וועלכע מידיא שפילער צו קויפן

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16635
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18952 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19292 מאל

וועלכע מידיא שפילער צו קויפן

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארגאנגען זענען די צייטן ווען מען האט געקויפט א פשוט'ע קליינע טעיפ-רעקארדער, אדער א גרויסע בומ-באקס און סי.די. שפילער, וואס האט זיך געפינען אין א יעדע שטוב פאר קליין און גרויס. דאס איז שוין אלטע נייעס. היינט איז שוין די MP3 עפאכע, טעיפס איז שוין מאן דכר שמיה, סי.די.'ס איז שוין אויך אויף הינערנע פיס, און די MP3 נעמט איין די וועלט.

מיין שאלה איז, וואס קויפט מען אינדערהיים? איך האב א קאלעקציע פון אסאך אלבומ'ס, ווי אויך יעדע נייע סי.די. וואס איך קויף ווערט תיכף אראפגעקאפיעט אויף MP3, און איך וויל האבן א גוטן סיסטעם אינדערהיים. וואס טוט מען?

די פשוט'ע עצה וואס רוב מענטשן נוצן, איז קויפן א iPod און צוקויפן ספיקערס דערצו, עס זענען פאראן צענדליגער סארטן ספיקערס, פון קליין ביז ריזיג, וועלכע באהעפטן זיך ספעציעל צו עפל'ס איי.פאד, און טוט עס רעטשארדזשן אין די זעלבע צייט. עפל איז כמעט די איינציגסטע אויף די מארקעט מיט א אויסוואל פון MP3 שפילער, מערערע סארטן, און לויפן פון 2 גיגאבייטס ביז 160. אויך קען מען האבן א "כשר'ע" איי.פאד קלעסיק, וועלכע האט נישט קיין חששות פון אינטערנעט אדער אנדערע איבלען רח"ל.

מערקווירדיג אז עס איז נאך נישט פאראן קיין עכטער קאמפעטישאן צו עפל. סעמסאנג איז די איינציגסטע וועלכע האט ארויסגעגעבן א געלעקסי שפילער, וואס איז א קאמפעטישאן מיט די איי.פאד טאטש, און ביידע קאסטן עטליכע הונדערט דאלער און האבן אלע רוחניות'דיגע פראבלעמען פון די היינטיגע סמארטפאונס (חוץ טעלעפאן סערוויס, אבער אינטערנעט דורך ווייפיי יא), און ממילא זענען זיי נישט געאייגענט פאר א אידישע שטוב ווי די קינדערלעך זיצן דערביי און שפילן זיך דערמיט.

די אנדערע MP3 שפילער קומען פון קאמפאניס ווי SANSA, און זיי זענען כמעט נישט ווערד, קודם האבן זיי נישט מער ווי 4 ביז 8 גיגאבייטס, און כאטש מען קען צולייגן א SD קארטל איז עס גאנץ קאמפליצירט, איך האב שוין 2 שטיק דערפון און כסדר שטויס איך זיך אן אין פארשידענע פראבלעמען. למשל, אז דו לייגסט ארויף די ניגונים אויף קאמפיוטער #1, וועט עס א צווייטער קאמפיוטער נישט טרעפן. אויך האט עס א פיצעלע סקרין מיט פיצעלע קנעפלעך. און די ספיקערס וואס מען דארף צוקויפן דערצו איז נישט דירעקט, נאר מיט א ווייער וואס טוט זיך כסדר צובייגן און צוברעכן, און איך בין שוין קראנק און מיד בלע"ז דערפון.

נו אויב אזוי, וועט איר שרייען, וואס פארפירסטו? גיי צו עפל, און פטור-אנ-אייסעק. איז אזוי. קודם כל, עפל איז זייער טייער. קאמפעטישאן איז גוט פאר די קאנסומער, און דאס איז נישטא צום געפינען אין דעם פאל. נאכדעם, האב איך גאר אסאך אלבומ'ס אין WMA פארמאט וואס עפל לייענט נישט, און הגם מען קען עס טוישן צו MP3 נעמט עס אסאך צייט און געדולד. און בנוסף לזה, האב איך א ווינדאוס קאמפיוטער (נישט קיין עפל, מעק), און איך האב פיינט דעם קאמפליצירטן איי.טאנס בתכלית השנאה, איך וויל נישט דארפן יעדע זאך אנקומען צו זיינע טובות.

איך וויל וויסן, וואס נוצט רוב עולם היינט-צו-טאגס פאר מוזיק שפילער אינדערהיים? טאמער נוצט איר איינס, זענט איר צופרידן אדער נישט? וואס זענען די מעלות און חסרונות פון יעדע? וואס וואלט איר רעקאמענדירט?
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר