די פרייהייט פון טראכטן און פארשטיין - ביאָנד אונזער פארשטאנד
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
מ'כאפט מ'כאפט. נאר שפאר ביטע נישט קיין ווערטער פאר אונז קליינע מוח'לעך.
------------------
איז דיין שאלה הייסטאס, א פיליזאפישע? - פארוואס מענטשן קימערן זיך בכלל אין וויסן און אין באשטימען חוקי הטבע? און וויאזוי זיי קענען עס אנרופן חוקי הטבע בשעת ס'קען פאר די זעלבע טשאנס זיך מארגן טוישן?
--------------
אונז מיין איך נישט יידל חלילה. כ'רעד פון מיר און אפשר אויך מיין פריינט אויב וויל ער זיך אזוי אראפלאזן.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
יאיר האט געשריבן:יידל האט געשריבן:יאיר'ל, העי נישט מיט אד האמינוםס. כ'האב אגב נאכנישט געליינט קיין איין דאקינס'ס בוך חוץ "די סעלפיש דזשין", וועלכע בארירט כמעט נישט די נקודה פון וואס מיר טענה'ן זיך דא.
מיין ענטפער אויף דיין קושיא איז אז די גאראנטי איז מיין אבזערוואציע אז דאס איז וואס פאסירט. מיין אבזערוואציע אז עס איז דא א סיסטעם איז מיין גאראנטי אז עס איז דא א סיסטעם.
זאלן דיינע אויערן הערן וואס דיין מויל רעדט! דו גלייבסט, באזירט אויף דיין אבזערוואציע, אז ס'איז דא א סיסטעם-סדר אונטער די בריאה. דאס מיינט אז דו האלטסט אז זאכן געשעען נישט ביי טשענס. און דאס מוז זיין צוליב דעם וואס דו האלטסט אז ס'ליגט סדר, נישט טשענס, אונטער די גאנצע בריאה, אפגעזען וואס די סיבה ראשונה איז. אויב נישט, איז עס אזוי ווי דו זאלסט זאגן, "איך בין זיכער אז וויבאלד די ערשטע דריי נומערן פון מיין סאשעל סעקיוריטי זענען פערצופאל אויסגעקומען נומער אכט (א זעלטענע צופאל), מוז זיין אז די איבריגע נומערן זענען אויך פערצופאל נומער אכט (נאכמער א זעלטענע צופאל)."
איך גלייב נישט - באזירט אויף אן אבערזערוואציע - אז ס'דא א סדר אונטער די בריאה, נאר אז די בריאה האט א סיסטעם. דאס מיינט אבער נישט אז די סיסטעם ערלויבט נישט קיין רענדאמנעסס. דיין משל מיטן סאשעל סעקיוריטי נומער איז נישט דומה צום נמשל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
ט"ס פרעגט א שאלה און קיינער ענטפערט נישט, נישט שיין.
זיי טענה'ן זיך אינעם אוראלטן ויכוח ציווישן די זייגערמאכער און שייקספיר'ס מאלפע.
@יאיר, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו טענה'סט, אויב זע איך אז א מאלפע האט אפגעטייפט 'העמלעט', דארף איך מורא האבן אז מארגן גייט זיך עס אויסמעקן? מיט דארפן נישט מער ווי אן איינמאליגע טעות (קאאיצידענס) וואס אגב האט א מאטאמאטישע חשבון אז מן הנמנע אז ס'זאל געשעהן, וואס די טעות איז אזוי וואונדערבאר אז ס'האט אוועקגעשטעלט אונזער הערליכע טיפע סיסטעם.
טאמבל סאס האט געשריבן:איך דארף וויסן. יעצט איז ערנסט גערעדט? אדער א געוויסע סארט משל וואס איך דארף מדמה זיין צום ענין?
זיי טענה'ן זיך אינעם אוראלטן ויכוח ציווישן די זייגערמאכער און שייקספיר'ס מאלפע.
@יאיר, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו טענה'סט, אויב זע איך אז א מאלפע האט אפגעטייפט 'העמלעט', דארף איך מורא האבן אז מארגן גייט זיך עס אויסמעקן? מיט דארפן נישט מער ווי אן איינמאליגע טעות (קאאיצידענס) וואס אגב האט א מאטאמאטישע חשבון אז מן הנמנע אז ס'זאל געשעהן, וואס די טעות איז אזוי וואונדערבאר אז ס'האט אוועקגעשטעלט אונזער הערליכע טיפע סיסטעם.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:מ'כאפט מ'כאפט. נאר שפאר ביטע נישט קיין ווערטער פאר אונז קליינע מוח'לעך.
------------------
איז דיין שאלה הייסטאס, א פיליזאפישע? - פארוואס מענטשן קימערן זיך בכלל אין וויסן און אין באשטימען חוקי הטבע? און וויאזוי זיי קענען עס אנרופן חוקי הטבע בשעת ס'קען פאר די זעלבע טשאנס זיך מארגן טוישן?
אט אזוי! סיי מען דארף זיך נישט קימערן אין וויסן סייענס, ווייל די סייענס האט נישט קיין שום ערך, עס איז בלויז איינס פון ביליאנען טשענסעס וואס זענען פערצופאל אויסגעקומען, און סיי אז ס'עקזיסטירט בכלל נישט קיין חוקים דא, ס'איז אלעס איין גרויסע מישמאש פון טשענסעס על גבי טשענסעס וואס פאר אונזערע נארישע אויגן זעט עס אויס ווי חוקים.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:ט"ס פרעגט א שאלה און קיינער ענטפערט נישט, נישט שיין.טאמבל סאס האט געשריבן:איך דארף וויסן. יעצט איז ערנסט גערעדט? אדער א געוויסע סארט משל וואס איך דארף מדמה זיין צום ענין?
זיי טענה'ן זיך אינעם אוראלטן ויכוח ציווישן די זייגערמאכער און שייקספיר'ס מאלפע.
@יאיר, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו טענה'סט, אויב זע איך אז א מאלפע האט אפגעטייפט 'העמלעט', דארף איך מורא האבן אז מארגן גייט זיך עס אויסמעקן? מיט דארפן נישט מער ווי אן איינמאליגע טעות (קאאיצידענס) וואס אגב האט א מאטאמאטישע חשבון אז מן הנמנע אז ס'זאל געשעהן, וואס די טעות איז אזוי וואונדערבאר אז ס'האט אוועקגעשטעלט אונזער הערליכע טיפע סיסטעם.
ווען דו האלטסט אינמיטן ליינען דעם וואונדערבארן מאלפע העמלעט, דו האסט שוין געליינט צען בלעטער, און דו זעסט אז ביז אהין איז עס נאכקאפירט שעיקספעיר, וויפיל שאנסן וועסטו עס געבן אז די איבריגע פיר הונדערט בלעטער זענען אויך נאכקאפירט ווארט ביי ווארט פון שעיקספעיר? מסתמא נאנט צו נול. (אויב דו גלייבסט באמת אז די ערשטע צען בלעטער זענען געשריבן דורך א ריינע צופאל). אפגערעדט פון דעם וואס דו וועסט בכלל נישט זאגן אז ס'איז דא דא עפעס א 'חוק' וואס באשטימט אז די ערשטע צען בלעטער זאלן זיין נאכקאפירט פון שעיקספעיר. ס'איז פשוט א טעות וואס איז פערצופאל געלונגען.
לענינינו, מיר האבן באטראכט די אוניווערס פאר עטליכע הונדערט יאר, און געזען אז ס'איז פארהאן א סדר, פאר'ן אטעאיסט איז דאס א שווערער פראבלעם, און ער דרייט זיך ארויס אז ס'איז באמת א גאר זעלטענער צופאל וואס זעט אויס ווי סדר. פיין און וואויל. אבער קום מיר נישט נאכדעם זאגן מיט זיכערקייט אז דער זעלטענער צופאל וועט אויך פאסירן אין די קומענדיגע הונדערט יאר. ס'איז א תרתי דסתרי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום יאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
יידל האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:יידל האט געשריבן:יאיר'ל, העי נישט מיט אד האמינוםס. כ'האב אגב נאכנישט געליינט קיין איין דאקינס'ס בוך חוץ "די סעלפיש דזשין", וועלכע בארירט כמעט נישט די נקודה פון וואס מיר טענה'ן זיך דא.
מיין ענטפער אויף דיין קושיא איז אז די גאראנטי איז מיין אבזערוואציע אז דאס איז וואס פאסירט. מיין אבזערוואציע אז עס איז דא א סיסטעם איז מיין גאראנטי אז עס איז דא א סיסטעם.
זאלן דיינע אויערן הערן וואס דיין מויל רעדט! דו גלייבסט, באזירט אויף דיין אבזערוואציע, אז ס'איז דא א סיסטעם-סדר אונטער די בריאה. דאס מיינט אז דו האלטסט אז זאכן געשעען נישט ביי טשענס. און דאס מוז זיין צוליב דעם וואס דו האלטסט אז ס'ליגט סדר, נישט טשענס, אונטער די גאנצע בריאה, אפגעזען וואס די סיבה ראשונה איז. אויב נישט, איז עס אזוי ווי דו זאלסט זאגן, "איך בין זיכער אז וויבאלד די ערשטע דריי נומערן פון מיין סאשעל סעקיוריטי זענען פערצופאל אויסגעקומען נומער אכט (א זעלטענע צופאל), מוז זיין אז די איבריגע נומערן זענען אויך פערצופאל נומער אכט (נאכמער א זעלטענע צופאל)."
איך גלייב נישט - באזירט אויף אן אבערזערוואציע - אז ס'דא א סדר אונטער די בריאה, נאר אז די בריאה האט א סיסטעם. דאס מיינט אבער נישט אז די סיסטעם ערלויבט נישט קיין רענדאמנעסס. דיין משל מיטן סאשעל סעקיוריטי נומער איז נישט דומה צום נמשל.
אפשר קענסטו מיר מסביר זיין אין פלעין אידיש וואס דאס מיינט א "סיסטעם"?
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:ט"ס פרעגט א שאלה און קיינער ענטפערט נישט, נישט שיין.טאמבל סאס האט געשריבן:איך דארף וויסן. יעצט איז ערנסט גערעדט? אדער א געוויסע סארט משל וואס איך דארף מדמה זיין צום ענין?
זיי טענה'ן זיך אינעם אוראלטן ויכוח ציווישן די זייגערמאכער און שייקספיר'ס מאלפע.
@יאיר, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו טענה'סט, אויב זע איך אז א מאלפע האט אפגעטייפט 'העמלעט', דארף איך מורא האבן אז מארגן גייט זיך עס אויסמעקן? מיט דארפן נישט מער ווי אן איינמאליגע טעות (קאאיצידענס) וואס אגב האט א מאטאמאטישע חשבון אז מן הנמנע אז ס'זאל געשעהן, וואס די טעות איז אזוי וואונדערבאר אז ס'האט אוועקגעשטעלט אונזער הערליכע טיפע סיסטעם.
א סיסטעם וואס איז געשען בטעות איז נישט הערליך און נישט טיף. איך האב נאך קיינמאל נישט געזען איינעם זיך אויסדרוקן, "פשש, דאס איז דאך אזא הערליכער טעות", אדער "דער טעות איז גאר א טיפער געדאנק". עס איז נישטא קיין שום סיבה צו באוואונדערן א האמלעט וואס איז פראדוצירט געווארן בטעות צווישן איינס פון א ביליאן (אויסער אויב טיף אין הארצן שטעלסטו זיך פאר אז ס'איז דא עפעס א טריק ווי אזוי דאס איז געשען).
האדם לא נברא אלא להתענג
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
יאיר האט געשריבן:צו גיין זאגן אז דער אייגנטליכער יסוד, די ערשטע נאטור געזעץ, זאל האבן געשען אויף אן אופן וואס איז סותר דעם אופן וויאזוי נאטור געזעצן פונקציאנירן, איז ממש אבסורד. ס'איז ווייניגער ראציאנאל ווי גלייבן אין מעמד הר סיני...
איך כאפ נישט פארוואס ווען דער סאמע ערשטער סיבה ראשונה איז 'גאט' דאן האסטו נישט קיין פראבלעם אז עס/ער האט אייביג עקזיסטירט און עס/ער איז סותר די טבע, ווייל ער איז דאך העכער ווי די טבע אליין, אבער אויב דער סאמע ערשטער סיבה ראשונה זענען די חוקי הטבע, נאר דעמאלט ווערט אבסורד צו זאגן אז די חוקי הטבע האבן אייביג עקזיסטירט. הצד השוה שבהן, מיר ווייסן נישט וואס גאט מיינט, מיר ווייסן אויך נישט וואס חוקי הטבע מיינט. ביידע האבן אייביג געקענט עקזיסטירן, אזוי לאנג ווי מיר האבן נישט קיין פרוף אויף פארקערט.
יאיר, דו האסט שוין עטליכע מאל פראבירט צו-צוטיילן געטליכקייט פאר די חוקי הטבע, סיי צו פארמינערן א כוח העכער איהר און סיי איהר ארויס-צוהייבן העכער גשמיים.
פארשטיי איך אבער נישט, ממ"נ, איז ער אליין א 'חוק', א געוויסע ציור - אזוי און נישט אנדערש [ווי מען זאגט אין חב"ד], האט ער דאך א סיבה וואס האט איהם מגביל געווען, איז ער נאר מגביל אנדערע - די געשעהנישן אין בריאה, איז ער דאך דער גאט וועמען מען מיינט טאקע?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ונבנתה, א גוטע הערה. (אגב, איך האב הנאה אז דו געדענקסט אזוי גוט מיינע תגובות...).
לאמיר נאר זען אויב אן ענליכע שאלה איז שייך לגבי גאט, אויב האט ער א געוויסע ציור (ער איז דער מקור החכמה, מקור הטוב, וכדו') דעמאלט ווער האט אים באשאפן און מגביל געווען אויף דעם ציור, און אויב פארשטייסטו אז כאטש גאט האט געוויסע דעסקריפשאנס וואס ער איז און וואס ער טוט, און אף על פי כן דארף ער נישט קיין מסבב, ווייל ער איז נישט קיין גשם אדער מורכב, פארוואס קען מען נישט זאגן די זעלבע לגבי די חוקי הטבע?
ווייטער אויב האט גאט אינגאנצן נישט קיין ציור, פון וואס אין די וועלט רעדט מען דא בכלל?

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
יאיר האט געשריבן:די נארישע אויפטו פון א שאנס פון איינס אין א ביליאן מאל איז עס געלונגען טוט דא גארנישט אויף, עס איז א טפשות'דיגע המצאה צו אוועקמאכן אונזער גאנצע עקזיסטענץ און סייענס. מיין פוינט איז אז מען דארף זיך ערגעץ אפשטעלן, פארוואס מעג מען זיך אפשטעלן ביי גאט אבער נישט ביי חוקי הטבע.
יעדע זאך וואס איז דיזיינט איז לימיטעד, אויב ס׳איז לימיטעד האט אים געמוזט מקדים זיין א דיזיינער וואס האט אים געלימיטעד.
אויב דער דיזיינער איז אויך דיזיינט, האט אים עימיצער אויך מקדים געווען,און אזוי פארט דאס צוריק ביז צום ערשטען חומר.
דעריבער, חוקי הטבע און אויך יעדע יצירה וואס מ׳קען זען/הערן/שמעקן/טאפן/באגרייפן איז דיזיינט והא ראיה דו האסט אים באגריפן! און אויב דיין מוח וואס איז לימיטעד קען אים באגרייפן מוז דער באגריפענער אויך זיין לימיטעד און דיזיינט ס׳זאל קענען אריינפיטן אין דיין פארשטאנד.
אלזא, איז מסתבר צו זאגן אז גאט! - וואס איז נאך עד היום נישט באגריפן - איז דער קדמון און אין סוף און מיר קענען אים נישט באגרייפן ווייל טאמער יא! מיינט דאס בהכרח איז ער איז דיזיינט און דאס זאגט בהכרח אז ער האט א דיזיינער. משא״כ חוקי הטבע - וואס איז זיכער דיזיינט און לימיטעד - איז בהכרח נישט געווען פון אייביג ווייל עס לאזט נישט קיין פלאץ פאר זיין דיזיינער.
-----------------
ונבנתה האקט איך מיין אז איך קען זאגן ברוך שכונתי
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
moti107 האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:די נארישע אויפטו פון א שאנס פון איינס אין א ביליאן מאל איז עס געלונגען טוט דא גארנישט אויף, עס איז א טפשות'דיגע המצאה צו אוועקמאכן אונזער גאנצע עקזיסטענץ און סייענס. מיין פוינט איז אז מען דארף זיך ערגעץ אפשטעלן, פארוואס מעג מען זיך אפשטעלן ביי גאט אבער נישט ביי חוקי הטבע.
יעדע זאך וואס איז דיזיינט איז לימיטעד, אויב ס׳איז לימיטעד האט אים געמוזט מקדים זיין א דיזיינער וואס האט אים געלימיטעד.
אויב דער דיזיינער איז אויך דיזיינט, האט אים עימיצער אויך מקדים געווען,און אזוי פארט דאס צוריק ביז צום ערשטען חומר.
דעריבער, חוקי הטבע און אויך יעדע יצירה וואס מ׳קען זען/הערן/שמעקן/טאפן/באגרייפן איז דיזיינט והא ראיה דו האסט אים באגריפן! און אויב דיין מוח וואס איז לימיטעד קען אים באגרייפן מוז דער באגריפענער אויך זיין לימיטעד און דיזיינט ס׳זאל קענען אריינפיטן אין דיין פארשטאנד.
אלזא, איז מסתבר צו זאגן אז גאט! - וואס איז נאך עד היום נישט באגריפן - איז דער קדמון און אין סוף און מיר קענען אים נישט באגרייפן ווייל טאמער יא! מיינט דאס בהכרח איז ער איז דיזיינט און דאס זאגט בהכרח אז ער האט א דיזיינער. משא״כ חוקי הטבע - וואס איז זיכער דיזיינט און לימיטעד - איז בהכרח נישט געווען פון אייביג ווייל עס לאט נישט קיין פלאץ פאר זיין דיזיינער.
1) אויב דיין איינציגסטע דעפינישאן פון גאט איז "עפעס וואס מען קען נישט באגרייפן", מיט וואס איז דאס אנדערש ווי זאגן "איך ווייס נישט ווי אזוי די וועלט איז באשאפן געווארן"?
2) קיינער קען נישט הערן און פילן די חוקי הטבע, מען קען בלויז פילן און אנטאפן די תוצאות וואס געשעען דורך זיי.
3) אויב די חוק פון גראוויטי איז לימיטעד ווייל עס "מוז" שלעפן זאכן איינס נעבן צווייטן, פארוואס איז גאט נישט לימיטעד ווייל ער "מוז" בלייבן לעבן און קען נישט באגיין זעלבסטמארד?
האדם לא נברא אלא להתענג
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
יאיר האט געשריבן:ונבנתה, א גוטע הערה. (אגב, איך האב הנאה אז דו געדענקסט אזוי גוט מיינע תגובות...).
לאמיר נאר זען אויב אן ענליכע שאלה איז שייך לגבי גאט, אויב האט ער א געוויסע ציור (ער איז דער מקור החכמה, מקור הטוב, וכדו') דעמאלט ווער האט אים באשאפן און מגביל געווען אויף דעם ציור, און אויב פארשטייסטו אז כאטש גאט האט געוויסע דעסקריפשאנס וואס ער איז און וואס ער טוט, און אף על פי כן דארף ער נישט קיין מסבב, ווייל ער איז נישט קיין גשם אדער מורכב, פארוואס קען מען נישט זאגן די זעלבע לגבי די חוקי הטבע?
ווייטער אויב האט גאט אינגאנצן נישט קיין ציור, פון וואס אין די וועלט רעדט מען דא בכלל?
אה״נ די אלע נעמען און מידות איז נאר א משל וכדי לסבר את האוזן. סך הכל לויט וויאזוי די רעסיווער קוקט אן די זאך איז דאס די מערסטע ענדליך צו רחום, חנון, ארך אפים וכו׳ אבער גאט בלייבט ווייטער בלי גבול
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
moti107 האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:ונבנתה, א גוטע הערה. (אגב, איך האב הנאה אז דו געדענקסט אזוי גוט מיינע תגובות...).
לאמיר נאר זען אויב אן ענליכע שאלה איז שייך לגבי גאט, אויב האט ער א געוויסע ציור (ער איז דער מקור החכמה, מקור הטוב, וכדו') דעמאלט ווער האט אים באשאפן און מגביל געווען אויף דעם ציור, און אויב פארשטייסטו אז כאטש גאט האט געוויסע דעסקריפשאנס וואס ער איז און וואס ער טוט, און אף על פי כן דארף ער נישט קיין מסבב, ווייל ער איז נישט קיין גשם אדער מורכב, פארוואס קען מען נישט זאגן די זעלבע לגבי די חוקי הטבע?
ווייטער אויב האט גאט אינגאנצן נישט קיין ציור, פון וואס אין די וועלט רעדט מען דא בכלל?
אה״נ די אלע נעמען און מידות איז נאר א משל וכדי לסבר את האוזן. סך הכל לויט וויאזוי די רעסיווער קוקט אן די זאך איז דאס די מערסטע ענדליך צו רחום, חנון, ארך אפים וכו׳ אבער גאט בלייבט ווייטער בלי גבול
וואס מיינט גאט?
האדם לא נברא אלא להתענג
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
יאיר האט געשריבן:moti107 האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:די נארישע אויפטו פון א שאנס פון איינס אין א ביליאן מאל איז עס געלונגען טוט דא גארנישט אויף, עס איז א טפשות'דיגע המצאה צו אוועקמאכן אונזער גאנצע עקזיסטענץ און סייענס. מיין פוינט איז אז מען דארף זיך ערגעץ אפשטעלן, פארוואס מעג מען זיך אפשטעלן ביי גאט אבער נישט ביי חוקי הטבע.
יעדע זאך וואס איז דיזיינט איז לימיטעד, אויב ס׳איז לימיטעד האט אים געמוזט מקדים זיין א דיזיינער וואס האט אים געלימיטעד.
אויב דער דיזיינער איז אויך דיזיינט, האט אים עימיצער אויך מקדים געווען,און אזוי פארט דאס צוריק ביז צום ערשטען חומר.
דעריבער, חוקי הטבע און אויך יעדע יצירה וואס מ׳קען זען/הערן/שמעקן/טאפן/באגרייפן איז דיזיינט והא ראיה דו האסט אים באגריפן! און אויב דיין מוח וואס איז לימיטעד קען אים באגרייפן מוז דער באגריפענער אויך זיין לימיטעד און דיזיינט ס׳זאל קענען אריינפיטן אין דיין פארשטאנד.
אלזא, איז מסתבר צו זאגן אז גאט! - וואס איז נאך עד היום נישט באגריפן - איז דער קדמון און אין סוף און מיר קענען אים נישט באגרייפן ווייל טאמער יא! מיינט דאס בהכרח איז ער איז דיזיינט און דאס זאגט בהכרח אז ער האט א דיזיינער. משא״כ חוקי הטבע - וואס איז זיכער דיזיינט און לימיטעד - איז בהכרח נישט געווען פון אייביג ווייל עס לאט נישט קיין פלאץ פאר זיין דיזיינער.
1) אויב דיין איינציגסטע דעפינישאן פון גאט איז "עפעס וואס מען קען נישט באגרייפן", מיט וואס איז דאס אנדערש ווי זאגן "איך ווייס נישט ווי אזוי די וועלט איז באשאפן געווארן"?
2) קיינער קען נישט הערן און פילן די חוקי הטבע, מען קען בלויז פילן און אנטאפן די תוצאות וואס געשעען דורך זיי.
3) אויב די חוק פון גראוויטי איז לימיטעד ווייל עס "מוז" שלעפן זאכן איינס נעבן צווייטן, פארוואס איז גאט נישט לימיטעד ווייל ער "מוז" בלייבן לעבן און קען נישט באגיין זעלבסטמארד?
דו פרעגסט די באקאנטע שווערע שטיין שאלה
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
יאיר האט געשריבן:ונבנתה, א גוטע הערה. (אגב, איך האב הנאה אז דו געדענקסט אזוי גוט מיינע תגובות...).
לאמיר נאר זען אויב אן ענליכע שאלה איז שייך לגבי גאט, אויב האט ער א געוויסע ציור (ער איז דער מקור החכמה, מקור הטוב, וכדו') דעמאלט ווער האט אים באשאפן און מגביל געווען אויף דעם ציור, און אויב פארשטייסטו אז כאטש גאט האט געוויסע דעסקריפשאנס וואס ער איז און וואס ער טוט, און אף על פי כן דארף ער נישט קיין מסבב, ווייל ער איז נישט קיין גשם אדער מורכב, פארוואס קען מען נישט זאגן די זעלבע לגבי די חוקי הטבע?
ווייטער אויב האט גאט אינגאנצן נישט קיין ציור, פון וואס אין די וועלט רעדט מען דא בכלל?
אויב מיינסטו צו פרעגן אז 'מקור החכמה' איז א ציור ווייל עס שליסט אויס די היפוך פון חכמה, דאן איז דאס די קשיא צו גאט קען מאכן אז ער זאל נישט קענען עפעס, וואס אויף דעם איז לכאורה די פשוט'סטע תירוץ אז נישט האבן א חסרון איז נישט א חסרון, ממילא אז איך זאג אז ער איז נאר חיובי און האט נישט קיין היפוך פון חיוביים [למשל רע] הייסט עס נישט קיין ציור.
אויב האסטו געמיינט צו פרעגן אז די עצם הגדרה 'מקור החכמה' איז א פראבלעם [אהן די חלק פון שלילת ההיפוך], נלענ"ד אז דאס איז נישט ציור, מען טיילט איהם נישט צו א געוויסע פעולה אדער ריסטריקשען, מען זאגט נאר אז ער און חכמה [דער מושג פון חכמה, נישט די פעולה] זענען איינס, וועל, דער רמב"ם האט דאך שוין מעיד געווען אז אין כח ביד האדם להבינה על בורי'.
און דאס איז אויך אמת אז פון עצמות מצד עצמו קען מען טאקע נאר רעדן בשלילה [עכ"פ אין חב"ד].
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
יאיר האט געשריבען
וואס מיינט גאט?
גאט איז דער מוכרח׳דיגער דיזיינער פאר א יעדן חומר וואס איז זיכער דיזיינט והא ראיה איך האב אים באגריפן און אויב איז גאט אויך דיזיינט דאן איז זיין דיזיינער דער גאט .
אויב דו ביסט מודה אז יעדע דיזיין האט א דיזיינער זאגסטו בהכרח אז ס׳איז דא א גאט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
יאיר האט געשריבן:ווען דו האלטסט אינמיטן ליינען דעם וואונדערבארן מאלפע העמלעט, דו האסט שוין געליינט צען בלעטער, און דו זעסט אז ביז אהין איז עס נאכקאפירט שעיקספעיר, וויפיל שאנסן וועסטו עס געבן אז די איבריגע פיר הונדערט בלעטער זענען אויך נאכקאפירט ווארט ביי ווארט פון שעיקספעיר? מסתמא נאנט צו נול. (אויב דו גלייבסט באמת אז די ערשטע צען בלעטער זענען געשריבן דורך א ריינע צופאל). אפגערעדט פון דעם וואס דו וועסט בכלל נישט זאגן אז ס'איז דא דא עפעס א 'חוק' וואס באשטימט אז די ערשטע צען בלעטער זאלן זיין נאכקאפירט פון שעיקספעיר. ס'איז פשוט א טעות וואס איז פערצופאל געלונגען.
לענינינו, מיר האבן באטראכט די אוניווערס פאר עטליכע הונדערט יאר, און געזען אז ס'איז פארהאן א סדר, פאר'ן אטעאיסט איז דאס א שווערער פראבלעם, און ער דרייט זיך ארויס אז ס'איז באמת א גאר זעלטענער צופאל וואס זעט אויס ווי סדר. פיין און וואויל. אבער קום מיר נישט נאכדעם זאגן מיט זיכערקייט אז דער זעלטענער צופאל וועט אויך פאסירן אין די קומענדיגע הונדערט יאר. ס'איז א תרתי דסתרי.
לויט ווי איך פארשטיי זענען מיר מחולק וואו מיר שטייען אין משל, דו זאגסט אז די מאנקי האלט אינמיטן שרייבן, יעדע אות וואס די מאנקי שרייבט ווייטער וואס מאכט סענס איז נאך א נס\קאאיצידענס\טעות, ממילא יעדע צוגעקומענע אות ווערט די פראביביליטי אז די נעקסטע אות גייט אויך זיין צום דבר מולטיפלייעד ביי די מספר אותיות אינעם אלפא ביתא, ממילא לאגיק דירטירט מיר אז די נעקסטע אות גייט ער מאכן א טעות. איך זאג אבער, און דאס דוכט זיך זאגט די אינפיניט מאלפע טעארעם, אז אונז האבן מיר שוין א פארטיגע אפגעשריבענע ביכל פון אלע שייקספירס ארבעט, מיר האבן א יוניווערס וואס ארבעט שוין יארן אויף א ספעציפישע וועג, מיט געוויסע געזעצן וואס טוישן זיך נישט, די געזעצן, די חוקי הטבע זענען די נמשל פון 'העמלעט', נישט די זון אויפגאנג פון היינט איז פעידזש 271 און די זון אויפגאנג פון מארגן איז פעידזש 272.
וויפיל שאנסן וועסטו עס געבן אז די איבריגע פיר הונדערט בלעטער זענען אויך נאכקאפירט ווארט ביי ווארט פון שעיקספעיר? מסתמא נאנט צו נול.
נאנט צו נול איז נישט נול, אויב האסטו א אינפיניט מספר פון מאלפעס און אינפיניט צייט (אינפיניט איז אין סוף, למעלה מהשגתינו) וועסטו ארויסקומען מיט די גאנצע שייקספיר שרייבערייען פון די רענדאם מאלפע קלאפערייען, און אפילו ווייניגער ווי איפיניט, אז דו וועסט רעכענען די סומע וויפיל קאראקטערס ס'דא אויפן טייפערייטער, און דאס מולטיפלייען איין מאל פאר די ערשטע קאראקטאר פון די ערשטע ווארט פון העמלעט, און נאכאמאל פאר די צווייטע, אא"וו, וועסטו אנקומען צו די נאמבער קאראקטארן וואס פעלט אויס דערצו, און דאס איז א מספר, טאקע גאר א הויכער, וואס לאזט זיך קוואנטיפיצירן, מגביל זיין, אראפ שרייבן.
יאיר האט געשריבן:א סיסטעם וואס איז געשען בטעות איז נישט הערליך און נישט טיף. איך האב נאך קיינמאל נישט געזען איינעם זיך אויסדרוקן, "פשש, דאס איז דאך אזא הערליכער טעות", אדער "דער טעות איז גאר א טיפער געדאנק". עס איז נישטא קיין שום סיבה צו באוואונדערן א האמלעט וואס איז פראדוצירט געווארן בטעות צווישן איינס פון א ביליאן.
פארוואס נישט? אויב ענהאלט עס שיינע קינצערישע ווערטער און ברענגט ארויס געפילן, וואס גייט מיר אן ווי אזוי דאס איז געשעהן, איך קען שעפן התפעלות פון איינער וואס האט בטעות אריינגעקראכט און געהארגעט א נאצי וואס איז געווען שולדיג אין זיין זיידענס טויט, טאקע א קאאינצידענס, אבער פארט אינטערעסאנט.
יאיר האט געשריבן:(אויסער אויב טיף אין הארצן שטעלסטו זיך פאר אז ס'איז דא עפעס א טריק ווי אזוי דאס איז געשען).
די מדובר דא איז נישט וואס איך גלייב טיף אין הארץ, נאר אין די גילטיקייט פונעם אין סופ'יגע מאלפע הנחה.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
למעשה איז דאך אבער נישט געווען דער מארגענדיגער זון אויפשיין נו וויאזוי מאכסטו דאס פאר א געשעענדע קאווינסידענס נאך איידער עס פאסירט?
ווילסטו זאגן אז א געוויסער טעות איז געשען וואס האט געמאכט אז דער זון זאל בהכרח אויפשיינען יעדן טאג ?
ווילסטו זאגן אז א געוויסער טעות איז געשען וואס האט געמאכט אז דער זון זאל בהכרח אויפשיינען יעדן טאג ?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
דאס זאג איך, ס'איז נישט קיין אנגייענדע טעות, נאר א טעות וואס איז געשען אין די מאמענט פון די וועלט באשאף, ווען אונזערע חוקי הטבע האבן זיך געפארעמט, (טעות איז נישט די ריכטיגע ווארט דא, נאר ענדערש קאאינצידענס). אונזער וועלט האט דאמאלס באקומען געזעצן, און די געזעצן דיקטירן אז די זון גייט מארגן אויפשיינען אויף מזרח. גלייבסט מיר נישט? ווארט צו אפאר שעה וועלמער זען צו איך בין גערעכט אדער נישט.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
הערות קצרות אויפן צווייטן תגובה פון טאמבל סאס.
עס איז טאקע אבסורד פון א קאמען סענס פערספעקטיוו, אבער ווער זאגט אז די וועלט פאלגט נאך דעם מענטשליכן לאגיק? עיין ערך קוואנטום פיזיקס. און גענוג קוואנטום פיזיקער (א שטייגער ווי עלען גוטה און לאורענס קרויס) זענען מסביר וויאזוי אויפן קוואנטום לעוועל האלטן אין איין פאסירן יש מאינ'ס. (נישט אז כ'פארשטיי וואס זיי זאגן.)
האסטו דאך אים גארנישט געענטפערט. ווען ער האט געפרעגט צו דאס איז שפינאזא'ס גאט האט ער נישט געמיינט זאלסט אים מגדיר זיין שפינאזא, ער האט נאר גענוצט דעם טערמין וואס די וועלט נוצט ווען איינער זאגט אז די חוקי הטבע איז/זענען גאט. וויאזוי האסטו נאר הרב פריינד מסביר געווען? "ס'איז נישט קיין נפקא מינא וואספארא נאמען מען גיט פאר דער "זאך". קיין שום נאמען באצייכנט עס דאך נישט, באמת. נאר אויב ווילן מענטשן קענען רעדן און זיך פארשטיין אין דער נושא, מוז מען בהכרח עס געבן עפעס א נאמען -- פשוט לשם פראקטישקייט."
טאמבל'ס שאלה איז א לעגעטימע פראגע: צו טוסטו הרב פריינד פארשלאגן א פאנטעאיסטישער גאט? און - if I may dare say - די ענטפער איז אז יא. איז אידישקייט compatible מיט פאנטעאיזם? תלוי את מי שואלים. (לעיקוואד, איפה אתה?) ראדיקאל איז עס זיכער. נישט אז דאס זאגט צו עס איז אמת אדער נישט.
עס איז נישט ריכטיג, ווייל אלץ מענטשן זענען מיר פראגראמירט (דורכ'ן אין סוף) צו מגדיר זיין זאכן און באצייכענען אירע כאראקטעריסטן. איז טאקע נישט דא קיין חילוק צווישן א טרוקענעם "סיבה ראשונה" (first cause) און פאנטעאיזם?
אבער זאגסט דאך אז כי ארכו ימים האט מען יא אנגעהויבן נעמען דעם טעאריע אין באטראכט. איז עס נישט וואונדערבאר אז די סייענטיסטן זענען זיך מתגבר אויפן נאטור צו גיין מיט די שטראם, און דאס פאסירט פעם אחר פעם? - סתם, רק להעיר בדרך אגב.
טאמבל סאס האט געשריבן:פריינט: אויב איז די בריאה געווארן יש מאין, מוז זיין אז עפעס האט עס געמאכט. ווייל אויב אין דער בריאה זעלבסט איז נישט פאראן אזא מציאות ווי יש מאין, איז אוממעגליך צו זאגן אז די בריאה אליין האט יא זיך אליין געמאכט. ווייל דאס זאגט אין אנדערע ווערטער אז די בריאה האט זיך באשאפן אויף אן אופן וואס איז סותר מיניה וביה זיין עקזיסטענץ. דאס איז א לאגישער אבסורד.
עס איז טאקע אבסורד פון א קאמען סענס פערספעקטיוו, אבער ווער זאגט אז די וועלט פאלגט נאך דעם מענטשליכן לאגיק? עיין ערך קוואנטום פיזיקס. און גענוג קוואנטום פיזיקער (א שטייגער ווי עלען גוטה און לאורענס קרויס) זענען מסביר וויאזוי אויפן קוואנטום לעוועל האלטן אין איין פאסירן יש מאינ'ס. (נישט אז כ'פארשטיי וואס זיי זאגן.)
טאמבל סאס האט געשריבן:די צווייטע ברירה, אז די בריאה האט אייביג עקזיסטירט און וועט בלייבן אייביג עקזיסטירן, איז טאקע נישט מחייב קיין בורא. אזא סארט "בריאה" - די כלל-כולו בריאה, "עז עי האלל" - איז אין אנדערע ווערטער אן אין סוף, הי' הוה ויהי', אחד יחיד ומיוחד, ראשית ואחרית. בנוסף לזה, איז די בריאה (די "בריאה" אלץ דבר השלם: די גאנצע בריאה, דער קאסמאס) עפעס וואס מען קען מיט'ן שכל נישט משיג זיין. מיר - אונזער שכל און השגה, ווי ווייט, ברייט און טיף זיי זאלן נאר נישט גיין - זענען ווי א פרט אינערהאלב דער "בריאה". . . .
און דאס איז נישט קיין צופאל. די סיבה פארוואס מיר ניצן בהכרח די זעלבע ווערטער איז: ווייל די צוויי - א בריאה אין סוף און גאט - זענען באמת איינס און די זעלבע זאך. גאט איז דאס, וואס מען קען נישט משיג זיין.
דער עיקר פראבלעם מיט גאט ליגט אין דעם וואס דער מושג, דער אי-הגדרה, איז במשך דער צייט געווארן קאנצעפטואליזירט. אפילו דער טערמין "אין סוף" איז באמת טיף אין אונזערע מוחות אזא מין עקזיסטענץ - אזא "ריזיגע זאך", וואס איז אזוי גרויס ווי "אין סוף". דאס איז דאך אבער פאלש, ווי דער עצם טייטש פון די ווערטער זאגט: אין סוף, דהיינו, לא ניתן למוגבל להשיג משמעותו.
ט"ס: . . .
איז דאס נישט "שפינאזעס" גאט? . . .
פריינט: שפינאזא איז געווען א טיפער מוח. ער איז אבער נישט געווען מער ווי א מענטש, און א מענטש קען דאך נישט באשאפן קיין גאט ... די איינציגע זאך וואס שפינאזא האט געקענט טאן -- בעסער ווי א סך מענטשן - איז טראכטן. נו, דאס טוען מיר דאך אויך. לאמיר טראכטן מיט אונזער שכל.
האסטו דאך אים גארנישט געענטפערט. ווען ער האט געפרעגט צו דאס איז שפינאזא'ס גאט האט ער נישט געמיינט זאלסט אים מגדיר זיין שפינאזא, ער האט נאר גענוצט דעם טערמין וואס די וועלט נוצט ווען איינער זאגט אז די חוקי הטבע איז/זענען גאט. וויאזוי האסטו נאר הרב פריינד מסביר געווען? "ס'איז נישט קיין נפקא מינא וואספארא נאמען מען גיט פאר דער "זאך". קיין שום נאמען באצייכנט עס דאך נישט, באמת. נאר אויב ווילן מענטשן קענען רעדן און זיך פארשטיין אין דער נושא, מוז מען בהכרח עס געבן עפעס א נאמען -- פשוט לשם פראקטישקייט."
טאמבל'ס שאלה איז א לעגעטימע פראגע: צו טוסטו הרב פריינד פארשלאגן א פאנטעאיסטישער גאט? און - if I may dare say - די ענטפער איז אז יא. איז אידישקייט compatible מיט פאנטעאיזם? תלוי את מי שואלים. (לעיקוואד, איפה אתה?) ראדיקאל איז עס זיכער. נישט אז דאס זאגט צו עס איז אמת אדער נישט.
פריינט: אט אזוי. איין קליינער שינוי נאר צו וואס כ'האב לכתחילה געשריבן. די צוויי וועגן זענען באמת איינער און דער זעלבער. די מסקנא אין ביידע היכי תמצא'ס איז אז ס'איז דא עפעס וואס איז "שולדיג" אז די בריאה איז דא, און דער "עפעס" לאזט זיך נישט מגדיר/מתאר/ממחיש זיין. דער חילוק פון 1) ביז 2) ליגט דער אין דעם מהלך וואס פירט צו דער מסקנא -- וואס איז אבער אין ביידע פעלער די זעלבע. ווייל ווידעראמאל: איינמאל די "זאך" איז אין סוף, איז דאך שוין נישט שייך צו זאגן "אזוי" צי "אזוי", ווייל ס'איז אלעס און אייביג. אלעס און אייביג קען אין אונזער שכל נאר פארטייטשט ווערן אויף איין אופן: "אין סוף". ס'איז בכלל נישט שייך צוצוגעבן נאך פרטים און באצייכענונגען, ווייל יעדעס ווארט נעמט נאר אראפ פון "אין סוף".
עס איז נישט ריכטיג, ווייל אלץ מענטשן זענען מיר פראגראמירט (דורכ'ן אין סוף) צו מגדיר זיין זאכן און באצייכענען אירע כאראקטעריסטן. איז טאקע נישט דא קיין חילוק צווישן א טרוקענעם "סיבה ראשונה" (first cause) און פאנטעאיזם?
פאר מיר הייבן אן רעדן וועגן סייענס און סייענסטיסטן, לאמיר פאר א רגע נאר רעדן וועגן דער נקודה וואס דו מאכסט אין דער לעצטער שורה. ס'איז אמת אז איך קען נישט משיג זיין דעם מוח פון עמיצן וואס איז קלוגער ווי איך. אבער ווען דער דאזיגער חכם מאכט א סטעיטמענט, גיי איך עס נישט אפקויפן בלויז דערפאר, ווייל ער איז קלוגער. די איינציגע נפק"מ למעשה צווישן יענעם און מיר איז נאר דאס, אז ער, מיט זיין טיפערן מוח, איז בכוח אויפצוקומען מיט עפעס וואס מיין מוח קען נישט. פיין. אבער בכדי איך זאל עס מקבל זיין, דארף ער עס מיר מסביר זיין. בלינדערהייט אפקויפן א סברה איז נישט שכל'דיג, ווייל מאן יימר ער איז גערעכט: אפשר וועט עמיצער וואס איך נאך טיפער ווי אים אויפקומען מיט א נאך טיפערער סברה וואס וועט אים אפפרעגן לחלוטין? אויב איך פארשטיי עס אבער, קען איך זאגן אז "איך פארשטיי זיין סברה." דאס אלעס. און אויב איך פארשטיי עס נישט, איז עס *פאר מיר* נישט אמת. פאר אים קען עס זיין אמת; אבער נישט פאר מיר -- אזוי לאנג ווי איך פארשטיי עס נישט.
(אגב: כ'האב געזען א דאקומענטערי וועגן סאפיסטיקירטע טעארעטישע פיזיקס. איינער פון די פראפעסארן דארט איז מיט א צייט צוריק אויפגעקומען מיט א הנחה וואס הייסט "סופער גראוויטי". קיינער אין דער סייענטיפישער וועלט האט עס נישט אפגעקויפט, הגם קיינער האט נישט באוויזן אפצופרעגן זיין יסוד, וואס האט פארענטפערט רוב ברענענדיגע קשיות אין פיזיקס בעסער ווי סיי וועלכע אנדערע פאפולערע טעאריע. ער אליין זאגט אז ער האט זיך דערפון טיילווייז אפגעלאזט, ווייל היות דער סייענטיפישער עסטאבלישמענט האט נישט געוואלט אנערקענען אין זיין אויפטו, האט ער עס אויך נישט געקענט לערנען מיט זיינע תלמידים. בקיצור, כי ארכו הימים האט סייענס אנגעהויבן שענקען אויפמערקזאמקייט צו זיין אויפטו, מכוח אנדערע סיבות. זאגט דער פראפעסאר דארט פארן אינטערוויוער: איך האב אייביג געוואוסט אז איך בין גערעכט, נאר אין דער סייענטיפישער וועלט גייט עס פונקט ווי אין דער וועלט בכלל: עס זענען דא די אנגענומענע חכמים און חכמות, און אויב גייסטו קעגן שטראם ביזטו אפגעפרעגט, אפגעזען צי דו ביזט גערעכט אדער נישט.)
אבער זאגסט דאך אז כי ארכו ימים האט מען יא אנגעהויבן נעמען דעם טעאריע אין באטראכט. איז עס נישט וואונדערבאר אז די סייענטיסטן זענען זיך מתגבר אויפן נאטור צו גיין מיט די שטראם, און דאס פאסירט פעם אחר פעם? - סתם, רק להעיר בדרך אגב.
עס איז ריכטיג אז צום אמת'ן אמת קען מען נישט צוקומען אבער ווי כ'האב נאכגעזאגט פון רענדי פריער אין דעם אשכול, איז מעגליך צו זאגן אויף געוויסע זאכן: "דאס זיכער נישט!". ס'הייסט, כ'ווייס נישט אויב משה רבינו ליגט אין ג'בל מוסא אדער נישט, אבער אין וויליאמסבורג ליגט ער זיכער נישט. ודו"'קדער זייער תמציתדיגער ענטפער איז, אז דער אמת ליגט ביי יעדן און קיינעם. יעדער האט א שטיקל פון איין ריזיגן "אמת", צו וואס ס'איז אוממעגליך צוצוקומען. עכ"פ דא זיכער נישט. "שכר ועונש" מיינט זיכער נישט "האסטו א פראסק פארן נישט פאלגן" און "נאדיר א טייך אפרסמון פארן זיין וואויל". ס'איז אין א געוויסן זינען א המשך פון דעם לעבן דא, נאר אין אן אנדערער פארעם פון עקזיסטענץ, וואס פירט זיך, כלומר, מיט אנדערע "חוקי הטבע". מען קען עס אנקוקן עפעס ווי סייענס זעט היינט די טעאריע פון "פאראלעלע אוניווערסן": עס איז פאראן א בריאה, מיט כללים און געזעצן -- וואס קומט כמו המשך פון אונזער עקזיסטענץ דאהי.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס זאג איך, ס'איז נישט קיין אנגייענדע טעות, נאר א טעות וואס איז געשען אין די מאמענט פון די וועלט באשאף, ווען אונזערע חוקי הטבע האבן זיך געפארעמט, (טעות איז נישט די ריכטיגע ווארט דא, נאר ענדערש קאאינצידענס). אונזער וועלט האט דאמאלס באקומען געזעצן, און די געזעצן דיקטירן אז די זון גייט מארגן אויפשיינען אויף מזרח. גלייבסט מיר נישט? ווארט צו אפאר שעה וועלמער זען צו איך בין גערעכט אדער נישט.
זייער שיין געשריבן, אבער דו האסט מיר נישט געזאגט פון וואו דו ווייסט דאס. אפשר דיקטירן די געזעצן וואס מיר האבן דעמאלט באקומען אז שנת תשע"ד זאל די זון אויפשיינען פון מערב? בשלמא איך גלייב אז דאס וואס די זון האט ביז יעצט אויפגעשיינט יעדן טאג פון מזרח ווייזט אויף א סדר אין די בריאה, ממילא שטעל איך זיך פאר אז ס'איז דא עפעס א געזעץ אונטער דעם וואס זאגט אז די זון זאל שטענדיג אויפשיינען פון מזרח, אבער דו זאגסט דאך אז דאס וואס די געזעצן דיקטירן אז ביז שנת תשע"ד יעצט זאל די זון אויפשיינען יעדן טאג פון די זעלבע פלאץ איז פשוט א קאאינצידענט, עס ליגט נישט קיין שום סדר אונטער דעם, ממילא קען זיין אז אין די געזעצן שטייט פערצופאל אז שנת תשע"ד זאל די גאנצע וועלט ווערן תוהו ובוהו, דו האסט נישט קין שום גאראנטי צו וויסן וואס עס שטייט אין די געזעצן אזוי לאנג ווי די זעסט עס נישט פאר דיינע אויגן. פון כאאס און צופאלן קען מען נישט מאכן קיין שום הנחה אויפ'ן עתיד.
לויט ווי איך פארשטיי זענען מיר מחולק וואו מיר שטייען אין משל, דו זאגסט אז די מאנקי האלט אינמיטן שרייבן, יעדע אות וואס די מאנקי שרייבט ווייטער וואס מאכט סענס איז נאך א נס\קאאיצידענס\טעות, ממילא יעדע צוגעקומענע אות ווערט די פראביביליטי אז די נעקסטע אות גייט אויך זיין צום דבר מולטיפלייעד ביי די מספר אותיות אינעם אלפא ביתא, ממילא לאגיק דירטירט מיר אז די נעקסטע אות גייט ער מאכן א טעות. איך זאג אבער, און דאס דוכט זיך זאגט די אינפיניט מאלפע טעארעם, אז אונז האבן מיר שוין א פארטיגע אפגעשריבענע ביכל פון אלע שייקספירס ארבעט, מיר האבן א יוניווערס וואס ארבעט שוין יארן אויף א ספעציפישע וועג, מיט געוויסע געזעצן וואס טוישן זיך נישט, די געזעצן, די חוקי הטבע זענען די נמשל פון 'העמלעט', נישט די זון אויפגאנג פון היינט איז פעידזש 271 און די זון אויפגאנג פון מארגן איז פעידזש 272.
איך זאג נישט אז דער מאלפע האלט אינמיטן שריייבן, (כאטש איך האלט גראדע אז דאס איז אויך אמת לויט דיין הבנה) איך זאג נאר אז דו האלטסט אינמיטן ליינען. דאס איז ממש גלייך צו מיין משל, דו ליינסט יעצט א שוין געשריבענע מאלפע-האמלעט, צייט האלט אינמיטן אויפוויקלען די שוין געשריבענע געזעצן. אזוי לאנג ווי דו האסט נישט אפגעליינט דעם גאנצן בוך, אזוי לאנג ווי דו האלטסט נישט ביי די ענד אוו טיים, קענסטו נישט זאגן וואס דארט שטייט. מיר האבן שוין טאקע דורכגעליינט א פערצן ביליאן בלעטער, אבער עס זענען דא נאך ביליאנען בלעטער און מיר האבן נישט קיין השגה וואס דארט שטייט. אויב דו מאכסט נישט פריער א הנחה אז די איבריגע בלעטער מוזן זיין געבויט אויף סדר, דעמאלט איז פונקט אזוי מעגליך אז נאך שנת תשע"ד, דאס הייסט, נאכ'ן עקזיסטירן פאר פערצן ביליאן יאר מיט טשעינדזש, איז דער אוניווערס געפראגראמט צו גיין קראכן.
האדם לא נברא אלא להתענג