קאווע טרינקער האט געשריבן:שמשון ב''ר רפאל למשפחת הירש?
ס'איז דא פריער. פילע פון די איטאליענישע רבנים האבן שטודירט אין אוניווערסיטעט.
ווער האט בכלל געגרינדערט די אומיווערזיטעטן אין איטאליע אויב נישט די רבנים פון מיטלאלטער?! אין די תקופה פון ר"ע מברטנורא און שפעטער, אויב נישט ער אליין. דאס איז געווען די פרנסה פון טייל רבנים וועלכע האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען מיט די קינדער פון די רייכע גויים מאטעמאטיק, אסטראנאמיע און מעדיצין.
איך ווייס נישט פון ווען דו רעכנסט די ערשטע אבער דער שאפראנער רב ז"ל און אויך ר' יעקב יצחק ניימאן ע"ה דער מאנטריאל פאפא רב האבן געהאט דיפלאמא'ס ווען זיי זענען אנגקומען לערנען אין ישיבה. די מעלה פון דעם איז אז אויב ס'קומט איינער אן אויפגעקלערטער און האט א וויכוח מיט'ן רב קען ער נישט אוועקמאכן און זאגן עה, ס'איז א פארכניאקטער רב.
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'ווערט מיר שפעט, דאס מאל וועט זיין א בחינה פון הוא מותיב והוא מפרק.
תשובות
א) הרב אלחנן הלפרין, יאריך ה' ימיו ושנותיו.
איך צו צוריק. אין המודיע, ענין, איז געווען באשריבען א רב וואס האט געפייערט זיין 100'סע געבורסט טאג. לויט ווי ס'שטייט דארט, איז ער שוין רב אויף יענע פלאץ נאך פאר די קריג. ע"כ דארף מען מבקר זיין עוד הפעם, צו ער קען זיך פארמעסטן מיט ר' חנה. מי קודם למי.
שו"ת התעוררות תשובה, אויף יעדן עמוד פון דעם תשובה ספר שטייט ארויף געדרירקט "להלכה ולא למעשה".
דעם ניגון "שמח נפש עבדך" פון ר' משה גאלדמאן האט ער פארפאסט אויף דער פארלאנג פון ר' חיים ארי' ליפשיץ פארענדיק אין א קאר, ר' משה ז"ל האט צוביסלעך אנגעהויבען צו זינגען פארשידענע תנועות, ביז ער האט געריקט איין תנועה פארענט דער אנדערע פון אונטען, צוביסלעך איז ארויס געקומען דער גאנצע ניגון, דערנאך איז געקומען דער צווייטע חלק פון ארויף לייגען ווערטער צום ניגון, ביז ער האט אנגעטראפען די ווערטער פון "שמח נפש עבדך", ס' האט גענומען בערך א שעה אין א האלב.
נישט א זין פון הרב ש"ך? עפעס א מעשה פארציילן די חסידים אז הרב ש"ך האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז דאס איז געקומען צוליב דעם וואס ער האט נישט געזינגען זמירות ביים שבת טיש, אבער יא אבער ניין.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
די מעשה גייט אז הרב שך האט געהאט א שכן א אדם פשוט (כמדומה לי דער טאטע פון הרב משה און הרב אלי' שטערנבוך), וואס האט זוכה געווען צו קינדער רבנים משא"כ הרב שך אליין, דערציילט מען אז ער האט געזאגט אז די חילוק צווישן מיר און אים איז, אז איך פלעג מיר יאגן ביי די סעודות שבת כדי עס זאל נישט זיין קיין "ביטול תורה", אבער ער האט עוסק געווען שעות אריכות און זמירות שירות ותשבחות, און דאס האט אריין געברענגט אין זיי א אהבה צו עבודת ה'. צו די מעשה איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, וואס איז זיכער איז אז פון די ליטווישע בני ישיבות וועט מען עס נישט הערן....
ר' משה שטערנבוך האט אלץ קינד געוואוינט אין לאנדאן. זיין טאטע איז אוועק ווען ר' משה איז געווען א קינד בגיל 9.
להעיר אז אפילו אויב די מעשה איז אמת האט דאס פאסירט אין ליטא, אינדערהיים, נישט אין בני ברק..
איך האב גראדע יא געהערט די מעשה פון מיין ליטווישע ראש ישיבה, וועלענדיג מיט דעם ארויסברענגען די וויכטיקייט פון פארברענגען מיט די קינדער, לאו דווקא זינגען זמירות איינמאל א וואך וכו'
אזוי צו אזוי, איז די מעשה נישט אמת מטעם הפשוט, ווייל אפרים הנ"ל איז געווען א מרביץ תורה ומחבר ספרים.
אבער דאכט זיך אז זיין טאטע האט נישט געהאט קיין קשר מיט אים.