רבי יואליש מארגענשטערן לעבט נאך עמו"ש

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

רבי יואליש מארגענשטערן לעבט נאך עמו"ש

שליחה דורך זר זהב »

ממש אויף דיין גאס וואוינט א איד וואס קען כל התורה כולה ממש.
א איד וואס איז יושב באהלו של תורה 24/7 מיום עמדו על דעתו.
א איד וואס זאגט וואס ער האלט, אפילו ווען ס'האט אים כבוד נישט געברענגט.
נישט נאר איז ער א בקי אין נגלה און נסתר, נאר יעדע חסידיש ספר, פולישע, גאליציאנע, רוסישע, און אפילו אונגערישע האט ער א קראנטע ידיעה.
ווען מענטשען וואלטן געהאט שכל (און ס'דא מאנכע וואס פארמאגן גראדע) וואלט מען געלאפן צו דעם איד פאר א ברכה, אדער אפילו א נערישע שאלה, אבי צו האבן עטוואס א שייכות מיט דעם איש צדיק.

ס'וועט קומען א צייט, וואס דיינע אייניקלעך וועלן דיך פרעגן צו זיידי געדענקט נאך דעם ראגאשטובער... עמממ, סארי... "רעב יואליש'ל", וואס וועט איר ענטפערען "עמממ, ס'אמאל געווען אזא זאך ווי מלכות סאטמאר... און ער איז געווען איינגעשטעלט אין בני יואל סאטמאר..."
אבער זיידי -וועט דיין אייניקעל פרעגן- דו קומסט דאך פון מאנראו, רעב יואליש האט דארט געוואוינט, ריכטיג? און דו ביסט קיינמאל נישט אריין צו אים?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

ער האט אמאהל געזאגט וואס ער האלט אפילו עס איז געוועהן פארקערט ווי דער רבי זי"ע?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

הונדרעט פראצענט זר! דער איד איז א בקי בכל התורה כולה!
אשאד אז ר' פישעל'ע איז אנגעקומען קיין וויליאמסבורג און ר' יואליש אויף קרית יואל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

דער אשכול דערמאנט מיר פון נאך צוויי אזעלכע אידן ר׳ מרדכי דוד קאהן און ר׳ מייליך לאנדא שליט״א, אויך בקיאים בכל התורה כילו עוסקים בתורה 24/7
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

זר און בדחן, א פיינעם וויץ.
ס'דערמאנט מיך א מעשה, א ליטווישע אידל האט זיך אמאל גרויס געהאלטן פאר א תמימותדיגע מאנראו אינגערמאן אז לערענן קענען די ליטאים בעסער ווי די חסידים, והא ראי' ר' משה פיינשטיין, קיין איינער פון די היגע חסידישע גדולים קומען נישט צו צום קנעכל פון ר' משה אין לערנען,
זאגט אים דער מאנראו'ער: וואס רעדסטו ! לא מבעי' ר' יואליש פּאַקט איין ר' משה, נאר אפילו ר' געציל האט זיך אויך נישט מיט וואס צו שעמען...

ערענסט גערעדט איז עס דברים פשוטים מאד אז עס איז קיין שום פארגלייך. (ר' ישראל חיים מנשה, למשל, פלעגט נישט רופן ר' יואליש און נישט ר' מרדכי קאהן זיך דורכרעדן א שווערע שאלה, ער פלעגט רופן ר' פישעלע. והדברים ידועים.).
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

איך האב נישט געזאגגט אז איינער איז מער אדער ווייניגער, איך האב בסך הכל אויסגערעכענט נאך צוויי מענטשן וואס איך ווייס אז זיי קענענן כל התורה כילו, און לערנען 24/7
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך האב נישט געזאגט ער איז ווי אים אין תורה. קוק וואס כ'האב היילייטעד.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

איך זעה מען מושט דא צוויי זאכן:
עס איז דא "בקיאים" קענען כל התורה כולו, כדוגמת ר' חיים קנייבסקי (יא קוק מיר נישט אהן, ער איז "נישט" קיין פוסק) ר' יואליש, ודעימיה.
דאן אז דא "פוסקים" כדוגמת הרב וואזנער, ריח"מ, ר' פישלע, וכו'.
דער חילוק צווישען די צוויי איז ווי א צווישען א דאקטער אין א קאלעדזש פערפעסער, וד"ל.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

רבי חיים איז נישט פון קיין פוסק?! פארוואס ווייל אינדערצייט וואס אנדערע זעצען זיך לערנען די סוגיא כנתינתן מסיני, פרישע סחורה, קומט רבי חיים מיט א ראיה און הוראה ברורה, און פסק'נט אפ הלכה למעשה.
דער גר"א איז נישט געווען קיין פוסק? ווייל ס'נישטא קיין תשובה ספר פון אים. אתמהה.
יעדע שורה פון דרך אמונה להגר"ח איז זיבען בלעטער אין שו"ת ******,

ר' מענדל זילבער איז א גרעסערע דיין ווי רבי ניסים קורליץ? לכאורה יא, ווייל יעדע דין תורה איז א תשובה אין מאזני צדק, משא"כ פון רבי ניסים איז נישטא נאר חוט השני וכו'.

נעם עני תשובה, פון עני משיב אחרון וועסטו זעהן אז רוב פון די תשובה איז חידושי שמעתתא אויף די סוגיא, גארנישט מיט די עצם פסק.
Under influence
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

ניין!!!!
די חילוק איז ווי דערמאנט, טאקע דאס אויף וואס זיי לייגן דעם דגוש, צו נאר לאסוקי שמעתתא צו אויך אליבא דהלכתא.
אגב, ר' חיים אליין זאגט אויך אז ער פסקנ'ט נישט, און נישט אלס ענוה, נאר ווייל ער האט נישט קיין שימוש (דאכט זיך מער אז ער האט אויך נישט קיין הוראה, אבער דאס בין איך שוין נישט זיכער).
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל

שליחה דורך שלשלת »

כווייס נישט צו ער האט שימוש צו נישט, אבער יעדע הלכה'דיגע שאלה וואס מען שיקט צו איהם, באקומט מען צוריק פון איהם א געשריבענע תשובה
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

עה... ער האט נישט קיין שימוש. פון וואו זאל ער האבן?
פון זיך דרייען בעפר רגליו פון די חזון איש? פון נתגדל ווערן ביים טאטען די סטייפלער?
איך זעה נישט פון וואו ער האט געקענט האבן שימוש. ער האט קיינמאל נישט געלערנט אין בית תלמוד להוראה קארלסבורג.
הוראה האט ער אויך נישט. נאר יעדע ראצער לבית טייטלבוים הורביץ רובין האגער הלברשטאם, זיי האבן הוראה...

די איינציגסטע סברה צו זאגען אז רבי חיים האט נישט קיין הוראה איז אז ער איז א סקווירא חסיד, מצד אבותיו, און אין סקווירא איז געווען א קפידה נישט צו האבן הוראה... (בד"וו, אין דושינסקי איז אויך דא דעם קפידה, אז מ'געט נישט הוראה נאר פאר איינער וואס קען..)

איך זאג נאכאמאל בקיצור, ספרי שו"ת, עכ"פ פון די היינטיגע זענען אן עדות אויף שכחת התורה. איינער וואס האט די תורה פתוחה לפניו האט נישט קיין חקירות און ספיקות, ווייל יעדע צד איז נאר א מראי מקום דא א תוספת דארט וכו'
Under influence
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קאווע טרינקער האט געשריבן:יעדע שורה פון דרך אמונה להגר"ח איז זיבען בלעטער אין שו"ת שבט הלוי.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

זר זהב האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט ער איז ווי אים אין תורה. קוק וואס כ'האב היילייטעד.

די זעלבע היילייטעד איז געזאגט געווארן אויף ר' אלימלך לאנדא און ר' מרדכי דוד קאהן, זאת ועוד יותר, די אלע דריי זענען נישט קיין מנהיגי הדור, דער חילוק איז נאר ר' אלימלך און ר' מרדכי דוד ווייסן אז זיי זענען נישט קיין מנהיגי הדור, ווידער.... וכו'
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

יידל האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:יעדע שורה פון דרך אמונה להגר"ח איז זיבען בלעטער אין שו"ת שבט הלוי.

איך קען נישט אזוי גוט שבט הלוי, אבער לויט וויפיל איך האב שוין יא געבליקט דארט, דאכט זיך ער איז בכלל נישט קיין מאריך, ברענג א צווייטן משל, איך ווייס נישט אויב ס''איז דא תשובות פון 7 בלעטער דארט

אגב בנוגע ר' חיים, אפשר איז מען מסביר וואס הייסט א פוסק? אין מיינע אויגן הייסט א פוסק איינער וואס קען דיר פסק'נען א שאלה, ר' משה ארי' דער ירושלימער רב האט אויך נישט געשריבן קיין תשובות, אבער ער איז געווען א פוסק, האסט אים געפרעגט און ער האט געענטפערט, והוא הדין אסאך היינטיגע רבנים אפילו זיי שרייבן נישט קיין תשובות
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

סארי פארן אריינהאקען אין דעם שמועס העומד ברומו של עולם,
זר'ס אשכול דא, - גע'עפענט 17 מינוט נאך דעם אשכול, דערמאנט מיך פון משה געציל'ס תגובה דא אויף מיין תגובה דארט.

---
שרייבער האקט.
דעם ציטאט האט יידל מאדיפייעד. ס'נישט מיין לשון, כ'נעם נישט קיין אחריות.
כ'האב זיך גראדע געוואונדערט פארוואס יידל כאפט אן פונקט שבט הלוי, וואס האט גראדע מער קורץ געשטימטע תשובות.
Under influence
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

אקעי אלעס שטימט, כ'האב מיר געוואונדערט פארוואס זר האט זיך יעצט אויפגעוועקט מיט ר' יואליש, אפשר מאכט ער חתונה א קינד און מען דארף צוזאמען שטעלן געלד, יעצט פארשטיי איך שוין
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

זר זהב האט געשריבן:א איד וואס איז יושב באהלו של תורה 24/7 מיום עמדו על דעתו.

שוין פארסירט???
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

פין ווי ווייסט מען ער קען תורה התורה כולו ? ווער האט אים פארהערט ? ווי זענען זיינע תשובות ?
לויט מיינע ידועות קען ער אויס געצייכנט מסכת פסחים, אויך נישט אוועק צי מאכן צי קענען איין מסכתה אין ש"ס

אבער כל התורה איז זייער ווייט ער איז בכלל נישט אין די קרייטערי מענטשן ניטאמאל גוט פאר א ליצנות

נאר וואס דען

ס'איז דא מענטשן וואס זיכן צי שטיפן זיין אגאנדע פארקויפט מען אז מען רעדט פין א ר' חיים קנייבסקי
ער קען בערך וואס ר' מאיר אליעזר פריעדמאן מיט ר' חיים יאסל ווערצבערגער קענען
MickyMouse
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך MickyMouse »

ר׳ יצחק לעבאוויטש קען כל התורה און לערנט יום ולילה בדחקות. דארף איך אים גיין באזיכן?
אמור מעט ועשה הרבה.
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

הרב הגאון ר' מאיר צוויבל קען כל התורה כולו מען קען פרעגן רוב ש"ס מיט מפורשים בעל פה
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ר' יצחק לעבאוויטש?
מוזט נישט גיין, אבער אז דו וועסט גיין וועסטו הנאה האבן.

viewtopic.php?f=42&t=1510
וירח ה' את ריח הניחוח
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

זלמן זאפיר האט געשריבן:פין ווי ווייסט מען ער קען תורה התורה כולו ? ווער האט אים פארהערט ? ווי זענען זיינע תשובות ?
לויט מיינע ידועות קען ער אויס געצייכנט מסכת פסחים, אויך נישט אוועק צי מאכן צי קענען איין מסכתה אין ש"ס

אבער כל התורה איז זייער ווייט ער איז בכלל נישט אין די קרייטערי מענטשן ניטאמאל גוט פאר א ליצנות

נאר וואס דען

ס'איז דא מענטשן וואס זיכן צי שטיפן זיין אגאנדע פארקויפט מען אז מען רעדט פין א ר' חיים קנייבסקי
ער קען בערך וואס ר' מאיר אליעזר פריעדמאן מיט ר' חיים יאסל ווערצבערגער קענען

אנטשולדיגט, איך מיין רבי מאיר אליעזר קען מער, אפגערעדט פון זיין יראת שמים כעדות רבו הגה"ק רמ"א פריינד
פארשפארט