הפירוד הנורא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

הפירוד הנורא

שליחה דורך פרישער »

הפירוד הנורא

עס האלט שוין היינט אז מיר זענען שוין מער נישט קיין צאן לטבח, מיר זענען שוין היינט זייער רעספעקטירט, מען רעכנט אויף אינזער מיינינג, יעדע ענין של גשמיות ורחניות, קיקט מען קודם וואס איז דעת הקהל, און אויב איז די דעת הקהל נישט איינשטימיג מיט א געוויסע מיינינג, ברויך מען ארבייטען אויפציטוישן די מיינינג, אבער א מיינינג ברויך זיין.

יעדער איינער מיז שוין היינט נעמען א זייט ווי ער האלט מיט אידישקייט, מען קען נישט מער זיין קיין מלפע פין דער מיטן, יעדער מיינינג מאכט אויס גרויסע זאכען מען קען מיט יעדע מיינינג פוילן גרויסע זאכען,

אמאל האט מען געגעסן מצה געשאקלט לולב געוועין א לוחם מלחמת און געדינט די באשעפער און געוועין א וואוילער איד, היינט קען מען נישט זיין א איד פשוט, מען מיז זיין אדער א זאלונישער איד אדער אן ארוינישער איד, ווייל די פירד ווערט ברייטער און ברייטער,

איך פראביר שוין יארן צי זיין נאטראל, איך בין א סאטמערער בלב, און עס דארף נישט זיין ניקר בחיץ וואס איך האלט בלב, וועים גייט אן צי איך האלט אז קיטל בקר"י פליט אין הימעל אין פוילט אויס אלעס גיט'ס, אדער צי איך האלט אז די מהרז"ל ווייעכט אינדז אפ די שווערע גזירות ווען אימער עס לויערט אויף אינז.

זייט די וועלט'ס ברידער קריג האט אויסגעבראכען בין איך געשטאנען און די זייט נישט געשטיפט און נישט בארעדט, געפירט מיין לעיבן, נישט געקוויטעלט קיינעמען, אבער די צייטען גייען פארביי, עס ווערט פיל שווערער א יעדען טאג וואס עס גייט פארביי, און איך קלער דעיס איז א מזיד שפיל פין ביידע צדדים, צי דערגיין הלנו אתה אם לצרינו.

על פי רוב עולם האט זיך שוין שיין מסדר געוועין צי וועים מען גייט פרעיגן פאר א ישועה, אדער א נאמען געיבן, אבער עס זענען נאך פארבליבען די פאר אנדיסיידעד וואהטס, וואס מען מיז זיי שטיפן לכאן או לכאן, אין די ענינים שפילט אריין אין די מפרדים אין די האנט אריין, ווייל זייט זיי האבען גענימען טשעפען מיט די אינדיווידיאלען האבן עפעס ביידע צדדים שטארק מצליח געוועין

ווער געדעינקט דען נישט אלע יארן ווען מיר האבען געוואוינט האנט ביי האנט פילע קהילות איינער פרימער פינעם צווייטען, אבער קיינעם איז נישט איינגעפאלען אז מען ברויך קיקען אין פאפא קידוש זייל וועימענס פלייש ער האט, א סאטמערע אינגערמאן איז געלאדענט צי א שמחה אין קידוש זייל, איז ער געקימען געגעסען צי די זעט, גענאכבראכעט, און פארגעסען, און די זעלבע פארקערט, האבען דען ווינע אדער פאפא צעילעם נישט געגעסען אין ויואל משה קאנטינענטל אדער פרדס צבי לשמו ולזכרו פין הרב צבי קעסטענבוים זצוללה"ה אוודאי יא.

היינט און דייקי ביי די סאטמערע וועלכע זענען אזוי געקניפט און געבינדען קען מען נישט קימען מער צי א שמחה בענעזאם אן קיין אויפרייסען וועלכע שחיטה האסטי מען וועט דיר ווייזען, געב מיר ציריק מיין דיפאסיט.

היינט איז עס מצה מארגען איז עס מקוה, קען מיר איינער מסביר זיין פאר וואס מיר קענען זיך נישט באהערשן, אין מיר מיזען ווערן מביזה אויף טריט און שריט, אז מען וויל מוחה זיין קעיגען אינטערנעט אויף א גאס, ני אויב גייט מען הערן איינער וואס פארפירט אויף ווילסען אדער אויף יניאן לאט דעיס איז די חיליק עס דאך שניהם דבר אחד אמרו, ביידע זאגען דאך די זעלביגע נבואה, נו וואס איז די חיליק וועים מען הערט אויס, נאר וואס דען דעיס אז מען האט געמאכט צוויי און דעים דירעקט ליגט די הצלחה אויף עפעס א מיסטערעיזע וועיג,

מען מיז אלע מאל האבען א מחלוקה ווייל אן דעים איז נישט אינטערעסאנט, איך זיץ אויף יניאן לאט איך בשעת די אלע רעידעס גייען אן און מען לייגט מיך אין חעס אריין, און די געהויבענע זמן קיק איך מיר אריין אין מיין טריפענע כלי און עס פליען צעפים וצעפות יעדער מיט א וויץ אויפן צד שכנגדו, די מיט מער חיש של הומאר מאכען אויך לצנות אויפן חשבון פין אנדערע חסידות'ן, עס זענען געוועין מער בילדער אין וויצען אין מאמרים ביי יניאן וויפל פערזאנען אויף טעילער, און לכאורה אויך פארקערט, אבער דער עולם איז געקימען, עס זענען געוועין טוזענטער להון ולכון,

ני אלזא האט עס זיכער געלוינט פאר די עסטעבלישמענט, ווייל ווען מען ריפט אויס דעים מי לשם אלי, מלחמה לשם בעמלק, בירגער קריג במשמע, פארטיי איז אין א סכנה, דעיס וועקט אויף די פשיטי עם אין מען מקל'ט ווי מען הייסט, די זעלבע שפילט זיך אפ ביים וואטען, אין ביי יעדע זאך וואס גייט פיטער אראפ, נעמט מען פארפירן אז מען מיז ראטעווען דאס פארטערלאנד אין אזוי קימען עשרת אלפים איש.

מען דארף גיין פראטעסטירן, די סאכדעס מאכט יעדן שני וחמישי א פראטעסט צי איז עס וועד למשמרת שבת שעל ידי סאכדעס, צי וועד מציצה בפה שעל ידיהם, צי צניעית שעל ידי סאכדעס, אלעס צינעזאם באווייזען זיך די זעלבע פערזאנען וואס די אישו גייט זיי בנפשו א שטייגער שבת איז פאר גרינבוים, צניעות פאר קלאר וחביריו, אינטערנעט פאר סקלען, צימערמאן פאר אלע, אבער קיינמאל רעדט מען נישט פין א ריזען עולם, מה שאין כן ווען עס איז א מחלוקה יא, דעמאלץ מיז מען לוחם זיין קעיגן ציונות, די בני ישיבה גייען דאך מארגען פארן צי די מיליטערישע באזע איינריקן, מען מיז דאך שוין היינט אפשרייען די גזירה איידער זימער קימט אן.

און ווייל סאצעך עפעס אויף א מיסטערעיזע אופן יא עפעס געמאכט א שטיקל שלום לחד יומא, איז דאך שיעור בטיל געווארן די גאנצע מעשה, מען איז געוועין איין האר אוועק פין בלויז הינדרעט פערזאנען זאלן זיך באווייזען, האט מען און די שנעליקייט אויפגעברויזט די אנשי ליטא, און תיקף געפויעלט, יעדע איז ציריק אין שוואנק, רעבארן איז ארויס מיט א דרשה פין זיבן מיניט, ווי שווער ער האט געארבייט אז די קרובים מיט די רחוקים, זאלן נהנה זיין מהוד קדשו, אין מהרז"ל מיט גרויס פארזיכטיקייט אויף געלאפן בין ה'טראפן און אזוי זענען כריזי קודש געפלויגען אויף יעדען צעפ גרופע, בקיצור ווען איך האב זיך שבת קודש אינטערעסירט, ביי די ציינונג ליינענדע אידען זעי איך אז דער עולם נעמט די עצרת מארגען זייער ערענסט,אזוי האט דער רבי געהייסן מיז מען פאלגען, איי דער רבי הייסט אויך לערנען און אוועק ווארפען די כלים, אבער איצט ווארט די פארטיי איז א נאנדערע מעשה.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

מתוק.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

פיינע פרישע סחורה. לגופו של דבר דאכט זיך אז דאס איז עולם כמנהגו נוהג. שטעלט אייך פאר למשל די יענקיס וועלן שפילן א געים אבער נישט קעגן קיינעם, למשל סי סי וועט פיטשן און קענא היטן, וועט נישט זיין קיין מנין אין יאנקי סטעדיום. איצט אז ער שפילט קעגן יענעם שטייען פופציג אלפים און ווערן משוגע לאותו דבר. דער מין אנושי איז עפעס נישט מסודר.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

זכה לו.
ר' שמחה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:29 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך ר' שמחה »

שחוטי חוץ (ברענגען פלייש פון מאנטריאל) האט שוין דער בר"מ גע'אסור'ט, טאקע דייקא דייקא (בנוסח רנ"י) דערוועגען ברענגט מען דאס אריין אין 82.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער הא הא לזכרו פונ'ם בעל פרדס צבי זצללה"ה איז מיר די בעסטע געפעלן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 247 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל

שליחה דורך פרישער »

בערעלע איך בין געוועין זיכער אז די וועסט כאפן די וויץ

איצט אין די מיניטן האט שוין איבער געשטיגען די ציפער פין וויצען אין בריוו פין רבנים ווי ביי די אינטענעט סאמאטאכע

איך בין שוין דיזי פין אלע בריווען וואס מאנכע קלערן אז עס מאכט נאך בכלל אויס

ביי מיר האבען זיי נישט געפוילט איך גלייב נאר אין א בריוו וואס איז אדרעסיט צי מיר, אין עדות שרייען בפני נכתב אזוי ווי סיז געפסקעט

איך קען אייך געיבען א גאראנטי ערשט האנטיג אז סיז דא בריווען וואס ליפטערען זיך וואס איך האב אליינס פאבריצירט

א שטייגער מעשה פין יונה קרעפעל מיטן רעבין זיגאליינו

אויב איז נישט אזא סארט בריוו איז עס א פשקעוויל און ווי סיז געברעינגט אין חסידישע ספרים אז מטאר נישט ליינען ווייל עפעס איז א גמטריא עמלק קיגל
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארשפארט