מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

שמעקעדיג האט געשריבן:VIN רעגט מיך אויף
זיי לייגן שיינע בילדער, אבער ביי יעדע עטליכע לייגן זיי אריין אויסגעלאסענע נשים וועלכע גייען דארט אדורך ברחובה של עיר, און זיי טוען דאס בלי שום ספק לגנאי.
עס איז טאקע געווען א שאד אז די גאנצע צייט האבן אדורכשפאצירט אזעלכע פרויען וועלכע זענען נישט געאייגענט פאר די בחורים, אבער מען דארף נאך נישט לייגן 20 בילדער דערפון.
אויך זעה איך דארט היימישע פרויען. זענען געקומען דארט היימישע חברה? איך האב נישט באמערקט.


אויב האסטו ערווארטעט עניטינג בעסער פון ווי"ן, איז דאס דיין שולד. ווי"ן איז א געהעריגע אנטיסעמיטישע סייט. מיר איז מער ניחא צו ליינען פעילד מעסייע
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

הדד בן בדד האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:די ריפארט'ס פאנגען אהן אריינצוקימען

פארווארד
http://blogs.forward.com/forward-thinki ... -came-tog/



The organizers tried their best to hide any anti-Zionist sentiments and focus only on the anti-draft message during the two-hour rally. Speakers on the stage repeatedly asked the crowd to put away any signs with messages against the State of Israel, and there were at least three cases in which protesters physically took down anti-Zionist signs held up by other protestors.

איז דאס וואר? אויב יא, איז סאטמאר א נייע בריה פון היינט און ווייטער, א פשרה'דיגע' פראקטישע און מעינסטריעם סאטמאר מיט א חוש אין פאליטיק צו פאראייניגן א קאליציע אויפן חשבון פונעם ויואל משה. לאמיר זעהן וואס מנשה פילאף'ס אנטווארט צו דעם וועט זיין אין די צייטונג די וואך. ווארשיינליך וועט ער עס לייקענען און באשולדיגן די פארווארד און פלאצן פאר שנאה און פארשפרייטן שקרים.

קען איינער מברר זיין אויב ס'איז אמת אז מ'האט געהייסן אוועקלייגן געוויסע אנטי-ישראל שילדן בשעת ביידע סאטמאר'ע רביים זענען דערביי געווען?



יא, ס'איז אמת, געהערט פון עטליכע משתתפים

אויפן קליפ וואס ראשעקאל האט געלייגט קעמען הערן ווי מ'בעט די בחורים אוועקצולייגן די סיינס
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

קוקענדיג אויפן קליפ פון ראשעקאל, מערקט מען אז ווען ר' זלמן לייב פילאף קומט ווען אן פינעף מינוט פריער וואלט ער אריינגעכאפט צו הערן דאס ערשטע מאל א ר' שמעון שקאף.

אבער דען איגען, ר' שמעון שקאף האט קיינמאל נישט געהערט פון ר' זלמן לייב פילאף.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ס'נישט די זעלבע קליפ
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

גראדע האב איך יא געהערט פון ר' שמעון שקאפף. איך בין שרעקלעך קיהל
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

נאך אינם רושם פונם גרויסע מעמד קידוש השם, וויל איך דאס ארויסברענגן מיט א קאפיטל אין תנ''ך שופטים ה'

לבי לחוקקי ישראל המתנדבים בעם ברכו השם, עורי עורי דבורה עורי עורי דברי שיר קום ברק ושבה שביך בן אבינעם׃ אז ירד שריד לאדירים עם השם ירד לי בגבורים׃

דערנאך רעד זי זיך אפ אויף די שבטים וואס זענען נישט ארויסגעקומען העלפען זייערע ברודער בשעת צרתם,
למה ישבת בין המשפתים לשמע שרקות עדרים לפלגות ראובן גדולים חקרי לב וכ''ו

און שעלט זיי
אורו מרוז אמר מלאך יהוה ארו ארור ישביה כי לא באו לעזרת יהוה לעזרת יהוה בגבורים׃

די מדרש זאגט כי לא באו לעזרת ה'. אתה מוצא כל מי שהוא עוזר לישראל אלו עוזר למי שאמר והיה העולם שנאמר כי לא באו לעזרת ה', לעזרתנו לא נאמר אלא לעזרת ה'. וכל מי שהוא קם על ישראל כאלו קם על מי שאמר והיה העולם שנאמר כי הנה אויביך יהמיום אובינו אין כתיב כאן אלא אויביך.

פון איין זייט זענען אידן ארויסגעקומען לעזרת יהוה בגבורים אויסצושרייען די ווייטאג פון אינזער ברודער פון ארצנו הקדושה, און דערנאך זענען געווען די וואס '' כל מי שהוא קם על ישראל כאלו קם על מי שאמר והיה העולם'', און איך קען דאס נישט מער אראפלייגען ווי רב ראזענבערגער שליט''א (כ'קען קוים ווארטן ער זאל קומען קיין אמעריקע און אים קושען כפות רגליו.)
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

הצלה!

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Es0m9wPksr0[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

ראשעקאל האט געשריבן:http://www.jta.org/2013/06/09/default/thousands-of-haredim-protest-in-lower-manhattan



To passersby on Sunday, the crowd had a simple message, one that rings sympathetically to American ears. It’s a savvy move, and one with the added benefit of obscuring the anti-Zionism that is at the heart of the protest.


לינקן צום פארווארד'ס אבזערוואציע.
אבגד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך אבגד »

יואליש האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:די ריפארט'ס פאנגען אהן אריינצוקימען

פארווארד
http://blogs.forward.com/forward-thinki ... -came-tog/



The organizers tried their best to hide any anti-Zionist sentiments and focus only on the anti-draft message during the two-hour rally. Speakers on the stage repeatedly asked the crowd to put away any signs with messages against the State of Israel, and there were at least three cases in which protesters physically took down anti-Zionist signs held up by other protestors.

איז דאס וואר? אויב יא, איז סאטמאר א נייע בריה פון היינט און ווייטער, א פשרה'דיגע' פראקטישע און מעינסטריעם סאטמאר מיט א חוש אין פאליטיק צו פאראייניגן א קאליציע אויפן חשבון פונעם ויואל משה. לאמיר זעהן וואס מנשה פילאף'ס אנטווארט צו דעם וועט זיין אין די צייטונג די וואך. ווארשיינליך וועט ער עס לייקענען און באשולדיגן די פארווארד און פלאצן פאר שנאה און פארשפרייטן שקרים.
קען איינער מברר זיין אויב ס'איז אמת אז מ'האט געהייסן אוועקלייגן געוויסע אנטי-ישראל שילדן בשעת ביידע סאטמאר'ע רביים זענען דערביי געווען?

א בחינה פון ״טאטע שיק מיר הויזן״, מ׳הערט וואס מ׳וויל, נאר די אמת איז אזוי ווי מ׳האט גערופן די ליטווישע עולם און א טייל פון דעי זענען נישט געשטימט מיט אלע פרטים וואס סאטמאר האלט, ע״כ האט מען זיי נישט געוואלט שטעכן אין פנים אריין, האט מען נישט געוואלט טוהן אזעלעכע זאכן וואס זיי זענען נישט געוואוינט וואס פעלט נישט אויס פאר די מערכה, ווי למשל שרייען פ.., ווי אויך דאס האלטן די פלאקאטן, ווי אויך די רעדנערס האבן קלאר ארויס געברענגט די חורבן פון די עצם מדינה אהן די גזירה אויך, נאר בעיקר געשריגען אויף די ענין העומד על הפרק, איז עס גארנישט קיין שלעכטע זאך אדרבא געארבעט מיט שכל.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

עס איז גאר אינטערעסאנט אז דער המבשר פון היינט האט אנגענומען א פולקאמע שטיל שווייגעניש! ביז היינט האבן זיי יעדן טאג געדעקט שיין דעם פראטעסט, און היינט דערמאנען זיי נישט קיין ווארט דערוועגן! אנשטאט רעדן זיי פון די דורכגעפאלענע - הרב שטיינמאן אינציאנירטע - פראטעסט ביים כותל. דאס האט מען ערווארטעט פונעם יתד, נישט פון המבשר. סאמטינג גאואינג אן הער.

אפשר איז דער שלימות הארץ׳דיקער פרוש ברוגז אז ר׳ נחמן שטויבער האט גערעדט קעגן ציונות? אדער איז דאס די ארבעט פון חזו״א 5 וואס מאכן זיכער אז אלע אנגלא אידישע וועב סייטס זאלן האבן אויפן קעפל דאס בילד פון דעם צודרייטן שפיטיווקער מיט זיין שילד קעגן הרב שטיינמאן, און דאדורך לייגן דרוק אויף די איזראעלי חרדי׳שע מידיע אז מעלדן דעם פראטעסט איז א מלחמה אויסרוף מיט הגראי״ל? ווער ווייסט. פאני איז עס זיכער.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

זר זהב האט געשריבן: אויפן קליפ וואס ראשעקאל האט געלייגט קעמען הערן ווי מ'בעט די בחורים אוועקצולייגן די סיינס


אמת. ער זאגט נישט פארוואס, נאר אז די רבנים האבן געזאגט בחורים זאלן נישט ארומגיין מיט קיין סיינס.
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

מיר טוט וויי איין זאך, עס איז געווען דא א מעכטיגע פראטעסט מיט אלע קליפערלעך, שטארק און געלונגען, א פרידליכע שטומינג האט געהערשט און די לופט, און ווי נאר די מעמד האט זיך געענדיגט האט זיך דער עולם ברידערלעך און רוהיג צושפרייט, אז ס'געווען א נחת צו קוקן.

פון די אנדערע זייט, ווען די זעלבע דעמאנסטראציע וואלט ווען פארגעקומען אין מיטל מזרח, און א שטאט וואס הייסט ירושלים וואלט נאכן פראטעסט פארגעקומען ביליגע מיעוסע ראיאטן, מיט שטיינער און פייערן, ס'איז א שרעק צו קוקן די אלע קליפס פון נאך אזא פראטעסט, מען געדענקט שוין גארנישט די דרשות און החלטות פונעם מעמד, מ'געדענקט בלויז אז מ'האט פיין מסדר געווען די משטרה, און מ'פיהלט זיך נאך מיליאן.

דארט און ארץ ישראל האבן די פאליציי פיינט די חרדים שנאת מוות צוזאמען מיט אלע חילונים פון די מדינה,שטייסטו און די צינדסט זיי אונטער, און נאכדעם ווייסטו נעבאך נישט וואס מ'וויל פון דיין לעבן האבן, ווי איז אביסל שכל?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אבגד, כ'האב נישט פארזעהן די חלק הפאליטיק און חכמה וואס שטעקט אין די מאוו פון כובש זיין די פראטעסט צום עצם המדינה. אזא שריט איז מעשים בכל יום אין אלע ווינקלן פון פאליטיק. מיין שאלה איז אבער אויב סאקמיר רב וואלט געשפילט אזא פאליטיק. איז דא אזא פרעצעדענט? מיין איינדרוק איז אז פונקט פארקערט, ער וואלט געהאלטן אזא פאקט וואלט געדינט ווי א קאנסעסיע אויף א קארדינאלע פרינציפל כדי צו בויען אן אגודה אחת, א קאליציע. מיר ליגט אין קאפ א מעשה ליסתור אז ער האט בשום אויפן נישט געוואלט מ'זאל אים איינטיילן צו זיך איינהאלטן פון האקן אויך די מדינה אפי' ווען די פרייז איז געווען דאס פארלירן אנדערע קרייזן. מיין זכרון זאגט מיר אז ס'איז געווען אזא אסיפה מיט די ליטווישע און ס'איז געווען א דיעל, וואס סאטמער רב האט געבראכן, און זינט דאן האט ער בלויז געמאכט שבת פאר זיך כדי נישט צו ברויכן איינגיין אויף אזוינע פשרות.

אדרבה, זאלן די היסטאריקער און "שיטה" עקספערטן מברר זיין דאס עסק.
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

ווער סווייסט היסטאריע פלעגט דאס אמאל זיין דער נארם ביי די פראטעסטען, אויף די בילדער פון יענע יארן קענסטי נישט טרעפן א ווארט קעגן די עקזיסטענץ פון די מדינה
דער יושב ראש דער וואדעסלאווער רב פלעגט מאכן זיכער צי דערמאנען איבערן קיום המדינה זעלבסט
דאס אנחזערען מיט פלאקאטן איבער די שלש שבועות איז אינגאנצען אלט 10 אדער 15 יאר
איך האב הנאה אז דאס מאל האט מען און אכט גענומען אז נוטרנא זאל נישט מישען מיט זייערע אגענדעס.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

מיר דוכט זיך אז אין טעאריע איז ער איינגעגאנגען דערויף כדי צו קענען האבן אנדערע קרייזן, אבער ווען סאיז געקומען למעשה האט ער נישט געקענט איינהאלטן זיין ווייטאג איבער די עצם קיום מלכות המינות.

די שבת פאר זיך האט ער נישט געמאכט, די אנדערע קרייזן האבן געמאכט סזאל ווערן אזוי. זיי האבן זיך נישט געוואלט צו שטארק צושטעלן. און מצד די ״סאטמאר איבער אלעס״ מענטאליטי וואס האט געהערשט אין סאטמאר איז טאקע נישט געמאכט געווארן צופיל אנשטרענגונגן צו אקאמאדירן די אנדערע קרייזן ביז עס איז צוגעקומען אז זיי זאלן בלייבן אליין.

גראדע לגבי די זאך גופא איז דאך ידוע זיין מיינונג אז פאר די גוים אויף ענגליש זאל מען נישט רעדן קעגן די עצם קיום המדינה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

בעריש האט געשריבן:ווער סווייסט היסטאריע פלעגט דאס אמאל זיין דער נארם ביי די פראטעסטען, אויף די בילדער פון יענע יארן קענסטי נישט טרעפן א ווארט קעגן די עקזיסטענץ פון די מדינה
דער יושב ראש דער וואדעסלאווער רב פלעגט מאכן זיכער צי דערמאנען איבערן קיום המדינה זעלבסט
דאס אנחזערען מיט פלאקאטן איבער די שלש שבועות איז אינגאנצען אלט 10 אדער 15 יאר
איך האב הנאה אז דאס מאל האט מען און אכט גענומען אז נוטרנא זאל נישט מישען מיט זייערע אגענדעס.


קען זיין ביסט גערעכט, און כ'וואלט געוואלט הערן מער איבער דעם. אבער צו זאגן אז דאס איז אן אנטוויקלונג בלויז אין די לעצטע צען פופצען יאר איז א ראדיקאלע גוזמא. ס'איז לכאורה געווען גאר ווינציג פראטעסטן אין די צען פופצען יאר ווען סאטמאר איז געווען פארנימען מיטן זעלבסט-צושפליטערונג. די לעצטע דרייסיג יאר זענען די פראטעסטן געווען לויטער סאטמאר, אן קיין שום קאליציע, און אזא פשרה האט ניטאמאל אויסגעפעלט. איז די שאלה וועלכע פון די בראשית יארן פראטעסטן איז נישט געווען אנטי מדינה אין מעסעדזש?
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

איבער די ענין פון סיינס ווי איך האב פארשטאנען איז געווען צוליב דעם וואס די ליטאים האבן אויך מיטגעברענגט סיינס און מ'פארלירט קאנטראל וואס ס'שטייט און וואס די מעסעדזש איז.

איבער די חלק המחאה, איך האב נישט ממש אויסגעהערט יעדעס ווארט פון די רעדנערס, אבער רבי יעקב ווייס האב איך יא אויסגעהערט און ער האט פיין געהאקט קעגן דעם גאנצן רעיון הציונות, ווי ס'קוקט אויס האט ער זיך בכלל נישט גערעכענט מיט די ליטווישע און חסידישע משתתפים וואס האבן נאך קיינמאל נישט פראטעסטירט קעגן די ציונים.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

בעריש האט געשריבן:איך האב הנאה אז דאס מאל האט מען און אכט גענומען אז נוטרנא זאל נישט מישען מיט זייערע אגענדעס.


יעקב שפירא איז נוטרנא'ס ווארטזאגער.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אדונינו מורינו ורבינו מסאטמאר (550 בעדפארד) קומט אן צום פראטעסט

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=O2Qve0BjNTs[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זשאאיש פרעס
http://www.jewishpress.com/news/photos/ ... 013/06/10/

"The way these guys can mobilize and organize, it’s a crime they’re not serving in the army."
:lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יואליש האט געשריבן:
בעריש האט געשריבן:ווער סווייסט היסטאריע פלעגט דאס אמאל זיין דער נארם ביי די פראטעסטען, אויף די בילדער פון יענע יארן קענסטי נישט טרעפן א ווארט קעגן די עקזיסטענץ פון די מדינה
דער יושב ראש דער וואדעסלאווער רב פלעגט מאכן זיכער צי דערמאנען איבערן קיום המדינה זעלבסט
דאס אנחזערען מיט פלאקאטן איבער די שלש שבועות איז אינגאנצען אלט 10 אדער 15 יאר
איך האב הנאה אז דאס מאל האט מען און אכט גענומען אז נוטרנא זאל נישט מישען מיט זייערע אגענדעס.


קען זיין ביסט גערעכט, און כ'וואלט געוואלט הערן מער איבער דעם. אבער צו זאגן אז דאס איז אן אנטוויקלונג בלויז אין די לעצטע צען פופצען יאר איז א ראדיקאלע גוזמא. ס'איז לכאורה געווען גאר ווינציג פראטעסטן אין די צען פופצען יאר ווען סאטמאר איז געווען פארנימען מיטן זעלבסט-צושפליטערונג. די לעצטע דרייסיג יאר זענען די פראטעסטן געווען לויטער סאטמאר, אן קיין שום קאליציע, און אזא פשרה האט ניטאמאל אויסגעפעלט. איז די שאלה וועלכע פון די בראשית יארן פראטעסטן איז נישט געווען אנטי מדינה אין מעסעדזש?

איך געדענק פאר 20 15 יאהר צוריק ווען מ׳איז געגאנגען פראטעסטירן ביי וואל סטריט איז געווען א רעדע אז סאטמאר זאל מיטקומען, אבער דער איד (א ל קעניג וחבריו) איז געווען פול מיט סטעיטמענטס אז מ׳מוז אויך רעדן קעגן די מדינה, און אויב זיי ווילן נישט איז טייטש אז א סאטמאר איד האט נישט וואס צו זוכן דארט.
און דאס איז געווארן די צענטער פון די טענות דארף מען יא דערמאנען מדינה הטמאה אדער דארף מען נישט.
איז יואליש לכאורה יא גערעכט אז ס׳איז א נייער פרעצעדענט אז מ׳האט מפשר געווען כדי זיך אויסצוקומען מיט די אנדערע קרייזן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=eHvrf6K77-4[/youtube]

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=jbVMnI1RSbg[/youtube]

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8_DTAjQQmDc[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פארשפארט