איך וויל באמת נישט געבן קיין פרטים אבער מיר (פארשטייט מיר ביטע) אבער איך האב בר מצוה געהאט סוף כתה ט׳ און מיין ערשטע בין הזמנים אלץ בחור איז געווען סוכות און די צווייטע בין הזמנים פסח.
איש צדיק תמים האט געשריבן:איך וויל באמת נישט געבן קיין פרטים אבער מיר (פארשטייט מיר ביטע)
די דארפסט זיך נישט פארענפערען אז די געבסט נישט קיין פרטים, די דארפסט זיך נישט לאזען דא נאכאמאל רעיפען, כ'האב דיר שוין געזאגט, נישט אלע שאלות דארף מען ענפערען, די ביסט קיינעם נישט שולדיג קיין ענפער, ווער ס'רעדט לדעתך מיט שכל אין רעספעקט, אין די ביסט אין די גוסטע צי ענפערען דאן ענפער, אין די איבריגע איגנאריר,
די ביסט נישט מחויב צי געבען קיין דיטעיל'ס פאר קיינעם, אין די ביסט נישט מחויב צי אויפוווייזען גארנישט פאר קיינעם, די שרייב דיין מעשה אין שוין, אין קאמיוניקיר מיט די וואס רעדען שרייבען לויט דיין געשמאק, לערען דיר אויס, מען קען נישט אין מען דארף נישט יעדעם ציפרידענשטעלען, די ביסט נישט קיין עבד, די ביסט א בן חורין מזרע אברהם יצחק ויעקב,
איים סארי אבער עס פילט דא אביסל ווי א קינדערגארטן. פארציילט א יונגערמאן זיין פערזענליכע שווערע מיטלעביניש מיט די ציל צו הערן עצות ווי אזוי זיך צו ספראווען דערמיט. אין א וועלט פון אינטעליגענטע grownups וואלט עס געגאנגן אזוי. האסטו וואס צוצוגעבן שרייב, אויב נישט דאן גיי ווייטער צו די נעקסטע אשכל. העכסטענס אויב ווילסטו מחזק זיין די יונגערמאן דאן גיב אים א לייק אדער שרייב אפאר חיזוק ווערטער.
דערווייל קומען אריין אפאר שמויגערס און לאזן איבער זייער פערזענליכע אפפאל. דער גרעבסט אז ער גלייבט נישט, דער גלייבט אבער עס איז איבערגעטריבן, די דריטע זאגט אז עס קען נישט זיין אז עס איז דא בין הזמנים, וכו'.
ווער האט דיר געפרעגט? האסט נישט קיין עצה, האסט נישט קיין רחמנות געפילן דאן גיי דיר ווייטער און קום נישט צוריק. קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן דיין בויך קרעמפן. ועוד, והוא העיקר, מיינסט טאקע אויב דו וועסט אויפווייזן אז דער מעשה איז פונקט נישט אמת וועט פלוצלינג מער נישט זיין די מגיפה פון חזירים במחנינו? אויב האלט איר אז אזעלכע מעשיות געשעהן נישט אין אונזערע קאמיוניטי, לעבט איר מיט די קאפ אין זאמד. עס קומט פאר אזעלכס מער ווי מיר ווייסן, און די סיבה פארוואס דאס קען געשעהן איז ווייל עס זענען פארהאן אזעלכע מענטשן ווי אייך וואס פארשווייגן עס.
זיין מיר מוחל פאר די outburst, כ'בין זיכער אז אנדערע פילן די זעלבע ווי איך און איך בין א שליח ציבור . לאמיר זיך אויף פירן ווי ערוואקסענע. ווער עס האט וואס צוצוגעבן לתועלת השמועס זאל שרייבן, און ווער נישט זאל ליינען, לייקן אדער נישט.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
הוגה איז גערעכט, די מעשה איז נישט קיין חילוק צו עס איז יא געוועהן אדער נישט, מען קען דן זיין די מעשה, ווייל די מעשה איז רואיג געשעהן אויב נישט צו אונזער צדיק, איז עס געשעהן צו צענליגער אנדערע צדיקים.
נאר וואס דען?
מיר באדערט אמאהל, ווען איינער שרייבט א מעשה שהיה, זאל עס זיין מדוייק, ווילסט שרייבען ליגענט? געזונטערהייט, אבער כאטש לייג אריין קאפ אין מוח אז די מעשה זאל קענען זיין אמת, נישט אז מיר זאל קראצען ווען איך ליין די מעשה, וועגען בין הזמנים, און ווען ער שרייבט אז עס איז געוועהן א קליין שוהל, און ער האט דארט געדאווענט מעריב, און לכאורה איז עס געוועהן זומער, און מען דארף מיישב זיין בדוחק אז א אינגעל פין צוועלף לערנט מיט א מלמד ביז 930 באנאכט צו דאווענען דארט מעריב וכו'.
אלע קשיות האבען תירוצים, און אוודאי איז נישט שיין צו זאגען איינעם איך גלייב נישט דיין מעשה, ווייל דעמאלס ווערען מיר ווי די עסקנים און רבנים וואס זאגען דער זעלבער פאר אלע נפגעים, און טאמער געדענק איך גוט האק איך אויף זיי.
אבער, פארגעס א מינוט פין וואס די מעשה רעדט זיך, איעדער מעשה וואס א מענטש שרייבט, מוז זיין אויסגעהאלטען שריפטליך, און ווען איינער שרייבט אפ א מעשה וואס איז מעורר א טוץ מיט קשיות, ווייזט עס אויף א סלאפי ארבעט, און אויף דעם טוה איך רעזערווירען דעם פולען רעכט צו זאגען קריטיק, נישט קיין חילוק צו זיין ניק איז באס דרייווער אדער איש צדיק, אדער שעפטעל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איך האלט אז מען מעג איבער פרעגן א מעשה, א שרייבער דארף נישט זיין באליידיגט אז מען פרעגט אים איבער, אדרבה עס ווייזט אז בדרך כלל טראסט מען אים און מען איז זיך מתיחס צו אים מיט א ערענסקייט און ווען מען פרעגט איבער זיכט מען אויסצוגראדען די ספיקות, און א שרייבער וואס ווייסט ביי זיך אז די מעשה איז אמת לאכט און הארצען פון די וואס שרייבען אז ער זאגט ליגענט, עס באדערט אים נישט קיין כי הוא זה ווייל ער ווייסט דעם אמת.
אבער, דעתי נוטה אז דער שרייבער פון די מעשה דא האט געשריבען 100% אמת, ניכרין דברי אמת, איך האב נישט קיין צווייפיל און זיין מעשה, טעקניקעל דיטעליס קען מען פרעגן אויף יעדע אמת׳ע מעשה, און אויף דעם איז געזאגט די ווערטעל אז אויף א מעשה פרעגט מען נישט קיין קשוית, לבי ליבי עליו, עס איז א הארץ ווייטאג עס צו ליינען און עס קאסט א טרער.
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
כ'מיין אז דאס געהערט דריגענט אין מאחורי אבער דעמאלטס וועסטו (לכאורה) נישט קענען ענטפערן.
לדעתי איז זיין תאווה נישט אוועק פלוצליג אונטער די חופה ,עס איז ליידער מעשים בכל יום אז פארהיירעטע הרגענ'ן אף אונזערע קינדער און ערשטענס מוזטו זעהן ער זאל מער קיינעם נישט קענען רעיפן.
It's hard to know if he still does it, however somebody I know since I was a kid and the "people" said that he used molest his peers confided me yesterday that he still does it, and he is married with kids. Although he didn't specify whether he does it with children or adults he just said he likes'em and does'em both. So beware.
If I want your opinion, I'll ask you to fill out the necessary forms.