ממש אויף דיין גאס וואוינט א איד וואס קען כל התורה כולה ממש.
א איד וואס איז יושב באהלו של תורה מיום עמדו על דעתו.
א איד וואס זאגט וואס ער האלט, אפילו ווען קלויזענבורגע רב זצ"ל האט געהאלטן להיפך (אפילו בחייו)
נישט נאר איז ער א בקי אין נגלה און נסתר, נאר יעדע חסידיש ספר, פולישע, גאליציאנע, רוסישע, און אפילו אונגערישע האט ער א קראנטע ידיעה.
ווען מענטשען וואלטן געהאט שכל (און ס'דא מאנכע וואס פארמאגן גראדע) וואלט מען געלאפן צו דעם איד פאר א ברכה, אדער אפילו א נערישע שאלה, אבי צו האבן עטוואס א שייכות מיט דעם איש צדיק.
ס'וועט קומען א צייט, וואס דיינע אייניקלעך וועלן דיך פרעגן צו זיידי געדענקט נאך דעם ראגאשטובער... עמממ, סארי... "רעב פישעלע", וואס וועט איר ענטפערען "עמממ, ס'אמאל געווען אזא זאך ווי סאטמאר... און ער איז געווען איינגעשטעלט אין קלויזענבורג..."
אבער זיידי -וועט דיין אייניקעל פרעגן- דו קומסט דאך פון וויליאמסבורג, רעב פישלע האט דארט געוואוינט, ריכטיג? און דו ביסט קיינמאל נישט אריין צו אים? מיין דיין רירט זיך נישט אן זיינע פסקים.
רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו"ש [ז"ל]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4521 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל
דער אשכול פארמאגט 140 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן