מעמד אדיר וקדוש "חומותיך וויליאמסבורג" קעגן טעכנאלאגיע

באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

מעמד אדיר וקדוש "חומותיך וויליאמסבורג" קעגן טעכנאלאגיע

שליחה דורך שעפטל »

השם הוא האלוקים, השם הוא האלוקים!

מיט די דאזיגע ווערטער ווערט געשלאסן די היינטיגע הייליגע נאכט וואס וויליאמסבורג האט היינט מיטגעלעבט במקהלות רבבות עמך בית ישראל ביים מעמד אדיר וקדוש "חומותיך וומסב"ג" בראשות גדולי הרבנים דמתא שליט"א פון איבער די גאנצע שטאט און גדולי ומאורי הדור שליט"א, וואו רבבות ישראל האבן נישט אויפגעהערט שטראמען במשך דעם גאנצן מעמד, און דאס התעוררות וואס נעמט אצינד ארום די אלע וואס האבן דאס מציטגעלעבט איז עפעס וואס מען קען נישט איבערגעבן, עפעס וואס מען קען נישט שילדערן, און עפעס וואס מען קען נישט אראפלייגן מיט בלויז טרוקענע ווערטער, און יעצט ווען דער ציבור איז אויפן וועג אהיים שפורט יעדער אין די ביינער א אויסטערלישער שטורעם פון התעוררות דקדושה וואס איז אריינגעבלאזן געווארן אין יעדעס אידיש הארץ, זיך צו וועלן רייניגן בחשבה און זיך צו רייניגן במעשה, דורכן באגרעניצן יעדע סארט מינדערוויכטיגע באנוץ פון די טמאנע כלים וועלכע זענען מכלה מנפש ועד בשר.

בעפאר מיר גייען צו צי באריכטן די הויכפונקטן און קורצע נקודות פון דעם מעמד אדיר וקדוש, מוזן מיר איבערגעבן בשם די עסקנים א טיפע אנטשולדיגונג פאר די טויזנטער אידן בלי גוזמה וועלכע האבן נישט געקענט טרעפן קיין פלאץ זיך אראפצוזעצן אדער מיטצוהאלטן דעם מעמד פון די נאנט, נאכדעם וואס אזא מאסן ציבור פון אזויפיל אלפים ורבבות תשובי העיר איז עפעס וואס קיינער האט זיך אין וויסטן חלום נישט פארגעשריבן.

נאך ביים אנהייב פונעם מעמד האט מען אנגעהויבן אויסברייטערן די שמאלע סטעידשעס פון די צוויי זייטן וועלכע זענען געדרוקט געווארן טיפער צו די וואנט און אזוי ארום ערמעגליכט נאך עטליכע הונדערט זיצן, אבער אפילו אזוי האט נאכאלס נישט אויפגעהערט די מאסן שטראם און די עסקנים זענען געווען געצווינגען צו ארלעדיגן אין די איילעניש מען זאל צולייגן נאך פרישע הויכהילכער ביי די קארנער פון ליע עוועניו כדי די טויזנטער אידן וואס זענען דאן אנגעקומען זאלן נאך קענען מיטהאלטן די פייערדיגע דרשות פון די גדולי הדור ורבני העיר וגדולי בעלי דרשנים.

מנחה
בעל תפילה הרב יודא יעקב הלוי ווערצבערגער הי''ו.jpg

דער מעמד איז געעפנט געווארן דורן יו"ר הרה"ג ר' מיכל ניימאן שליט"א ר"מ ישיבת היכל התורה, וואס האט געעפנט די הייליגע פארזאמלונג ארויסברענגענדיג אז אבות אבותינו האבן געעפנט די שערי שמים פאר אונזערע תפילות, און נאר אויב מיר וועלן זיך האלטן צו זייערע וועגן וועלן מיר האבן זייער כח זיך צו האלטן אין אונזערע שווערע זמנים.
הר''ר מיכל ניימאן שליט''א, יו''ר המעמד.jpg

דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' נחמי' גאטליעב יו"ר מפעל איחוד הקהילות לטוהר המחנה, וואס האט צוערשט ארויסגעברענגט וואסערע שוועריקייטן און פראבלעמען די אינטערנעט האט געברענגט מיט זיך מער ווי מען האט זיך געקענט פארשטעלן, און צווישן אנדערע האט ער מחזק געווען די תקנה קבועה פון די סאטמאר מוסדות אז א קאמפיוטער טאר זיך נישט געפינען אין אידישע שטובער, און דערנאך האט ער מאריך געווען איבער די טעכנישע חלקים וויאזוי א ערליכע איד דארף זיך היטן אפילו אין די אפיס ווען מען דארף האבן די כלים פאר פרנסה.
העסקן הרב נחמי' גאטליעב הי''ו.jpg

דערנאך האט דער ציבור געזאגט אינאיינעם די ערשטע 4 קאפיטלעך תהלים און קאפיטל כ' בהתעוררות לעורר רחמי שמים ולפתוח שערי רחמים, פארגעזאגט דורך כ"ק אדמו"ר מ'ספינקא שליט"א,
האדמו''ר מ'ספינקא שליט''א.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

און דערנאך האט מען געזאגט א קדיש ווען עס האט פאסיג אפגעקלינגען דער "יתגדל ויתקדש שמי' רבא" איבער די וומסב"ג'ע גאסן.
קדיש יתום מוה''ר הערשל כ''ץ הי''ו.jpg


דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם דבר ה' מירושלים דורכן פוסק הדור ושר התורה הגאון האדיר ראב"ד ירושלים שליט"א, וואס האט ארומגערעדט איבערן ענין פון זיך דערווייטערן פון די אלע כלים, ובכח תורתו האט ער מחזק געווען די תקנה פון מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א זאגנדיג אז אויף א קאפיוטטער אין שטוב איז געזאגט געווארן "ולא תביא תועבה אל תוך ביתיך", און ער האט קלארגעשטעלט די פסק הלכה אז אפילו אויב א איד מוז דאס האבן פאר מסחר טאר עס נישט זיין אין א אידישע שטוב.
דערנאך האט הגאון דער ראב"ד שליט"א אויסגענוצט דעם הייליגן זמן מעורר צו זיין תושבי הגולה איבער די צרה פון אחינו לדעה אין ארץ ישראל מיט די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות, זאגנדיג אז ער קען זיך נישט איינהאלטן ארויסצוברענגען אפאר ווערטער איבער די גזירה וואס שוועבט, און דאס יהדות אמעריקא מוז טוהן אלעס וואס מען קען, זאגנדיג א אויסדרוק אז מען וועט פרעגן אין הימל פארוואס די אמעריקאנע אידן האבן נישט געטוהן זייער פליכט מרעיש עולמות צו זיין קעגן די ביטערע גזירה.

דערנאך איז פארגעזאגט געווארן די קאפיטל פון שיר המעלות ממעמקים, וואס איז פארגעזאגט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב שליט"א בהתעוררות רב מיטן נוסח פון די הייליגע טעג, און דער ציבור האלפים האט נאכגעזאגט מיט כוונה די ווערטער ממעמקים פון די טיפענישן פון די נשמה.
הגה''צ אבד''ק תולעת יעקב שליט''א.jpg

דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט גאר ווארימע דיבורין כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, וואס האט א לענגערע צייט ארומגערעדט גאר שטארקע דברי מוסר והתחזקות בענים שמירת ענים ושמירת המחשבה, ארויסברענגענדיג מיט הארציגע דיבורים איבער די קשר וואס א איד האט צו השי"ת, און די קשר פון א טאטע און א מאמע צו די קינדער, וואס דאס אלעס איז א דבר רוחני וואס מיט יעדע מצוה וואס א איד טוט ווערט די קשר שטערקער און מיט יעדע עבירה חלילה ווערט דאס נפגם, און ער האט מאריך געווען איבערן ענין ווי ווייט יעדע מראה פסולה וואס א מענטש זעהט בלייבט אים איינגעקריצט אין די נשמה, אפילו אויב ער פולט דאס נישט אבער זיין נשמה שפורט דאס, און אזוי האט ער ארויסגעברענגט הלכה למעשה וויאזוי א אידיש קינד דארף זיך היטן פון יעדע נדנוד ראי' אסורה און פון יעדע כלי וואס ברענגט אים דערצו.
דרשת הגה''צ האדמו''ר מ'קאסוב שליט''א.jpg

דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א שטורעמישע און פלאמפייערדיגע דרשה הגה"צ דער סאטמאר וויליאמסבורגער רב שליט"א, אנהייבנדיג איבערן ענין פארוואס מען איז ארויס אויף די גאס, נאכזאגנדיג פונעם פעטער די סאטמאר רב זי"ע איבערן ענין פון מרדכי הצדיק וואס איז אויך ארויס אויף די גאסן, און מיט די ווערטער פון רבין האט ער ארויסגברנגט לענינינו אז וויבאלד עס איז היינט א מצב וואס די נסיונות דרינגען אריין ביז אין ביהמ"ד אריין, מוזן מיר קומען און שרייען ביז אינדרויסן אויף די גאס.
דערנאך האט ער ארומגערעדט פייערדיגע דברי התעוררות באגלייט מיט אויפשוידערנדע פאסירונגען וועלכע קומען אן צו די רבנים, און ביים סוף האט דער רב שליט"א אויסגעפירט אויף הלכה למעשה אז א קאמפיוטער טאר זיך נישט געפינען בכלל אין א אידישע שטוב, און די קלוגע טעלעפאנען אפילו דער וואס דארף עס פאר פרנסה און אפילו דער וואס האט א פילטער, אבער ווען מען קומט אהיים אין שטוב דארף דאס זיין גענצליך פארלאשן, די קינדער זאלן נישט נתחנך ווערן מיט אזעלכע כלים.
דרשת הגה''צ אב''ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט''א.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דער משא המעמד האדיר איז געהערט געווארן דורך הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד ישמח משה, וואס האט עלעקטעריזירט דעם ציבור אין פולן זון פון ווארט מיט א גאר הייסע דרשת התעוררות מלא תוכן, נאכזאגנדיג מפי ספרים וסופרים און ארויסברענגענדיג מיט פאסיגע לשונות אין וואסערע סארט מצב מיר געפינען זיך ליידער היינט, ווען אין די טאשן ליגן טעלעפאנען וועלכע האבן אין זיך אלע דריי עבירות החמורות, און באזונדער איבער די נושא וואס זיין שווער סאטמאר רבי שליט"א האט גערעדט דעם פארגאנגענעם מושאי שבועות, ארויסברענגגענדיג וואספארא חורבן עס קען פאסירן ווען א מענטש ווערט אנגעבינדן אין די אלע סארט גרופעס וועלכע שמועסן און פארברענגען אינאיינעם, אויף וואס ער האט ארויסגעברענגט אז אויב איין חבר אין א גרופע איז נישט עפעס וואס א איד וואלט זיך געווינטשן פאר זיך אדער פאר זיין קינד, דארף ער וויסן אז עס וועט נישט לאנג נעמען ביז ער אליינס וועט אויסזעהן ווי יענעם, ווייל א חברותא קען טוהן דאס ערגסטע.
ספעציעל האט ער ארויסגעברענגט בדרך משל ונמשל אז מען קען נישט יוצא זיין נישט מיטן בלויז וויינען אויפן מצב, און נישט מיטן לייגן א פילטער און זיין צופרידן מיט זיך, נאר עס פעהלט אויס ביידע, מען דארף טוהן וואס מען קען און מען דארף געדענקען אז דער מצב איז נישט גוט, און אפילו נאכן מאכן גדרים בלייבט נאכאלס א גאר גרויסע אחריות אויף יעדן איד צו היטן זיך און זיינע קינדער.
דרשת הגה''צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט''א חדב''ן האדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א ורב ביהמ''ד ישמח משה בשכונת ברך משה קרית יואל.jpg

נאך די פייערדיגע דרשות איז ארויפגעקומען הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ דסאטמאר וומסב"ג ומרבני ועד משמרת חומותיך ירושלים, און האט אויסגערופן די הכרזה על קריאת גדולי הדור פון איבער די גאנצע וועלט ובפקודת כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אז עס ווערט פארופן א ריזיגער מאסן דעמאנסטראציע אויף דעם קומענדיגן מיטוואך פארנט פון די מדינת ישראל קאנסולאט אין מאנהעטן, אויסצושרייען דאס וויי געשריי פונעם יהדות הגולה איבערן גזירת הגיוס וואס איז א גזירת שמד, און אויסרופן פאר די וועלט אז די אזויגערופענע אידישע רעגירונג טוט פייניגן אידן וואס ווילן בלייבן ערליך מיט די הייליגע תורה.
הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ דסאטמאר וומסב''ג ומרבני ועד משמרת חומותיך ירושלים.jpg

אלעס ארום דעם מאסיוון הפגנה אדירה קען מען הערן ביי די קול החרדים אפטיילונג פון ק"ס, אויף נומער 22 פון די מ"מ.

דערנאך איז געהערט געווארן שטארקע דברי הדרכה צום נעילת המעמד דורך הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.
הגה''צ אב''ד סאטמאר מאנסי שליט''א.jpg

אונטערן רושם פונעם אומבאשרייבליכן התעוררות איז פארגעזאגט געווארן א קבלת עול מלכות שמים מיטן פסוק פון "שמע ישראל" דורך כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון ירושלים,
כ''ק אדמו''ר מלעלוב שליט''א פון ירושלים.jpg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

און דערנאך די פסוקים פון ה' הוא האלוקים און ה' מלך דורך כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ שליט"א,
כ''ק אדמו''ר מטשערנאוויץ שליט'''א.jpg

און עס איז נישטא די ווערטער צו שילדערן די געפיהלן מיט וואס די שווערע טויזנטער אידן (קוקט דא פאר בילדער) וועלכע האבן איבערגעפולט דעם גאנצן טעילאר גאס און האבן זיך אריבערגעגאסן אויף די ברייט פון ליע עוועניו זענען אוועקגעגאנגען פון דעם מעמד אדיר וקדוש מלא חיזוק והתעוררות, מלא קבלות טובות וקבלת ההוראות להלכה ולמעשה, און דארט אויפן פלאץ האבן הונדערטער אידן זאפארט אויסגעפירט הלכה למעשה און איינגעקויפט כשרע סעלפאנס און געלייגט פילטערס אויף די ביזנעס טעלעפאנען, ביי די ספעציעלע שאטערס וועלכע זענען געווען צוגעגרייט מיט א שטאב פון עסקנים וועלכע האבן באדינט דעם ציבור המתקדשים.

ביים סוף פונעם מעמד אדיר האט דער שר העסקנים והשתדלנים לטובת כלל ישראל הרה"ח ר' ארי' לייב גלאנץ אויסגערופן דעם פארדינטן דאנק פאר די פאליציי הויפטן און אפיצירן וועלכע האבן סוקסעספול אנגעפירט מיט די זיכערהייט און ארדענונג אויפן פלאץ.
שר העסקנים והשתדלנים לטובת כלל ישראל הרה''ח ר' ארי' לייב גלאנץ.jpg

עס ענדיגט זיך מיט א תפילה צו השי"ת, הַבֵט נָא וּראֵה, קוק אראפ און זעה וויאזוי אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער האבסן אינאיינעם אויסגעשריגן דעם "רצונינו לעשות רצוניך" באגלייט מיט א "שמע ישראל", און אצינד נאכדעם וואס יעדער וועט אויספירן זיינע קבלות טובות וועט אוודאי נתקיים ווערן דער "ואל יאבד ישראל האומרים שמע ישראל".

-נצח ישראל לא ישקר, ברוך המקדש שמו ברבים!!!!!-

קרעדיט: בחצרות סאטמאר bechatsrossatmar@gmail.com
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
היימישער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:26 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך היימישער »

ישר כח, זייער שיין צוגעלייגט ווער און וואס האט גערעדט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

היימישער האט געשריבן:ישר כח, זייער שיין צוגעלייגט ווער און וואס האט גערעדט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

פארוואס איז מהר''א נישט געווען?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווייל ער האט נישט קיין סמארטפאון
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כ'זעה אים דאך אויפן בילד
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דאן מוז זיין אז ער פארמאגט יא א סמארטפאון, ומי יבין בסוד קדושים.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=wFaO0dtGna4[/youtube]
פארשפארט