וואס טוט מען מיט די שווארצע זאקן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

וואס טוט מען מיט די שווארצע זאקן?

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]איך האב א ידיד וואס זיין זיידע איז געווען א וואוילער איד, שטאמען שטאמט ער פון א מיוחס'דיגע משפחה אבער ער איז געגאנגען מיט לאנגע הויזן. אבער פארן טאטען זיינער האט מען גע'שדכנ'ט א רבנ'ישע שידוך אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך זי"ע וואס האבן פארלאנגט אז דער בחור (זיין טאטע) זאל זיך פארקורצערן די הויזן און אנשטאט הויזן זאל ער פארדעקן די נאקעטע פיס מיט שווארצע זאקען. נו, וואס טוט נישט א איד אז זיין קינד'ס קינדער זאלן ווערן רעכטע אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך. ס'איז דאך א קל וחומר: מה-דאך די וואס שטיצן נאר די אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך וועט משיח אנווייזן מיט די פינגער אז זיי האבן מקרב געווען די גאולה, איז כל שכן בת בתו של קל וחומר די אייניקלעך אליין, זייער כבוד ווען משיח וועט קומען, איז דאך אין לשער בבחינת עין לא ראתה.

אז מען רעדט שוין פון משיח מיטן פינגער וועל איך מיטטיילן פארן עולם מיין קרעפל פשעטל וואס כהאב געזאגט דעם פארלאפענעם שבועות. די פשעטל האט זיך געדרייט איבער דעם באקאנטן קשיא וואס אלע ספרים פרעגן: אויף איין פלאץ געפינען מיר אז משיח וועט טייטלן אויף די וואס האבן געשטיצט די אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך, און ווידעראום אויף א צווייטן פלאץ ווערט געברענגט בשם דער רבי זכותו יגן עלינו אז ער וועט גאר טייטלען אויף די וואס האבן גשטיצט די מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון די ציונים, איז דאך די קשיא מרפסן איגרא, כ'מיין וויפיל פינגער האט משיח צו טייטלען?

ס'איז דא וואס ענטפערן אז משיח וועט אויסזוכן איינער וואס האט געשטיצט אזא מוסד וואס נעמט נישט קיין געלט פון די ציונים און און צוגאב האט אויך א מנין אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך. איך האב אבער געזאגט א געוואלדיגע דערהער. כ'האב געזאגט אזוי, לייגט צו קאפ ס'קומט א כאפ: ס'איז לשיטתו, די גאנצע סיבה פארוואס משיח וועט טייטלן מיט די פינגער אויף די אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך, ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים, איז ווייל משיח וועט מכיר טובה זיין רבי ר' אלימלך פארן מבטל זיין חבלי משיח, אבער לפי שיטת רבינו אז די ציונים האבן מבטל געווען דעם ביטול און צוריק געברענגט חבלי משיח, איז דאך אויס יחוס מיט די אייניקלעך פון רבי אלימלך, ממילא בלייבט נאר איבער איין סארט מקרבי הגאולה און דאס זענען די וואס האבן געגעבן געלט פאר קרן הצלה.

נחזור לענינינו, דער טאטע פון מיין ידיד האט זיך אנגעטאן שווארצע זאקן און דער שידוך איז געשלאסן געווארן בשעטו"מ. און אזוי איז עס געווארן א הייליגע מסורה ביי זייער משפחה אז 'ביי זיי' גייט מיט שווארצע זאקן, נישט קיין חילוק צו מען האלט ביים זיין א בנם של קדושים, נישט קיין חילוק צו מען לערנט און נישט קיין חילוק צו מען ארבעט אין מאנהעטן, שווארצע זאקן גייט מען זאל זיין וואס זאל זיין, בבחינת 'בלוט זאל זיך גיסן אבער קרעפלעך וועט מען עסן'. און אזוי האט מיין ידיד אויך חתונה געהאט, ער אליין האט געדארפט די שווארצע זאקן ווי א חזיר א קראנץ, אבער וואס טוט מען נישט פאר כיבוד אב ואם און כבוד משפחה.

