ווי א וואוילער אינגל וועם דער רבי שיקט ארויס פון א קלאס איינמאל א יאר "ווייל יעדער מוז עס אמאל שפירן", בין איך נעכטן זונטאג פרשת חקת געגאנגען זיך באטייליגן אינעם דעמאנסטראציע אנטקעגן דעם שוידערליכן גזרה וואס שוועבט ווי א שווארצער וואלקן אויף גאנץ כלל ישראל, דאס איז דאך דער טרויעריג-בארימטער חוק גיוס בני הישיבות היל"ת רח"ל. זיצענדיג אויף די ווייסע פלאסטיק בענקלעך, האב איך זיך צוגעהערט מיט גרויס דורשט צו די דרשות וועלכע זענען - צו מיין סורפרייז - געזאגט געווארן אין אידיש, כדי אויפצופלאמען די הערצער פון נפתלי בנט און יאיר לפיד זיי זאלן זיך שוין אפלאזן פון די טויזענטע בחורי הישיבות וואס האלטן נישט ביים צושטעלן א פלייצע צו א מדינה וועלכע איז דאך מעיקרא געבויעט געווארן נגד רצונם, ווי דער רבי שרייבט דאך שוין קליפ און קלאר אין ויואל משה אז די ציונים זענען דאך די צינדער פונעם פייער און ווי וואגן זיי זיך צו רופן די בני הישיבות זיי צו העלפן לעשן דעם פייער היל"ת. נישט אז כ'האב פארשטאנען וואס די פראטעסט קען דען אויפטאן. אבער אז די גדולים הייסן, מוזן מיר דאך מקיים זיין דעם ועשית ככל אשר יורוך, און אז דער רבי האט געהייסן פרייליך זיין, איז מען פרייליך און מען פרעגט נישט קיין קושיות. אפנים, זיץ איך דארט אויפן בענקל און כ'זאמל זיך אן אינספיראציע און חיזוק, הויפענעס ווערטער און סיפורים פונעם רבי זכותו יגן עלינו, בבחינת האמנתי כי אדבר, ווי מער מ'רעדט, אלץ מער ווער איך איבערצייגט אז גיוס בני הישיבות איז טאקע א געפערליכע סכנה.
אבער דאן, פלוצלינג, פון איין מינוט אויפן צווייטן, אזוי אומגערישט, איז מיר אנטפלעקט געווארן דער אמת'ער סיבה פארוואס מ'איז זיך צוזאמגעקומען. איך האב זיך געשעמט פאר מיר אליין, ווי קען זיין אז כ'בין אזוי נתטפש געווארן אז כ'האב נישט פארשטאנען וואס יעדער בר בי רב דחד מנינא פארשטייט? הערט און שטוינט. צווישן איין דרשה און די נעקסטע, הער איך אויף דעם הויעכהילכער אן אויסרוף: "רבותי, ס'איז עק וועלט!" כ'בין דערציטערט געווארן. דא לדא האבן זיך גענומען נוקש זיין. וואס קען דאס דען זיין? עק וועלט! ארמאגעדאן! רבונו של עולם, ס'כאפט א ציטער. מיט שרעק נייג איך צו אן אויער. אין מיין מוח לויפן פארביי כל מיני מחשבות. 'וואס קענען זיי מיינען? חוק הגיוס? נע, קען נישט זיין. פאר דעם מאכט מען דאך דא דעם מאסן דעמאנסטראציע! איך בין זיכער אז די רבנים און עסקנים ווייסן וואס זיי טוען און אז זיי האבן פאררופן דעם פראטעסט איז דאך פשט אז זיי פארשטייען אז דאס וועט אפשטעלן דעם גזירה פון אדורכגעפירט ווערן. אפשר מיינען זיי דעם חורבן האינטערנעט? קען אויך נישט זיין. מ'האט דאך הערשט אפגעאטעמט פון די ריזיגע כינוסים תחת כיפת השמים, ווי טויזנט-קעפיגע מאסן זענען אויפגעקלערט געווארן איבער די געוואלדיגע סכנת האינטערנעט און מאחורי הפרגוד הער איך אז נאך כינוסים ווערן געפלאנט פאר די קומענדיגע וואכן, אלעס זיך צו שלאגן מיט די שרעקליכע חורבן הטעכנעלאגיע! פארוואס שרייט דער הויעכהילכער "רבותי, ס'איז עק וועלט!"?
דער בעל דרשן שטעלט זיך אפ פאר א רגע, ווי ער וואלט געוואלט געבן דעם עולם די געלעגנהייט זיך אונטערצוגארטלן פאר די המשך הדברים. "רבותי, ס'איז עק וועלט! עס איז נישטא גענוג בענקלעך אויפן אויבן-אן! מ'בעט ווער ס'באלאנגט נישט אויפן אויבן-אן זאל אראפגיין כדי צו מאכן פלאץ פאר די רבנים! ס'איז עק וועלט!"
רבותי, ס'איז עק וועלט!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
איך האב אויך געטראכט די זעלבע
א באנדע משוגעים,נישט קיין פערפעשענלס פירען אן די גאנצע הא הא, מרעדט נישט צום זאך, און אלעס איז גוט
אזוי אויך דער איצא גליק האט עפעס נישט געוויסט די סדר פון קבלת עול מלכות (פון זאל ער יא וויסען?)
״איך בין מיד און קראנק פון די מענטשליכע געמויזאכטץ״
א באנדע משוגעים,נישט קיין פערפעשענלס פירען אן די גאנצע הא הא, מרעדט נישט צום זאך, און אלעס איז גוט
אזוי אויך דער איצא גליק האט עפעס נישט געוויסט די סדר פון קבלת עול מלכות (פון זאל ער יא וויסען?)
״איך בין מיד און קראנק פון די מענטשליכע געמויזאכטץ״
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל