קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערנס וועג אין אידישקייט
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
איך זעה א הערליכע תגובה פון א פארווייטוגטע אבער נאכאלץ ליבעדיגע טאטע, די ווערטער וואס זי לייגט צו זאגט ער נישט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
newkave האט געשריבן:דולה ומשקה שרייבט אין א באזונדערע אשכול לגבי די באבובער אסיפת חינוך, אז איינער פון די רעדנערס האט געזאגט אז קיינער פון באבוב איז נישט אפגעפארן.
איז דאס טאקע אזוי?
אין סאטמאר איז אויך קיינער נישט אפגעפארן. די אפגעפארענע זענען מחוץ למחנה און קיינמאל נישט מן המנין, ממילא בלייבט די קהילה אויסשליסליך בלויז חסידים ואנשי מעשה (דער איד) שלומי אמוני ישראל (דער בלאט).
אמת גערעדט, כ'ווייס נישט וועגן באבוב.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
גימפל האט געשריבן:און וואס איז מיט בחירה, שכר ועונש?
בחירה איז רעלאטיוו.
לויט דיין מצב, איז דא א בחירה.
כלומר, עס איז דא אזעלכע וואס זיי האבען נישט קיין יצה"ר צו עריות, אבער האבען א יצה"ר צו גניבה, אנדערע האבען צו שלטנות, אדער צו רשעות, אנדערע האבען צו כפירה, וכו'.
יעדער האט א בחירה אין זיין מצב.
אגב, איז דער ענין פין בחירה עפ"י חסידות גאר אנדרעש, דהיינו, אז לאחר החטא שטעלט זיך אויס אז דער מענטש האט נישט געהאט קיין בחירה, נאר דער אויבערשטער האט אזוי גוואלט, און דער עונש איז פארוואס ער האט נישט מתפלל געוועהן גענוג אז פין הימל זאל מען אים נישט מכשיל זיין.
אזעלכע יסודות האט מען געסטריפט פין היינטיגע חסידות ווייל עס איז דברים שאין הדעת סובלתן, און מען קען דאס נישט אינקאפארעיטען מיט "נארמאלע" מחשבות און הילוך החיים.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:אגב, איז דער ענין פין בחירה עפ"י חסידות גאר אנדרעש, דהיינו, אז לאחר החטא שטעלט זיך אויס אז דער מענטש האט נישט געהאט קיין בחירה, נאר דער אויבערשטער האט אזוי גוואלט, און דער עונש איז פארוואס ער האט נישט מתפלל געוועהן גענוג אז פין הימל זאל מען אים נישט מכשיל זיין.
אזעלכע יסודות האט מען געסטריפט פין היינטיגע חסידות ווייל עס איז דברים שאין הדעת סובלתן, און מען קען דאס נישט אינקאפארעיטען מיט "נארמאלע" מחשבות און הילוך החיים.
וואו און אלט חסידות שטייט דאס, (ר' צדוק זאגט דאס נישט.) אין ניי חסידות האב איך דאס שוין געזען
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
הקטן האט געשריבן:וואו און אלט חסידות שטייט דאס, (ר' צדוק זאגט דאס נישט.) אין ניי חסידות האב איך דאס שוין געזען
כ'ווייס נישט פון וואו איחוד האט עס גענומען, אבער ספרי מוהר''ן ומוהרנ''ת מברסלב שטייט עס אסאך מאל ממש כמעט ווארט ביי ווארט כלשונו.
אבער לאמיר פארגעסן פאר איין מינוט די מקורות. דו האלטסט אז די באשעפער ווייסט בעצם נישט?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
אויב מעגליך, ברענג פליז איין שטיקעל וואס זאגט דאס אזוי ווי איחוד האט דאס געשריבן. (אותיות מחכימות)
פליז נישט פין קיין new age חסידות ווי בגן האמונה.
פליז נישט פין קיין new age חסידות ווי בגן האמונה.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערנס וועג אין אידיש
viewtopic.php?f=47&t=10977
בענין די אסימעטרי אין די מאראליטי און ווער עס דארף זיך צו פירן דא מאראליש, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו דר. דוד בענאטאר׳ס טענה בנוגע אנטינעיטעליזם. ער טענה׳ט (בתוך די סוגיא פון העדאניזם) אז ס׳איז בעצם מאראליש אומריכטיג אראפצוברענגען קינדער אויף די וועלט מכח ווייל ס׳איז דא אן אסימעטרי אין (די אפשאצונג פון) תענוג וצער פאר מענטשן אויף די וועלט (וכעין הגמרא בעירובין יג:, ועיין כאן).
קומט דאך אויס אליבא זה אז א מענטש׳נס עלטערן זענען באגאנגען א מאראלישע עוולה דורכ׳ן נישט אין אכט נעמען די אסימעטרי דערין ווען זיי האבן אים געבוירן. און יעצט בעהט מען פון דעם קינד ווייטער אז אפגעזעהן פון וואס די מאראלישע פליכט אויף א צווייטן [זיינע עלטערן] זענען, דארף ער באטראכטן אין אכט נעמען דאס אסימעטרי ביי מאראליטעט ווען זיינע עלטערן האבן נישט אין אכט גענומען דאס אסימעטרי ביי תענוג וצער וואס דאדורך האבן זיי זיך אויפגעפיהרט אומאראליש לגבי אים מעיקרא מיט׳ן אים מוליד זיין.
אין דעם איז מערקווידיג צוצוצייכענען צום תוס׳ יו״ט (ברכות פ״ז מ״ג):
לעיקוואד האט געשריבן:וועסטו פרעגן, אויב אזוי איז דאך א סתירה, אויב דער טאטע דארף זיין א מענטש הייסט דאך אז דער טאטע האט נישט קיין רעכט צו פאדערן פונ'ם זון, איז חזר הדין אז דער זון קען טון וואס ער וויל. איז דער תשובה אז דער מאראלישער פליכט פון א מענטש צו א צווייטער איז נישט סימעטריש, איך האב א חיוב צו זיין א מענטש אויך צו דער וואס איז נישט א מענטש צו מיר, כל זמן סאיז נישט עובר א געוויסער גבול. ואכמ"ל נקודה זו.
בענין די אסימעטרי אין די מאראליטי און ווער עס דארף זיך צו פירן דא מאראליש, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו דר. דוד בענאטאר׳ס טענה בנוגע אנטינעיטעליזם. ער טענה׳ט (בתוך די סוגיא פון העדאניזם) אז ס׳איז בעצם מאראליש אומריכטיג אראפצוברענגען קינדער אויף די וועלט מכח ווייל ס׳איז דא אן אסימעטרי אין (די אפשאצונג פון) תענוג וצער פאר מענטשן אויף די וועלט (וכעין הגמרא בעירובין יג:, ועיין כאן).
קומט דאך אויס אליבא זה אז א מענטש׳נס עלטערן זענען באגאנגען א מאראלישע עוולה דורכ׳ן נישט אין אכט נעמען די אסימעטרי דערין ווען זיי האבן אים געבוירן. און יעצט בעהט מען פון דעם קינד ווייטער אז אפגעזעהן פון וואס די מאראלישע פליכט אויף א צווייטן [זיינע עלטערן] זענען, דארף ער באטראכטן אין אכט נעמען דאס אסימעטרי ביי מאראליטעט ווען זיינע עלטערן האבן נישט אין אכט גענומען דאס אסימעטרי ביי תענוג וצער וואס דאדורך האבן זיי זיך אויפגעפיהרט אומאראליש לגבי אים מעיקרא מיט׳ן אים מוליד זיין.
ר' שמחה האט געשריבן:חיי אדם חלק א כלל סז
יסכר פי דוברי שקר האומרים שאינם צריכים להחזיק טובה לאב ואם כי להנאת עצמם היו מכוונים וממילא נולד וכיון שנולד מהם נתן הקדוש ברוך הוא הטבע שהאב והאם יגדלו בניהם בטבע ככל בהמה חיה ועוף שמגדלים בניהם ואין הבנים מחזיקים טובה לאבותיהם, יתאלמון וישתתקון ויתחרשון, כדכתיב [תהילים לא, יט] תאלמנה שפתי שקר, כי הם בעצמם מעידים עליהם שהם כבהמה, ולא חלק ה' להם לב לדעת ולהבין. ועל זה אמרו חכמים, כל הכופר בטובתו של חבירו, סוף כופר בטובתו של הקדוש ברוך הוא, דלדבריהם גם אינם צריכים לכבד ולירא מהמקום ברוך הוא, כיון שאנחנו מעשי ידיו של הקדוש ברוך הוא, מהראוי להיטיב ולחמול על מעשי ידיו. ואין ספק, שהאומרים כן שהם כופרים בלבם:
אין דעם איז מערקווידיג צוצוצייכענען צום תוס׳ יו״ט (ברכות פ״ז מ״ג):
דבברכת הזימון תקנו אלהינו ובברכת התורה ה'. אמנם זה מבואר כי המזון הדין נותן לכלכל את ברואיו ולפיכך תקנו זה השם שהוא מדת הדין והוראתו אלהות ואדנות.