פאר מ'גייט ווייטער וויל איך אביסל מסביר זיין די תאוה וואס די (עכטע) רבנ'ישע קינדער האבן צו שווארצע זאקן. די זאך איז אזוי, היינט צו טאגס ווען יעדער פשוט'ער איד גייט מיט אן איצטלא דרבנן און מיט א כובע דרבנן און אלע אידן זעען אויס אייניג, ברויך דער בלוי בלוט עפעס א מלבוש, עפעס אן איצטלא, צו ווייזן אז ער איז נישט אבי ווער, ער דארף וויזן אז ער באלאנגט צו די 'ממלכת הכהנים וגוי קדוש' ער שטאמט נישט, נישט פון תרח און נישט פון לבן נאר יסודתו מהררי קודש ממצוקי תבל מגזע אראלים וכו', געט מען זיך אן עצה מיט "פוזקמאי דרבנן", מען טוט זיך אן הלבע הויזן און לאנגע שווארצע זאקן. פריערדיגע צדיקים האבן עס מרמז געווען אינעם פסוק 'ורגלי חסידיו ישמור' זיי האבן געטייטש אזוי: אז איינער וויל זיין א ריכטיגער חסיד מאכט ער א שמירה אויפן פיס. איז יעדע אינדערפרי נאכן זאגן א לשם יחוד ציט מען ארויף די שווארצע זאקן צושטאטעלעך אויפ די פיס, קודם אויפן עיקבתא, פון דארט פארט מען ווייטער איבערן קנעכל און נאכדעם קומט אן צום קלימאקס ווען מען ציט איבער דעם זאקן איבערן פולקע פלייש וואס דארט ליגט די מוחין תתאין דערנאך בינדט מען עס ארום מיט א גארטעל בבחינות חגורה דלמטה.

צוריק צו אונזער אינגערמאן, די ערשטע פאר יאר נאך זיין חתונה איז אריבער נישט קשה. ווילאנג ער איז געזעצן אין כולל האט אים די שווארצע זאקן נישט קיין סאך געשטערט. אבער נאך א פאר יאר און קינדער, האט ער באשלאסען צו זיין א נהנה מיגיע כפו און ארויס גיין אין א געיעג על מחיה ולכלכה, האבן אים די גרביים שחורות אנגעפאנגען צו ווערן לצנינים בעיניו.

ביי טייל אירע וואס גייען ארויס ארבעטן אויף די גוי'ישע גאס איז די גאנצע חסידישע טראגע אן ערנסטע נושא. נעמטס למשל אן עוורידזש חסידישע אינגערמאן, איז פאר ער גייט ארויס אויפן גאס איז ער זייער שטאלץ מיט זיין לבוש, ספעציעל מיט די הויכע שפיצן פון זיין קרויס שטריימל, און די עולה ויורד ראַם פון זיין שטאפענע הוט. אבער אז מען גייט ארויס ארבעטן אויף די אלגעמיינער גאס איז נישט יעדער איינער אזוי קאנפידענט ווי שמעון ראלינצקי אין וואשינגטאן אדער ווי יוסי געשטעטנער מיט זיין קרייזעלדיגע פאות אלס קאנגרעסמאן, ולכן זוכט מען צו טוען כל מה שביכלתם זיך נישט ארויסצושטארצן און נישט צו ציען איבעריגע ערשטוינטע בליקן פון פרעמדע. נו, אויף דעם איז דער אידישער קאפ אויפגעקומען מיט פארשידענע עצות ווי אזוי צו מינימיזירן דעם אקטועלן פראבלעם. (און איך מוז צו לייגן אז מיט אלע תכסיסי מלחמה איז מען נאך נישט געקומען דערווייל צו אן ערנסטע דורכברוך אין דעם הינזיכט).

איז אזוי, פארצייטנס פלעגט מען דרייען די פאות ארום די אויער, און אריינקנאבלען די בארד. (בד"וו, ווער עס האט ערפינדען די פאטענט פון דרייען די פאות ארום די אויער האט געמוזט זיין א גרויסע זשעני אבער זייער א שוואכער דיזיינער). עניוועי, היינט איז אביסל אנדערש, די פיאות לאזט מען לאנג און קרייזעלדיג, אבער די בארד האקט מען פון אלע זייטן.

הגם איך פערזענליך האלט אז דער סיסטעם פון לאזן די פאות וואקסן און האקן די בערד איז נישט אויסגעהאלטן נישט בגשמיות און נישט ברוחניות. קודם ברוחניות, ביי די פאות טרעפט מען נישט קיין שום ערנסטע מקור צו גיין לאנג און קרייזעלדיג, משא"כ די בארד האט א שטארקע ענין אין קבלה. און בגשמיות אויך, לאנגע פאות איז א חידוש און איך קען פארשטיין פארוואס איינער זאל עס וועלן פארשטעקן, משא"כ א בארד איז מער א רעגיולארער זאך מען טרעפט עס ביי די היפסטערס, ביי די טראק דרייווערס, ביי מוסלומענער און ביי די עמיש חברה.

