בשביל ענוותנותו של רבי יאנקל נבנה בית המקדש השלישי.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
ווי אויך הייסט עס אז די ליטווישע וועלן זיך משתתף זיין און אז א גרויס טייל פונעם שלום איז צו פארדאנקען הרב וואכטפויגל. היינט איז ארויסגעלייגט געווארן א פלאקאט מיט א שטיקל תורה פונעם חזון איש וואס ער האט געזאגט פאר'ן סאטמארער רב ווען ער האט אים אנגעפרעגט אז דער רמב"ם זאגט דאך אז ווען אנשי עירו זענען רעים וחטאים דארף מען גיין וואוינען אין מדבר. האט דער חזון איש געענטפערט אז די ישיבות זענען די מדבריות, א באקאנטע מעשה. שרייט דער פלאקאט "און וואו וועלן מיר יעצט לויפן?!" איך האלט ס'איז א גאונות פונעם מארקעטער, אזוי שארף און איבערצייגנד ארויסצוברענגען דער פראבלעם אויף א קאלסישן אייגנארטיגן וועג. גענוג געווען מיט כולנו למערכה, החרש לא תחרישי, תיעשה כל הגולע כמדורת אש, איש בעל יעדר, קול נהי נשמע, מציון צעטליך!
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
אזוי מיר נישט דיר נישט איז דער גאנצער פראטעסט זונטאג אן אנערקענונג אין די אגודה'ס שיטה. יעדער ווייסט אז די גזירה פון גיוס אפעקט נישט די קנאים. די מדינה איז נישט אינטערעסירט צו נעמען די קנאים אין מיליטער, פאר די זעלבע סיבה וואס זיי ווילן נישט די פאלעסטינער, זיי ווילן נישט די צה"ל זאל אויסקוקן ווי מאה שערים.
ווי אויך האבן די קנאים קיינמאל נישט גענומען קיין דיחויי צוליב לימוד התורה נאר זיי זענען זיך געגאנגען משוגע מאכן און באקומען א פולן פטור. די נייע געזעץ וועט זיי דערפאר נישט עפעקטן קיין כי הוא זה. היינט צוטאגס איז אזוי גרינג זיך משוגע צו מאכן און באקומען א פטור אז נאר אמת'ע משוגעים מאכן עס נישט דורך... דאס מיליטער ווייסט פון דעם טריק אז די בחורים מאכן זיך משוגע און מאכט א שווייג. איז די קנאים וועלן זיך ווייטער משוגע און מפטירין כדאתמול.
דער כעס פון די מדינה איז קעגן די אגודה קרייזן וואס נעמען געלט און גיבן גארנישט צוריק פאר די מדינה, און 'זיי' וויל די מדינה רעקרוטן צום מיליטער. לאפיד און די אלע אנטי-חרדים זאגן קלאר, מען קען נישט נעמען אן צוריקגעבן. יעצט וואלטן די סאטמארער זיך געדארפט אויפשטעלן און פראטעסטירן קעגן די אגודה, עטס זעטס ווי ענקער שיטה האט ענק געפירט? אנשטאט גייט סאטמאר און גיט חיזוק פאר די אגודה מיטן פראטעסטירן קעגן גיוס בני הישיבות האגודאים.