אנטשולדיגט מיר פאר די דילעי, כ'האב נישט געהאט די צייט זיך אראפצוזעצן לייענען אלע תגובות דא ביז יעצט.
יאיר האט געשריבן:דאס האב איך געוואלט ארויסברענגען, אז אויב נעמט מען אמת'דיג אן די מאלפע טעאראם ביז'ן סוף, דעמאלט דארף מען אינגאנצן מבטל זיין סייענס. ווייל עס איז נישטא קיין שום סיבה צו זאגן אז ס'איז דא סיי וואספארא סדר אדער חוק אין די וועלט. אלזא, מען וויל אונז צוריקנעמען צו די אור אלטע עפאכע ווען מענטשן האבן געהאלטן אז די גאנצע וועלט ווערט געפירט ביי טשענס און קען זיך יעדע מינוט טוישן לויט ווי אזוי די עבודה זרות האבן אפגעמאכט. דער חילוק איז נאר אז אמאל איז עס געווען אומזעהבארע עבודה זרות, היינט איז עס אומזעהבארע מאלפעס. פארדעם האב איך עס באצייכנט אלס א נארישע מהלך, כאטש איך קען עס נישט אפפרעגן טעארעטיש.
דאס איז וואס איך פראביר מחלק צו זיין, ביי אונזער נקודת הבריאה איז געשעהן א מורא'דיגע זאך, פון די מאסיווע 'בענג' וואס וואלט געקענט פאראורזאכן אסאך תוצאות, וואס דעמאלס האט זיך געקאכט די טשולענט וואס האט באשאפן אונזערע 'חוקי הטבע', חוקי הטבע רוף איך וואס איז געשעהן נאכן ביג בענג, דאס אז ס'האבן זיך אנגעהויבן פארעמען פארטיקעלס, די דיימענשענס פון ספעיס און טיים זענען ארויסגעקומען מהכוח אל הפועל, בשעת מעגליך אנדערע דיימענשענס זענען געבליבן פארשטעקט אין סטרינג טעאריע, די כוחות וואס האלטן די וועלט, עלעקטראמאגנעטיזם, גראוויטי, וואס אן די אלע פרטים וואלט קיין פיזיקאלע וועלט קיינמאל נישט אומשטאנד געווען, די קעיק וואלט צופאלן און גארנישט וואלט נישט געווארן פון דעם, נאר א גאנצע טשולענט פון אומאויסגערעכענטע 'חוקים לא חוקים' וואס וואלטן נישט געקענט טוהן גארנישט חוץ בלאנדזשענען אינעם תוהו ובוהו. דאס אלעס איז וואס איך רוף 'חוקי הטבע'. יעצט זאג מיר אויב דו רופסט דאס אן דיזיין, ווייל אויב יא זאגן מיר די זעלבע זאך און מיר קענען טרונקן לחיים.
יעצט וואס האט דאס פאראורזאכט, פארשטייט זיך מיר אלס מאמינים ווייסן מי ברא אלה, אבער מיר רעדן אויב מחמת די טענה קען מען 'אויפווייזן' אינטעלידזשענט דיזיין, לויט וואס דו זאגסט מאכסטו עפעס א חילוק ציווישן דיזיין און אינטעליגענץ, אז ס'קען זיין דיזיין אן א דיזיינער, און דאס איז וואס איך מיט מיין קליינטשיג מוח'ל פארפעל צו פארשטיין. אבער וואס מאלפע טעראום זאגט איז אז מאטעמאטיש גערעדט, מיט גענוג צייט און גענוג מיסטעיקס, מאכט סענס אז איין מאל נאך טריליאנע פראוון זאל עס געלונגען, און 'פונקט' זאל זיך אוועקשטעלן א וועלט מיט אונזער laws if physics, און פארדעם, ווייל מיר האבן די געזעצן ווייס איך אז איך קען זיי שטודירן, און אז מארגן גייט די זון אויפשיינען.
יאיר האט געשריבן:מעגליך אז קלוגע דעזיינס קענען באשאפן ווערן פון זיך אליין. אפשר איז דא עפעס א באהאלטענער כח (באהאלטענע כח ובורא עולם מאי ביניהו?) אין די יונווערס וואס האט אייביג עקזיסטירט אז עס שפריצט ארויס קלוג דעזיינטע ביג בענגס. אבער אויב עס איז דא עפעס וואס מיר רופן אן דעזיין, דעמאלט זענען די חוקי הטבע אויך נכלל אין דעם.
אזוי ווי געזאגט, עס איז די זאץ וואו איך ווער סטאק,
moti107 האט געשריבן:די גאנצע מאלפע טעאראם גייט מיר נישט אין קאפ אריין די מאלפעס מוזן האבן פון פאראויס קיבאורדס און באשטימטע אלפעביט און קלאפן. דאן קען זיך מאכן שעיקספעיר׳ס חכמה מיט אינפיניט זמן. אבער אויב לייגסטו נישט צו די מאלפעס צום קיבאורד דאן קען דורך גיין וויפיל יאר דו ווילסט נאר און ס׳וועט קיינמאהל גארנישט ארויסקומען.
די זעלבע זאך דא פאר ס׳איז עפעס בכלל געווען, זאל אפילו דורך גיין אינפיניטי טיימס איפיניטי פארוואס זאל זיך בכלל עפעס אנהייבן ?
און בכלל איז נאך נישטא אזא זאך ווי זמן אדער טשענס דאס אלעס קומט הערשט נאכן באשאף, וויאזוי נעמט מען כללים פון נאך וועלט באשאף און מ׳אפלייעט דאס צו פאר וועלט באשאף און דורך דעם אויפבויען טעאריעס?
פארשטייט זיך אז די מאלפעס און די טייפערייטערס זענען בלויזע משלים אויף מאטעמאטישע שאנסן, די נמשל איז אז די ביג בענג איז נישט געווען די איינציגסטע, נאר איינס אין ווער ווייסט וויפיל, אבער אלע אנדערע זענען געווען א ברכה לבטלה. (איי וועסטו פרעגן ווער איז גורם די בענגס? כ'ווייס טאקע נישט). דאס וואס דו זאגסט אז ס'נישט געווען קיין מושג פון זמן, די אמת איז אז מיר ווייסן נישט, ס'קען זיין ס'געווען זמן נאר ס'האט געארבעט אנדערש, ס'קען זיין ס'געווען למעלה מן הזמן און אלעס איז געשען אויף אמאל, מיר קענען דאס (דערווייל) נישט וויסן, אין אנדערע ווערטער, למעלה מהשגתינו).
יאיר האט געשריבן:געפילטע, עס זעט מיר אויס ווי מיר האלטן שוין ביים איבער'חזר'ן די זעלבע טענות נאכאמאל און נאכאמאל
כ'ווייס, אבער מיין רבי פלעגט זאגן ולא הביישן למד, אז מ'פארשטייט נישט פרעגט מען איבער.
יאיר האט געשריבן:ממילא ווייס איך נישט צו עס האט א פשט צו גיין ווייטער. לאמיר נאר פרובירן צו קומען פון אן אנדער ריכטונג, און אויב דא וועלן מיר זיך אויך נישט פארשטיין וועט מען מוזן איבערלאזן דעם ויכוח. איך וויל וויסן, לויט די מאלפע טעאראם זענען דאך פארהאן טריליאנען יוניווערסן. אלזא, אויב די ארכעאלאגן וועלן טרעפן א הויכע הויז פון פיר צימערן, מיט גלאטע ווענט, געבויט פון שטיינער איינס העכער'ן צווייטן, פון צען טויזנט יאר צוריק, דאן וועלן מיר אודאי אננעמען אז פאר צען טויזנט יאר צוריק האבן שוין מענטשן געקענט בויען הייזער פון שטיינער. יעצט וויל איך פארשטיין, אויב עס זענען דא טריליאנען אוניווערסעס, און אין יעדע אוניווערס איז דא טריליאנען פלאנעטן, און אין יעדע פלאנעט איז דא מיליאנען בערג פון שטיינער אנגעהויפנט איינס אויפ'ן צווייטן, איז דאך לא ימלט אז אין איינע פון די הויפענעס זאלן די שטיינער אויסזען ווי א הויז. נו, אפשר איז דאס געשען פערצופאל ביי טשענס אז אויף איין הויפן האבן זיך די שטיינער אנגעהויפנט בצורת הויז? אויב אזוי דארף מען ארינשרייבן אין אלע טעקסט ביכער אז אויבנאויף קוקט עס טאקע אויס ווי א הויז, אבער לויט די מאלפע טעאראם איז דאס נישט קיין הויז, נישט אזוי?
פרעגסט גוט, איך טראכט אז מ'סתם וועט מען נוצן אקקאמ'ס ראזאר, אז מיר האבן א בעסערע הסבר ווי אזוי די הויז האט זיך געבויעט, דורך מענטשען. אבער אויב טרעפסטו טאקע א הויז אויף א פלאנעט וואו ביזט זיכער אז קיין לייף איז דארט נישט דא וועסטו מוזן אויפקומען מיט א נייע טעאריע, ודיה לצרה בשעתה. אבער דאס וואס דו זאגסט צום סוף פארשטיי איך ווייטער נישט, וואס גייט מיר אן אויב מאנקיס האבן עס געבויעט (מעטאפאריש גערעדט) אויב זעט עס אויס ווי א הויז, שמעקט ווי א הויז, קרייעט ווי א הויז, איז עס א הויז!
מוח שליט האט געשריבן:וכאן הבן שואל.
א- וויל דען נישט תורת עוואלושען מסלק זיין די פראבלעם פון טשענס? פארוואס רעדט מען ווי גלייך עס איז א פאקט אז דא איז געווען א מקרה שבמקרים. איז דאס ווייל איר האלט נישט פון תורת עוואלוציא?
איך מיין דו מישט צאם די לאו'ס אוו פיזיקס מיט אבלוציה, עוועלושען האט נאר געקענט געשעהן אין א פיזיקאלע וועלט וואס שטייט שוין, און דאס איז געשעהן סאך שפעטער, די דיימענשענס און ספעיס-טיים האבן נישט עוואלווד, און אזוי אויך נישט די געזעצן פון עלעקטראמאגנעטיזם.
קול דודי האט געשריבן:יאיר, איך זעה נישט וואס אינפיניט מאלפעס האט א שייכות מיט וואס איך האב געשריבן. וואס איך האב געשריבן איז אמת אפילו ס׳איז נאר בנמצא *איין* פאדל, נישט קוון אינפיניט פאדלס. און ווי אזוי זעסט ״חכמה״ און דעם פאדל האסטו נישט מסביר געווען.
אויך בין איך נישט קיין פאנטעאיסט (חוץ אז די ״טעאיסט״ חלק האט קיין טייטש נישט, דהיינו עס קען מיינען אלעס אין אלסדינג) אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.
דאס וואס דו זאגסט איז עפעס אנדערש, אז פארוואס זעט אויס אונזער וועלט וואונדערבאר פאר אונז, ווייל מיר געפונען זיך אין איר, מ'קען טאקע אזוי זאגן, אבער פון די אנדערע זייט קען א ביג בענג גיין אלע וועגן, וואס באשאפן נישט גארנישט, נישט נאר אז זי באשאפט נישט א וועלט וואס מיר קענען פארשטיין, נאר בכלל, די קעיק געלונגט נישט און ס'איז ווייטער תוהו ובוהו, איי האופ איי מעיק סענס העיר.