ולאחר העיון מצאתי את שאהבה נפשי ביאור מנהג הוא כך: מיט די פאות קען מען זיך אן עצה געבן, אז מען גייט למשל אין מאנהעטן געט מען עס א דריי צאם און מען לייגט עס ארויף אויפן אויער און דער עולם גולם מיינט אז עס איז א בלו טוט, משא"כ די בארד איז נישטא ווי צו לייגן, איי א קנאבעל? א קנאבל וויל מען אויך נישט מאכן ווייל עס דערמאנט אים אין רעב עזריאל'ס בארד.

הכלל מיט די פאות און בארד געט מען זיך אן עצה ווען מען ברויך עס פארשטעקן, כל אחד לפום מנהג הוריו ורבותיו. אפילו מיטן טלית קטן איז אויך דא כמה מהלכים, ס'איז דא וואס לייגן עס לכתחלה אונטערן העמד, אנדערע וואס די ווייב און שוויגער וועלן זיך רייסן קריעה אויב דער מאן וועט לייגן דעם העמד אויפן ציצית, באדעקן עס, ווינטער מיט א שיינע סוועטער, און די זומער מיט א זשי ענד זשי וועסטעל.

און דא קום איך צום הויכפונקט פונעם פראבלעם: 'די שווארצע זאקן'! מרא דכולי עלמא, וואס טוט מען מיט די שווארצע זאקן??? ס'איז נישטא ווי עס צו פארשטעקן, און ס'איז נישט מיט וואס עס צובאדעקן. און די בושה! די בושה איז גרעסער ווי סיי וואספארא מלבוש עס האט נאר איינער ערצייגט אין די לאנגע גלאררייכע היסטאריע פון חסידישע מלבושים. און איך רעד פון בושות אפילו צווישן אידן, צו זען די בליק פון א צווייטער חסידישער איד אין א רעסטוראנט אדער אין א וואלמארט וואס קוקט אויפן זאקן מיט אזא פראגע, ווי: וואס טוטסו דא מיט די "שווארצע זאקעלעך"? איז זייער אן אומבאטעמטע זאך.

זאגט מיר איינער אז ער ווייסט פאר א פאקט אז עס איז דא אסאך אידן וואס גייען מיט שווארצע זאקן וואס טראגן מיט מיט זיך א איבעריגע פאר לאנגע הויזן אין אויטא און ווען עס פעלט אויס טוט מען זיך איבער. וסימן זה מסר לידי: כשתראה יהודי הלובש גרביים שחורות עם אויטא שיש בו חלונות כהים ושחורות הנקרא טינטע"ד ווינדאו"ס, ידע תדע שדבר זה הוא בשביל צניעות שיש בו, שבשעה שפושט המכנסיים קצרות ולובש המכנסיים הארוכות יש בזה סוד של עבודת כהן גדול ביום כיפור פשיטת בגדי לבן ולבישת בגדי בד, והטינדע"ד ווינדאו"ס הם נגד הטלית של בוץ שפשטו בינו לבין העם ודפח"ח.[/justify]
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

עי וואן רעב בענדזשאמין!
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אויף איין פלאץ געפינען מיר אז משיח וועט טייטלן אויף די וואס האבן געשטיצט די אייניקלעך פון רבי ר' אלימלך, און ווידעראום אויף א צווייטן פלאץ ווערט געברענגט בשם דער רבי זכותו יגן עלינו אז ער וועט גאר טייטלן אויף די וואס האבן גשטיצט די מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון די ציונים, איז דאך די קשיא מרפסן איגרא כ'מיין וויפיל פינגער האט משיח צו טייטלן?

וואס איז דען די פראבלעם? המבלי אין פינגער במשיח? ס'דא גענוג און נאך. פאר די שטיצער פון רעבעלעמיילעכס אייניקלעך וועט ער ווייזן מיטן טייטל פינגער, און פאר די וואס האבן נישט גענומען קיין געלט ביי די ציונים וועט ער ווייזן מיטן מיטלסטען פינגער, און שלום על ישראל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

געפילטע פיש האט געשריבן:וואס איז דען די פראבלעם? המבלי אין פינגער במשיח? ס'דא גענוג און נאך.

viewtopic.php?p=21491#p21491
Under influence
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

בענזשאמין, אין דיינע צייטן פלעגן דאך די פריצים און סענאטארן צו גיין שווארצע זאקן. דוכט זיך מיר אז ווען דו האסט אונטערגעשריבן דעם דעקלעראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט האסטו אויך געטראגן מיט שטאלץ דיינע גרביים שחורים. א בארד און פיאות האסטו טאקע נישט געהאט, אבער קווצותיו תלתלים לו שחורות כגרביים איז יא געווען. דו וואלסט דאך געדארפט גיין מיט שטאלץ דיינע שווארצע זאקן אויף די טריפה'נע מאנהעטענער גאסן, און שעפן נחת ווי די חסידישע אידעלעך מאכן דיר נאך און טאנצן מיט מיט די סטייל פון די פארצייטישע גויאישע פריצים.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:[justify]זאגט מיר איינער אז ער ווייסט פאר א פאקט אז עס איז דא אסאך אידן וואס גייען מיט שווארצע זאקן וואס טראגן מיט מיט זיך א איבעריגע פאר לאנגע הויזן אין אויטא און ווען עס פעלט אויס טוט מען זיך איבער. וסימן זה מסר לידי: כשתראה יהודי הלובש גרביים שחורות עם אויטא שיש בו חלונות כהים ושחורות הנקרא טינטע"ד ווינדאו"ס, ידע תדע שדבר זה הוא בשביל צניעות שיש בו, שבשעה שפושט המכנסיים קצרות ולובש המכנסיים הארוכות יש בזה סוד של עבודת כהן גדול ביום כיפור פשיטת בגדי לבן ולבישת בגדי בד, והטינדע"ד ווינדאו"ס הם נגד הטלית של בוץ שפשטו בינו לבין העם ודפח"ח.[/justify]

לפי"ז פארשטייט מען שוין די דאפעלטע לשון 'ילך למקום שאין מכירין אותו וילבש שחורי"ם ויתכסה שחורי"ם ויעשה כמו שלבו חפץ'...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס שטייט טאקע "ויתכסה שחורים"? כ'געדענק נישט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

יא יא, סוף עמוד.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

געוואלדיג, ונבנתה, וליכא מידי דלא רמיזא....
וירח ה' את ריח הניחוח
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Kave, are you a shietel macher, or youre in walmart now
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

diff האט געשריבן:Kave, are you a shietel macher, or youre in walmart now

Both is not an option?
Anyway, I'm not wearing shorts on shabbos, so let's stick to the above discussion only
Under influence
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זאג, פון שטיוול האט ער שוין געטראכט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שטיוול אום זומער? איז ער א סקווירא חסיד?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

כ'ווייס נישט אבער עס וועט איבערדעקן די שווארצע זאקן ,ניין?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ונבנתה העיר האט געשריבן:
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:[justify]זאגט מיר איינער אז ער ווייסט פאר א פאקט אז עס איז דא אסאך אידן וואס גייען מיט שווארצע זאקן וואס טראגן מיט מיט זיך א איבעריגע פאר לאנגע הויזן אין אויטא און ווען עס פעלט אויס טוט מען זיך איבער. וסימן זה מסר לידי: כשתראה יהודי הלובש גרביים שחורות עם אויטא שיש בו חלונות כהים ושחורות הנקרא טינטע"ד ווינדאו"ס, ידע תדע שדבר זה הוא בשביל צניעות שיש בו, שבשעה שפושט המכנסיים קצרות ולובש המכנסיים הארוכות יש בזה סוד של עבודת כהן גדול ביום כיפור פשיטת בגדי לבן ולבישת בגדי בד, והטינדע"ד ווינדאו"ס הם נגד הטלית של בוץ שפשטו בינו לבין העם ודפח"ח.[/justify]

לפי"ז פארשטייט מען שוין די דאפעלטע לשון 'ילך למקום שאין מכירין אותו וילבש שחורי"ם ויתכסה שחורי"ם ויעשה כמו שלבו חפץ'...

ס'פאלט מיר יעצט ביי אז אונזער גאנצע שווארצע חסידישע טראגע -אנגעהויבן ביי די הוט און גענדיגט ביי די שיך- שטאמט גאר פון איין עלטער עלטער זיידע וואס האט נעבעך געהאט א שווערע שווערע נסיון און נישט האבענדיג קיין ברירה האט ער מקיים געווען די ילבש שחורים מיט אלע הידורים, ס'בלייבט נאר שווער איין קשיא פארוואס האט ער געלאזט די העמד ווייס ?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די קשיא איז נישט נאר אויפן העמד, נאר אויך - און אפשר בעיקר - אויף די אינטערוועש.
וירח ה' את ריח הניחוח
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

אידישקייט אין אוועלושען

שליחה דורך פרישער »

שוין לאנג געקלערט איבער די ענין, מיינע ריזאלטאטן איז ווי פאלגענד

ווען אימער אין צייט עס האט זיך אנגעהויבן א געוועיסע מנהג איז אויף עפעס א וועיג אריינגעפלויגען צי העכערע זאכן, וואס מען טאר נישט פרעיגן קיין קשיות, אין מען טאר נישט משנה זיין אזוי ווי ארקתא דמסאני.

אבער ווען די מאדע איז אפגעלאפן, האבן מיר אידן זיך נישט געקענט אפשאקלען בשום אופן

אין די וואשינגטאן עפאכע איז געוועין אז די גאר רייכע זענען געגאנגען מיט די שטרימף ביז די קני, ני מיר זענען דאך בני מלכים מיזן מיר אויך אזוי טיען, אקעי מסכים מיר האבען זיך געגליכען צי וואשינגטאן וחבריו אין איינגעהאנדעלט לעינגערע שטרימפ אין קערצערע הויזן, אין מיר זענען דערקלערט געווארן אריסטאקראטיש, אבער היינט איז לאנג נישט דא די מאדע, פאר א גיט יאר קיינער טיט דאס נישט אויס, ווער רעדט זיך איין אז מיר פלעדזערן קידשא בריכי ושכינטיי ווען מיר גייען די אלע מלבישים,

די חיליק פין א לאנגע רעקל אין א קארצע, אז איינער וואס גייט א קארצע איז קלאסיפיצירט אלץ א מער מאדערענער ווי דער וואס גייט די לאנגע, אדער א שטאפען היט, ביבער, אדער קראכיט, לכאורה בלי שום פיקפיק אז עס צייגט ווי פין אינדערהיים מען קימט, צי פין קראקע, גרוסווארדיין, באדאפעסט, אדער גאר פין אמשטרדאם, אלזא נאכען קריג ווען אלע האבען זיך באזעצט אין וויליאמסבורג אדער קרית יואל אדער בארא פארק, כאפט דאך נישט קיין שום חיליק ווייל דער מיטן פלאטשיגן באקימט דאך גענוי דעים זעלבען חינוך ווי דער שטאפן געבויגענע ברים, אין שאפען גראדע ברים.

אגב די טאשן זייגער איז אויך געוועין א פריצישע ענין, וואס איז אדאפטירט געווארן ביי די חסידות'ן וואס האבען געארבייט אויף עבודת השם מתוך עשירות א שטייגער ווי ריזין, אין מיר זענען געבליבן האלטען דעים זאק, אז אויב איינער האט אנגעטיען א האנט זייגער, איז געוועין ווייל ער האט א פערזעינליכען ברית מיטן שטן.

איינעם אין אלט סקווער איז איינגעפאלען אז מען מיז האבען שטיוועיל, אולי ווייל אין סיביר איז געוועין קאלט, אין האט זיך אנגעטין שטיוול כדי די בלייבן מיט רגלים לדבר, ומי ראה את הרבי בשטיוול אין איז נישט מסכים אן ציטיען, עס איז דאך פערציג אינטערן נול, אבער מחמת סיבת שונות ווען מען האט גולה געוועין פין סיביר, האט מען אלעס דינג איבערגעלאזט חיץ די שטיוועל אין מען איז מוסר נפש אויף דערוף, אפילו דער באשעפער איז מוציא חמה מינרטיקה קען מען נישט מוותר זיין על בוצתו.

