די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ר' איחוד,
איך האב שוין געלייקט אייערע געוואלדיגע תגובה. קורץ און צום פונקט! אבער א לייק איז ווייט פון גענוג פאר אזעלכע געוואלדיגע דיבורים. ווען איך האב געשריבן דער תגובה, ווי אויך מיינע ווייטערדיגע תגובות אין יענע אשכול, בנושא זה, איז מען מיר באפאלן אז איך בין נישט גערעכט. איך האב געברענגט אפאר מקורות פון ספרי חסידות (אביסל טיפערע שטיקלאך) און מען האט נאך אלץ נישט פארשטאנען. יישר כח פארן ברענגען דער ציטאט, דברים קילורין לעיניים.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
הוגה האט געשריבן:ר' איחוד,
איך האב שוין געלייקט אייערע געוואלדיגע תגובה. קורץ און צום פונקט! אבער א לייק איז ווייט פון גענוג פאר אזעלכע געוואלדיגע דיבורים. ווען איך האב געשריבן דער תגובה, ווי אויך מיינע ווייטערדיגע תגובות אין יענע אשכול, בנושא זה, איז מען מיר באפאלן אז איך בין נישט גערעכט. איך האב געברענגט אפאר מקורות פון ספרי חסידות (אביסל טיפערע שטיקלאך) און מען האט נאך אלץ נישט פארשטאנען. יישר כח פארן ברענגען דער ציטאט, דברים קילורין לעיניים.
אוי וויי, מען איז דיר נעבעך באפאלען, טאמער שרייבסטו ווייניגער ווייל די האסט מורא פין א צווייטען, קענסטו צוריק גיין אין בעסמעדרעש שמועסען..........
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 228
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:עס איז שווער צו גלייבען אז די גדולים וואס זענען געגאנגען בדרך הבעש"ט האבען בכלל אמאהל מסכים געוועהן צו א טיילונג,
דאכט זיך מיר אז דער דברי חיים און ר' אייזיקל זודיטשויבער האבן ביידע ג'חתמעט לטובת דעם טיילונג
אפגערעדט פון די אונגערישע רבי'ס ממשיכי תורת הבע"ש וואס זענען מיטגעשטאנען.
און ווי געשמיסט איז און אונגארען כלל נישט געווען א טשויס יא צי בלייבן די טיילונג איז געווען געצווינגען מטעם די דיני דמלכותא דארט און אונארען .
ס'איז דאכט זיך דא א סיפור ווי דער ריי"צ האט זיך אמאל שארף מתמרמר געווען אויפן טיילונג און אז פארן מנחת אלעזר האט דאס זייער פארדראסן ואכמ"ל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:קען זיין ביסט גערעכט אין דעם אז זיי זענען געווען אפציעל נגד השם, (וואס כ'בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין היסטאריע פון די קראים, צדוקים בייתוסים, האט מען דעמאלס געמאכט א איסור חיתון?), .........ט.
עס דערמאנט מיר אז עס איז דא א בריוו פין רמב"ם ווי ער זאגט מען זאל נישט מרחק זיין די קראים. איך דענק נישט וואס ערר זאגט בנוגע חיתון. אפשר איז דא איינער פין די תלמידי חכמים דא וואס קענען אפיר זוכען דעם רמב"ם.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
זכור ימות עולם פון איינער יאקאבאוויטש פון בני ברק - צוויי בענדער. מלא וגדוש מיט פראפאגאנדא און איבערגעשריבענע היסטוריה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
איש את רעהו האט געשריבן:נעגעל וואסער האט געשריבן:ווייסט איינער פון א נאמען פון א גוטע ספר אדער ביכעל ווי עס ווערט אויסגעשמועסט באריכות די גאנצע מעשה פון די טיילונג?
די השקפה חלק מיט די ליגאלע מערכה, מיט בריוון און דאקיומענטען וכו' וכו'
א דאנק פון פאראויס.
די יאר איז ארויסגעקומען א חיבור וועגן די טיילונג
די נאמען פונעם ביך וואלט בדרך הטבע געווען בייהילפיג.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
יא יא, די אפיקורסים וואס לייגען זיך אונטער׳ן טבע....
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
חומת א"ש חלק ג'
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
דעת תורה האט געשריבן:חומת א"ש חלק ג'
יי"כ.
געהערט האב איך אז ס'פיל מיט אגענדעס, און אויך בעיקר פארנומען מיט די היסטאריע פון ר' מנחם א"ש'ס חלק אינעם טיילונג.
ווער ס'האט עס געליינט, זאל פליז מאשר זיין אויב ס'לוינט זיך צו קויפן.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
נעגעל וואסער האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:חומת א"ש חלק ג'
יי"כ.
געהערט האב איך אז ס'פיל מיט אגענדעס, און אויך בעיקר פארנומען מיט די היסטאריע פון ר' מנחם א"ש'ס חלק אינעם טיילונג.
ווער ס'האט עס געליינט, זאל פליז מאשר זיין אויב ס'לוינט זיך צו קויפן.
ס'לוינט צו כאפן א בליק עטליכע מינוט
אז ס'געפעלטיר נישט לאז עס איבער אין געשעפט
די בריוו פון די ד"ח זצ"ל האב איך דארט געזען נאך דאקומענטן וואס איז ווערט צו ליינען
פון א שרייבער הרב פעדער פון ב"ב איז אמאל ארויסגעקומען עטליכע בענדער אין אידיש איבער די טיילונג.
קוקענדיג א היבשע וויילע אינעם ספר און דערנאך איז מיר נזדמן געווארן די וועקער האט זיך מיר אפגעשפילט לייוו עטליכע סצענעס פינעם ספר.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 230
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
- האט שוין געלייקט: 173 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל
Re:
די וועלט זאגט: "וויאזוי ס'אידיש'ט זיך, גוי'שט זיךהוגה האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2013 4:11 pm ווען מען טראכט און שמועסט איבער די טיילונג קומט אלעמאל ארויף די שאלה, צו עס איז געווען די ריכטיגע שריט אדער נישט. עס איז זייער שווער פאר אונז צו ענטפערן אזא שאלה. מיר זענען נישט געווען דארט אין יענע צייטן. און אפילו אויב מיר ליינען די היסטאריע געשריבן דורך ביידע צדדים, איז עס אוממעגליך עס אנצוקוקען אן די פרעדזשידוס און אינפלוענס פון די היינטיגע תקופה. ממילא, קיין ענדגילטיגע ענטפער האט קיינער. דאך, וויל איך אביסל מיטטיילן מיינע הרהורים און איך האף צו הערן אייערע.
א קאלעגע מיינע פארציילט אז זיין רב האט געהאלטן א גאר שארפע דרשה בנוגע די אינטערנעט והמסתעף. די רב האט מכריז געווען א גאנצע ליסטע פון גאר שטרענגע תקנות. דערנאך האט ער צוגעלייגט, אז איינער וואס וועט פארלעצן איינער פון די תקנות וועט פארלירן זיין זכות אין די קהלה. ער וועט נישט בייקומען קיין ברעטל, קיין עלי', וועט נישט קענען מאכן קיין שמחות אין ביהמ''ד וכו'.געצל האט געשריבן: וואס וואלטן די ערליכע גדולי ישראל געטאן היינט צוטאג? וואלט מען געמאכט אזא ענליכע סארט אפהאקונג צווישן דעם עם ה'? אזא סארט וואס וואלט די געפאלענע מער נישט געגעבן א שאנס אויף צוריק?
דערנאך האט די רב מסביר געווען אז מען זאל נישט מיינען אז ער איז משוגע שטרענג, און ער ציט איבער דאס שטריקל. בעצם טוט אים וויי אז ער דארף גיין אזוי שטרענג. און ער ווייסט אז די צוקונפטע דורות פונעם יונגערמאן וועלן פארפאלן ווערן. אבער מען האלט ביי אן עמערדזשענסי מצב און מען דארף מאכן אן אפעראציע. דער וואס איז נישט אנגעשטעקט מיט די כלים טמאים קען בלייבן און די וואס זענען אנגעשטעקט מוז מען ארויסשניידן פון כלל ישראל הם ונשיהם ובניהם עד סוף כל הדורות.
דערנאך איז יענע רב אריין אין אין גאנצע שמועס איבער די טיילונג, געוויזן די דמיון פון דעמאלטס ביז היינט און האט אויסגעפירט אז דאס איז די איינציגסטע וועג צו ראטעווען כלל ישראל.
אגב, קען זיין אז ער איז מעגליך די איינציגסטע רב וואס האט גערעדט אזוי שארף (כ'גלייב אז נישט), אבער אסאך אנדערע רבנים פירן זיך עכ''פ בנוסח ובסגנון זה. נאך א זאך, דער רב האט למעשה דערווייל נאך נישט אינפארסירט די תקנות מיט די סטראשונקען.
ווען איך האב דאס געהערט האב איך אנגעהויבן אריין צו קלערן, אז אפשר איז די טיילונג אויך געקומען נאר צוליב היציגע רבנים וואס זענען געגאנגן צו עקסטרעם? כ'מיין, ווי ווייט האלטן מיר היינט פון א פרישע טיילונג? אפשר איז אין יענע צייטן אויך געווען עסקנים משועממים, וואס זענען ארום געלאפן אונטער-רייצן רבנים? אפשר זענען די נעלאגן געווען געהעריגע פרומע אידן וואס האבן פשוט נישט געוואלט טוישן פון קעי-9 צו משומר? אפשר זענען די נעלאגן געווען מאמינים בהשם ותורתו און ס''ה האבן זיי נישט געהאלטן ביים אונטער חתמ'נען די תקנות צעטל פון די מוסדות.
די א. ג. ארטאדאקסישע שרייבער צייגן אלץ אן אז פון די נעלאגן זענען נישט געבליבן קיין שריד ופליט ערליכע דורות. דא קומט אבער אלעמאל אריין די חקירה. אפשר איז נישט געבליבן פון זיי ערליכע דורות נאר צוליב די טיילונג? אפשר ווען מען צוטיילט זיך נישט וואלטן א טייל פון זיי געבליבן פרום און א חלק פון כלל ישראל?
מען זעהט דאס בחוש היינט ווי פרומערע קהלות שטופן ארויס די וואס זענען ווייניגער פרום, און א גרויסע טייל פון זיי ווערן צום סוף גענצליך פריי. דערנאך צייגן די קלוגע מנהיגים, זעהסט? נאך א מזל מען האט יענעם ארויסגעווארפן, זעסטאך אז ער/זי האט געוואלט ווערן פריי. שוטה איינער! ווען דו ווארפסט יענעם נישט ארויס וואלט יענער נישט אנגעקומען ווי זיי זענען אנגעקומען!
קוקענדיג מיט מיינע תשע''ד גלעזער זעה איך צוויי זאכן. איינס, די היינטיגע רבנים וואלטן זיכער געמאכט די טיילונג. צוויי, די טיילונג איז געווען א טעות.
כל זה איז הרהורים בעלמא, נישט קיין מסקנות. וואס האלט איר?
כלפי מה דברים אמורים?
פאריגע וואך האט דער גאווערנאר פון "לואיזיאנא" אונטערגעשריבן א געזעץ וועלכע פארלאנגט פון אלע פובליק שולעס צו אויפהענגען א קאפי פון די "עשרת הדברות" אין יעדן קלאס צימער. אזוי אויך איז די זעלבע געזעץ באשטעטיגט געווארן אין "אקלעהאומע". און נאך שטאטן ווי יוטא און טעקסאס זענען אונטערוועגנס צו דורכפירן ענליכע געזעצן. ווי אויך איז דאס אינדארסירט געווארן דורך פרעזידענט טראמפ.
פילייכט זענען געווען מאנכע חרד'ישע אידן וועלכע האבן דאס אויפגענומען מיט א קענטיגע פארגעניגן: ס'הייסט דער גוי אנערקענט אויך אין די חשיבות פון די 10 געבאט, און אויף דעם סגנון איז דאס באריכטעט געווארן אין די היימישע נייעס קאנאלן.
אבער מיט א טיפערן בליק לאזט זיך שפעקולירן: צו איז דאס טאקע אזא געראטענע זאך? צו וויל איך טאקע אז די רעגירונג זאל מיך איינטיילן וועלכע רעליגיעזע טעקסט טראגט א ווערד און וועלכע נישט?, וואס איז טאמער דער ניו יארקער מעיאר וועט באשליסן אז מ'ברויך הענגען אויסצוגן פונעם קוראן אין אלע שולעס?
אין פאקט האט די סופרים קאורט געאורטיילט אין 1980 אז א מאנדאט צו אויפהענגען עשרת הדברות אין שולעס איז נישט קאנסטיטוציאנאל. טאקע פאר די אויבנדערמאנטע זארגן, נעמליך מ'קען נישט בעפארצוגן איין רעליגיע איבער די אנדערע.
אבער פארט זעהן מיר אז מער און מער רעכט גענויגטע שטאטן כאפן זיך צו דערצו. און נישט נאר בלויז עשרת הדברות. נאר די זעלבע שפילט זיך אפ ווען ס'קומט צו אבאורשען און אנדערע קאנטערווערסיאנאלע אנגעלעגנהייטן. רעכטע שטאטן מאכן שבת פאר זיך. און לינקע שטאטן מאכן שבת פאר זיך.
דאס האט זיך באשיינפערליך ארויסגעוויזן ביי די פאליטישע דעבאטע פאריגע וואך צווישן דאנאלד טראמפ און דזשאו ביידען איבער אבאורשען, ווי טראמפ האט גע'טענה'ט אז סך הכל וואס ער האט געוואלט מיט'ן אנולירן ROE V WADE איז צוריקצוגעבן די מאנדאט צו יעדע אינדיווידואלע שטאט (זעה אויסצוג):
אין אנדערע ווערטער שטעלט זיך דא ארויס א בילד אז דייקא דאס וואס די ליבעראלן און די דעמאקראטן האבן געצויגן די מעינסטריעם אזוי אויף לינקס (מיט'ן שטיצן גאר ראדיקאלע געדאנקן ווי LATE TERM ABORTION, אומבאגרעניצטע אימיגראציע, פארבאטן גאז געטריבענע אויטאס, ערלויבן אלע ערליי דראגס, אומקאנטראלירטע רעגירונג ספענדינג, ארויסלאזן געפארפולע קרימינאלן פון טורמע אן בעיל, שטיצן טעראר ארגינעזאציעס ווי כאמאס און איראן. אלעס אונטערן שלייער פון זיך אננעמען פאר'ן באקריוודעט'ן), דאס האט באווירקט די רעכטע לאגער זיך צו רוקן גאר שטארק און עקסטרעם אויף רעכטס (א שטייגער ווי די עשרת הדברות מאנדאט, און פארבאטן אבאורשען אפילו במקום סכנה).
זעהן מיר דא וויאזוי היסטאריע שפילט זיך איבער: די לינקע פראגרעסירן צו שטארק און ראדיקאל אויף לינקס, דאס פאראורזאכט אז די רעכטע זאלן ווערן מער פאנאטיש און עקסטרעם אויף רעכטס. און וואס איז געווען די אויסגאנג דערפון אין אייראפע? א טיילונג!
און טאקע דאס האלט אינמיטן פאסירן דאהי אין אמעריקע אין די אלגעמיינע גאס. מ'רעדט שוין פון א "טיילונג" אין אמעריקע! טראמפ זאגט: כ'וויל אז יעדע שטאט באזונדער זאל באשליסן דער צוגאנג צו אבאורשען. ענטפערט ביידען: נו לאמיר אויכעט צוריקגעבן די מאנדאט איבער ציווילע רעכטן באשלוסן צו די שטאטן!
רבותי! דאס איז א טיילונג in the makings...
אנשטאט בויען א וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא, וועט מען בויען א מויער צווישן קאליפארניע און אריזאנע...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
ר' ירמיה לעוו זצ"ל אב"ד אוהעל איז געווען א מתנגד צום טיילונג און געווען פון די שטאטוסקווא (ער איז גראדע נישט געווען א תלמיד פון חת"ס)געצל האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 17, 2012 2:02 am לויט ווי איך האב אויך געהערט זענען געווען צווישן תלמידי חתם סופר און אויך אנדערע גדולי ישראל וואס האבן געהאלטן אז מען זאל נישט אפטיילן די רעפארמער פון כלל ישראל. זיי זענען אויך א חלק פונעם עם ישראל און מען קען זיי נישט אפשניידן און אפהאקן אויף שטענדיג.
ר' מאיר פערלס זצ"ל מתלמידי חת"ס איז געווען רב און קראלי און כאטש ער איז אנפאנג מיטעשטאנען מיטן טיילונג האט ער שפעטער חוזר געווען און געבליבן שטאטוסקווא, פאר די סיבה ווערט זיין נאמען ממש נישט דערמאנט
נאך א נאמען איז ר' שמעון סידאן זצ"ל רב פון טירנא בעמח"ס שבט שמעון
ווער עס ווייסט נאך זאל צוצייכענען
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
איינע פון די צדיקי הדור וואס האבן געלערנט ביי אים אין ישיבה, און האט זיך שפעטער געטראפן און בתוך הדברים געזאגט אז ער געדענקט נאך פונקטליך אלע שיעורים אפי' ס'איז אדורך אזויפיל יאר, און תוך כדי האט ער אנגעפאנגען ציטירן שטיקער פון די לימודים פון זיין רבי'ן בפניו.סקעפטיקער האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 1:11 amר' ירמיה לעוו זצ"ל אב"ד אוהעל איז געווען א מתנגד צום טיילונג און געווען פון די שטאטוסקווא (ער איז גראדע נישט געווען א תלמיד פון חת"ס)געצל האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 17, 2012 2:02 am לויט ווי איך האב אויך געהערט זענען געווען צווישן תלמידי חתם סופר און אויך אנדערע גדולי ישראל וואס האבן געהאלטן אז מען זאל נישט אפטיילן די רעפארמער פון כלל ישראל. זיי זענען אויך א חלק פונעם עם ישראל און מען קען זיי נישט אפשניידן און אפהאקן אויף שטענדיג.
ר' מאיר פערלס זצ"ל מתלמידי חת"ס איז געווען רב און קראלי און כאטש ער איז אנפאנג מיטעשטאנען מיטן טיילונג האט ער שפעטער חוזר געווען און געבליבן שטאטוסקווא, פאר די סיבה ווערט זיין נאמען ממש נישט דערמאנט
נאך א נאמען איז ר' שמעון סידאן זצ"ל רב פון טירנא בעמח"ס שבט שמעון
ווער עס ווייסט נאך זאל צוצייכענען
שפעטער האט ער געזאגט, אז ער פילט ווי ער האט ענדליך אראפגעלאזט א משא פון זיך, די לימודים וואס ער האט קונה געווען וואס ער האט נישט געוואלט האלטן, האט ער ענדליך אים צוריק געגעבן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
מיט וואס איז דער "צדיק הדור" מער ווי זיין רבי? פארוואס דארף איך אננעמען זיינע ווערטער לעומת זיין רבי?
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
איך ווייס נישט צי @צוויי האט דאס געמיינט, עס איז ס"ה א שיינע מעשה.
די מעשה איז געווען מיט הרב משולם פייש לאווי מטאהש ז"ל. (אגב, רבי מאיר פערל'ס קינדער זענען געווען נעאלאגן ויש אומרים אז זיי האבן אים ענדגילטיג אפגעהאלטן מיטצושטיין מיט די טיילונג.)
די מעשה איז געווען מיט הרב משולם פייש לאווי מטאהש ז"ל. (אגב, רבי מאיר פערל'ס קינדער זענען געווען נעאלאגן ויש אומרים אז זיי האבן אים ענדגילטיג אפגעהאלטן מיטצושטיין מיט די טיילונג.)
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
יא האסט מיר דערמאנט סאיז געווען מיט אים די מעשה, ואגב היינט איז זיין יארצייטכרם זית האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:23 pm איך ווייס נישט צי @צוויי האט דאס געמיינט, עס איז ס"ה א שיינע מעשה.
די מעשה איז געווען מיט הרב משולם פייש לאווי מטאהש ז"ל. (אגב, רבי מאיר פערל'ס קינדער זענען געווען נעאלאגן ויש אומרים אז זיי האבן אים ענדגילטיג אפגעהאלטן מיטצושטיין מיט די טיילונג.)
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=4886
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: די טיילונג אין אונגארן און איר לערע
מאכסט מיר גלייבן אין השגחה פרטית...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.