יאיר האט געשריבן:אה, וועלקאם מוח שליט! כ'האב שוין געווארט זאלסט אריינקומען מאכן סדר. אלזא, לאמיר זען. קודם, בנוגע עוואלוציע, איך מיין אז דאס גיבט נאר פאר די יוניווערס א געוויסע סעט פון באשטימטע רולס וואס נאטור פאלגט עס, אבער דאס נעמט נישט אוועק קיין כי הוא זה פון די וואונדערליכקייט פון די רולס, ווי אזוי אלעס איז אויסגעשטעלט אז עס זאל קענען ארבעטן אין הארמאני און פארן אויף א געוואלדיגע סיסטעם.
ב - יעצט בנוגע גאט און שאנס. ווי איך האב פריער געשריבן, איך ווייס נישט אויב גאט האט א שייכות מיט די דעזיין וואס איך זע אין די יוניווערס, על כל פנים, לאגיש קען איך דאס זיכער נישט אויפווייזן. מיין ציל איז נאר צו אויפווייזן אז אויב עס איז פארהאן עפעס וואס מיר רופן 'דעזיין' דעמאלט זענען די חוקי הטבע נכלל אין דעם.
ג - איך בין מסכים אז גאט האט נישט קיין הגדרות, איך בין אויך מסכים אז די הגדרות זענען נאר די גבולים וואס באצייכענען יעדע זאך. דער עצם זאך אליין קען מען נישט מסביר זיין מיט לאגיק, ווייל לאגיק זאגט דאך נאר די הגדרה. די עצם זאך אליין דארפן מיר משיג זיין מיט אונזער געטליכע כוח וואס מיר רופן קאנשעסנעס. אין אנדערע ווערטער, ווען מיר ווילן אויפווייזן אז עפעס וואס האט נישט קיין הגדרות עקזיסטירט (גאט) גייען מיר נישט קענען נוצן קיין לאגישע הוכחות, ווייל לאגיק איז מוגדר. און יעדער וואס רעדט זיך איין אז ער האט לאגישע ראיות אויף גאט עקזיסטענץ האט נישט צופיל אויסזיכטן צו געווינען א דעבאטע.
למעשה מוזן מיר אבער פארשטיין וואס דער בלתי מוגבל גאט איז, און דערויף קען מען נוצן אונזער אינטואיציע. מיט אינטואיציע קענען מיר 'שפירן' (כאילו) וואס אלקות איז. נאכדעם ווען מיר קומען צוריק צו די מוגבל'דיגע וועלט און מיר וועלן דעסקרייבן ווי אזוי דער בלתי מוגבל שפירט זיך, וועלן מיר נוצן אזעלכע ווערטער ווי 'חכמה', 'טוב' 'נצחיות', וכדו'.
אבער מיין הבנה איז אז למעשה ווען מיר רעדן פון גאט, מוזן מיר נוצן אזעלכע ווערטער ווי חכמה, מיר קענען נישט סתם זאגן בלתי מוגבל און פארטיג, ווייל דעמאלט איז דאס נישט גערעדט לאגיש, און כדי מיר זאלן פארשטיין מוז מען דאך רעדן לאגיש (אפילו מיר ווייסן אז באמת איז דאס נאר כעין א הגדרה, נישט אן עכטע הגדרה).
ועוד פארשטיי איך נישט, מיט וואס טוסטו אויף אז אלעס קען פאסירן אין א בלתי מוגבל? איך וויל דאך נישט אז אלעס זאל קענען פאסירן, איך וויל דאך אזא גאט וואס נאר חכמה קען פאסירן דורך דעם. דאס קען מיר ערקלערן די עקזיסטענץ פון חכמה אין די בריאה. אויב אלעס קען פאסירן בפועל דורך דעם איז דאך דאס גארנישט בעסער ווי טשענס, און אויב אלעס קען פאסירן אויף א בלתי מוגבל'דיגע לעוועל, האסטו דאך ווייטער גארנישט געזאגט. אין מיינע אויגן איז דאס פונקט ווי רעדן פון א גאט וואס איז איינס און דריי אויף איינמאל.
ביטע זאג מיר צו מיינע רייד מאכן בכלל סענס, ווייל איך בין אליין נישט קלאר דערין.
פשיהאא, שקויעך פאר אזא ווארעמע אויפנאמע.
א- און ב-. איך וועל מוזן בעסער דורכליינען דיינע פריערדיגע תגובות. פון דיינע קורצע ווערטער דא פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס דו זאגסט. בנוגע א- פארשטיי איך נישט פארוואס דו האלטסט אז מלחמת קיום, און 'נצחון פון דער וואס איז מער געאייגנט פאר נצחון' [survival of the fittest], זענען עפעס וואונדערליך. בנוגע ב- פארשטיי איך נישט פשוט פשט. וואס מיינט אז חוקי הטבע זענען נכלל אין דעזיין. כאמור, דארף איך פשוט איבערקוקן וואס דו האסט אויבען געשריבן. אויב קענסטו מיר לינקען די וויכטיגע שטיקלעך שכתבת למעלה וועל איך דיר בענטשען מיט א ברכת הדיוט מהודר.
ג- פאראגראף 1. אפשר קען אבער לאגיק מאכן ללעג ולקלס פון דאס גאנצע מציאות פון הגדרות אלס דער אולטימאטער עקזיסטענץ. אויב איז אמת אז עס איז א סתירה מניה וביה צו זאגן אז הגדרות זענען די עקזיסטענץ זעלבסט, כנ"ל און מיין פריערדיגע תגובה, קומט אויס אז לאגיק שטופט מיך ארויס פון הגדרות.
אמת, ער קען מיט מיר נישט מיטקומען ווייטער. ער זאגט מיר אבער זיי מיך שולל, איך בין א אויבערפלעכליכע מהלך. וכמו שכתבתי למעלה אז איינמאל מען פארלירט דעם טעותדיגען מיינדסעט בלייבט מען איבער מיט די מציאות כאשר הוא.
קומט אויס אז לאגיק קען יא אריינרעדן און מיך שטיפן צו די 'גאט הייפאטעסיס'. מיט דעם אלעם בין איך אויך מסכים צו וואס דו זאגסט, אז 'גאט' איז נישט קיין הגדרה ומושג וואס מען איז משיג, מען קען עס/אים נאר לעבן און זיין.
ג- פאראגראף 2. ליידער האב איך נאכנישט 'געלעבט' בלי גבול, דעריבער קען איך נישט רעדן וויאזוי איך וועל דאס עקספלעינן. דאס איינציגע זאך וואס איך קען רעדן פון, נאך זייענדיג 'דא', איז אז דאס איז עפעס א נקודה פון אחדות. פשוט ווייל 'בלי גבול' קען במציאות נישט האבן צוויי. צוויי מיינט דאך אז ערגעץ ענדיגט זיך א' און עס פאנגט זיך אהן ב'. אהה א רגע, איך פארשטיי אויך אן ענין פון 'טוב'. פשוט ווייל איך פארשטיי אז די אפטייטש פון שלעכט איז אז עפעס שטערט און שלאגט זיך מיט מיר. נו, אויב איז נישטא גארנישט אינדערויסען פון מיר, איז דאך נישט דא קיין רע. איך וואלט עס נישט גערופען טוב, איך וואלט נאר געזאגט אז עס איז נישט דא קיין שלעכטס. [און פאר אונז מענטשען וואס לעבן און א וועלט פון צער, איז דאס גופא טוב. ווייל טוב איז פשוט די געשמאק פון די עלימינאציע פון רע]
ווארט ווארט, איך בין אויך מסכים אז קיין טיפשות איז נישט שייך ביי בלי גבול. עס איז נישטא קיין מקום פאר טיפשות וטעות, עס איז פשוט נישטא קיין אנדערע צד. [ולפי"ז איז אויך אמת אז ביחס צו אונזער הגדרהדיגער וועלט וואס איז פול מיט טעותים וואס מיר מאכן און לעבן דערמיט, איז טאקע יא שייך צו רופען דעם בלי גובל א וועלט פון חכמה. ווייל חכמה איז פשוט די העדר פון טעותים]
ג- פאראגרף 3. איך פארשטיי אביסל אנדערש. וכעין מה שכתבתי אויף פאראגרף 1. פארוואס קען איך נישט מסביר זיין לאגיש פאר א מענטש אז ער זאל אויפהערן צו ניצען לאגיק אלס א tool זיך צו ברענגן, לדוגמא, צו אהבה? אפשר קען מען אים קאנווינסען לאגיש אז ער זאל אפלאזען זיין מוח, און לאזן זיין לב שולט זיין. חאטש אז די הארץ ארבעט נישט מיט לאגיק. אפשר קען מען האלטן ווי שיטת השלילי, אז מען קען לאגיש אויפווייזען די שלילות וטעות פון הגדרות, און דאס זאל מיך צושטיפן אז איך זאל מיך לאזן ווערן איבערגענומען פון מיין טיפערע בלי הגדרותדיגע מציאות?
ג- פאראגראף 4. אמת, בלי גבול קען מאכן טיפשות אויך. די בריאה איז פול מיט חכמה און אויך פיל מיט טיפשם וטיפשות. דאס איז אלע פון דעם בלי גבול. טיפער גערעדט, יעדע הגבלה גמורה, איז א טעות. ווייל דער הגבלה וואס זעהט נאר דעם מוגבלדיגען מציאות, זעהט נישט דעם גאנצען בילד, דעם אמת'ן בלי גבולדיגען בילד. נמצא אז די גאנצע וועלט פון הגבלה איז א וועלט וואס איז ביסודו טעות וטיפשות. מצד שני אבער, אויף וויפיל דער בלי גבול שטעלט יא אויס חכמה איז וויל ער דאס און ער טוט דאך וואס ער וויל. קומט אויס אז אויף וויפיל איך זעה חכמה אין די בריאה, ווייס איך אז אט דער מאס חכמה האט ער געוואלט אהערשטעלן דא. קיינער קען דאך אים/עס נישט אפהאלטן, ער האט נישט קיין מגביל.
ומבשרי אחזה, איך קען אין מיין מוח, מיין בלי גבולדיגע קאנשעסנעס, דמיונ'ן און אויפבויען קאמפליצירטע Rube Goldberg סטרוקטערס, און איך קען אויך אהערשטעלן אין מיין חלום טיפשים וטיפשות וואס גארנישט שטימט נישט איינס מיטן צווייטן. אז איך וועל דערציילן מיין חלום ודמיון פאר מיין חבר, איז לויט וויפיל חכמהדיגע זאכן איך האב געמאכט וועט ער וויסען אז אט דער לעוועל פון חכמה האב איך געוואלט אין דעם ספעציפישען חלום. בלי גבול קען אוודאי מאכן פיל מיט חכמהלעך, אבער ער מוז נישט. ועולם הטיפשים יוכיח.
איך בין בכלל נישט קלאר אין די ענין פון שאנס. דאס ביסל וואס איך פארשטיי קוקט מיר אויס אז דער פארבלעם מיט שאנס איז אז בתוך תוכן איז עס איז א סתירה פונקט ווי א סתירה פון זאגן א רונדיגע מרובע. נעם א קאמפיוטער - עס האט סך הכל כך וכך פיזישע שטיקעלעך אין דעם מאמעברעט. די הגדרה פון יעדע שטיקל באזינדער איז אז עס האט נישט קיין אייגענער כוח פון זיך קאמבינירען אויף א ספעציפישע מייסטערפולען אופן. פונקט ווי דו פארשטייסט אז אויב זאגסטו אז יעדען אינדערפרי האט זיך איין קליין שטיקעל chip, צוגעטעשעפעט צו א צווייטען אויף א מייסטערפולען אופן, וכן הלאה, ביז עס האט געבויעט דעם ענדגילטיגען קאמפליצירטע מאשין, האסטו מיט דעם געשאפען א קביעותדיגע הגדרה. דהיינו דו האסט אוועקגעשטעלט אז די הגדרה פון די זאך איז זיך צאמצושטעלן מיט אנדערע זאכן אז עס זאל ארויסברענגן א מעסטערפיס. מצד שני שרייסטו דאך אז די טשיפס האבן בכלל נישט דעם הגדרה. קומט אויס אז דאס איז א סתירה.
דער עיקר וואס מען פארדינט פון בלי גבול, איז אראפנעמען די ווייטאג פון סתירה אויף אלע לעוועלס. מען דארף נישט קיין הסברים, מען וויל נאר נישט קיין סתירה. פארוואס א וועלט? פארוואס נישט? סתירה אבער, איז שוין עפעס אנדערש.
איך בין נישט איבערצייגט אז
איך מאך סענס, ווי קען איך זאגן צו
דו מאכסט סענס?
אין לך יום שאין קלקלתו מרובה מחבירו. יעדען טאג קען מען זעהן אז מען האט געמאכט נאך א טעות.
די אלע תורהלעך וואס איך שרייב דא איז ביי מיר נישט אזוי חשוב. באמת פרוביר איך צו זאגן ווי ווייניגער פילוזופישע תורהלעך. בעיקר וויל איך נאר שולל זיין פון מיר טעותים. און פשוט האבן דירעקט עקספעריענס פון מציאות. אמממ... נישט ממש ריכטיג. בעיקר וויל איך ענדזשויען לייף. פשוט ווייל דאס גלוסט זיך מיר און איך זעה נישט פארוואס נישט. עס קוקט מיר אויס עפעס אז הגדרות והגבלות זענען אן אינטערסאנטע טשאלענדזש פון די געים אף לייף. די fun איז זיך כסדר ארויסדערזעהן דערפון. יעדע סטעפ איז fun. יעדע סטעפ פון love, און אחדות, איז זיס און געשמאק ומבשרי אחזה... רוף עס אחדות, רוף עס בעלשעמסקע יחודים וואס ווען מען טוט דאס לעבט מען אין ימות המשיח, רוף עס נירוואנע. איטס אלל די סעים.
מיר זענען געבענטשט אז דער בעש"ט האט דאס אונז אזוי שיין געוויזען. נו נשמה'לע העלף מיך ארויס דא.
יאיר, איך האף אז דו גייסט נאך רעדן צו מיר נאך אזעלכע פלוידעריי.