וואס איז שווער איז מיר זעיען אז ציביסלעך מעיג מען יא משנה זיין, קיינער קען מיר נישט איינרעדן אז מיר גייען אנגעטיען ווי די בעלי תוספות, ני ווי איז די עוועלאציא ווען פאסירט דאס אז אויב איז מען משנה איז ידו בתוך התחתונה, דער חוזה פין ליבלין האט נישט געהאט א ביבער היט אין אפילו אויב יא, גלייבצעך נישט אז עס האט געהאט די מאשני אין אוודאי נישט די בענדעל מיטן קנעפל דערוף, וואס האלט אן נאר א יאר, ביז די צייט קימט אין מען ברויך עס אראפ מלען,

ני אלזא ווי שטעלט זיך עוועלאשען פארוואס איז א באנד אויפען שייטעל וואס איז בערך אלט מאקסימום צוואנציג יאר, אין איז א עוועלאשן פין א טיכעל אקצעפטירט ביי די אלטרה פינעם עם הניבחר, אין אנדערע פירצות ווערט פארשריגען,

ווען דער רבינו תם האט מתקן געוועין די גאטשעס, קען איך פארשטיין אז ער האט נישט געגליכן קיין טייטיס, אבער ווער קען מיר מסביר זיין פארוואס איז עס נישטא אין אלע קאלירן, איך גלייך שטארק פערפל, אין אז איך שפאציר אריין מארגען אין די מקוה, מיט א לאנגע ברייטע אויסגעהאלטענע גאטשע פין תכלת וועט דאך יעדער אן אויסנאם קיקען אין בודק זיין מיין ווי מ'טארניש, צי זעין צי איך א כשר לבוא בקהל, אדער א נולד מהיל. אדער א נולד מאוחר.

אולי איז דעיס דער וועיג, מען איז פורץ, אין מען שרייט, אין פארפירט, ביז מען לייגט זיך שלאפן אין עס ווערט פארט פין אינזער לייף, מען ברויך נאר קענען אויסהאלטען, א שטייגער ווי גאלדענע גלעיזר אין באקל פאסיק

איך קלער מען מיז מאכן א געהעריגע תגיבה וואס זאל הייסען אידישקייט אין עוועלאשן,
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

קענסט מאכן א געהעריגע תגובה איבער די עוועלאשן פון אידיש צו פרידיש.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יאיר האט געשריבן:בענזשאמין, אין דיינע צייטן פלעגן דאך די פריצים און סענאטארן צו גיין שווארצע זאקן. דוכט זיך מיר אז ווען דו האסט אונטערגעשריבן דעם דעקלעראציע פון זעלבסטשטענדיגקייט האסטו אויך געטראגן מיט שטאלץ דיינע גרביים שחורים. א בארד און פיאות האסטו טאקע נישט געהאט, אבער קווצותיו תלתלים לו שחורות כגרביים איז יא געווען. דו וואלסט דאך געדארפט גיין מיט שטאלץ דיינע שווארצע זאקן אויף די טריפה'נע מאנהעטענער גאסן, און שעפן נחת ווי די חסידישע אידעלעך מאכן דיר נאך און טאנצן מיט מיט די סטייל פון די פארצייטישע גויאישע פריצים.

יאיר רעדט פון ווייטאג
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שמעקעדיג האט געשריבן:עס שטייט טאקע "ויתכסה שחורים"? כ'געדענק נישט.

לאז...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

איינער זאגט מיר אז געב עס אפאר דורות און רובא דרובא כלל ישראל גייט מיט שווארצע זאקן. די חשבון איז פשוט די בנשק"לעך מיט די שווארצע זאקן האבן און א עווריטזש פון צוואנציג קינדער, און ס'איז נאר מוסיף והולך, ווידעראום ביי דעם המון עם איז עס פחות והולך, איינס מיט איינס איז צוויי. ווי אזוי וואלט רב יוסף געזאגט אויף אזא פאל ייתי ולא אחמיניה.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

פון די אנדערע זייט זענען רוב משפחות וואס גייען נישט קיין שווארצע זאקן מקפיד "זיך נישט" משדך זיין מיט קיין שווארצע זאקן, סאיז שווער צו זאגן למשל אז קאווע טרינקערס אייניקלעך (מיט אזא באבע) וועלן גיין שווארצע זאקן.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ווי אזוי וואלט רב יוסף געזאגט אויף אזא פאל ייתי ולא אחמיניה


נאר צו שטעלן דעם רעקארד סטרעיט רב יוסף האט נישט געזאגט ולא אחמיניה.
סנהדרין צח ב
"אמר עולא: ייתי ולא אחמיניה. וכן אמר רבה: ייתי ולא אחמיניה, רב יוסף אמר: ייתי, ואזכי דאיתיב בטולא דכופיתא דחמריה."
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט