אונטער די פענאמענען? צו איז שייך צו זאגן, העי, ס'איז געשען א טשענס נעכטן און די זון האט אויפגעשיינט, מסתם גייט אויך היינט געשען די טשענס און די זון גייט אויפשיינען? אדער, ס'איז געשען א נס אז עס איז פראגראמירט אין די חוקי הטבע אז די זון זאל אויפשיינען אלע יארן ביז תשע"ג, מסתם איז אויך פראגראמירט נאך א נס אז די זון זאל אויך אויפשיינען די איבריגע יארן פונקט אויף די זעלבע פלאץ ווי ביז יעצט.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט