NAVY SEAL האט געשריבן:פרומאק האט געשריבן:ווער דארף האבען די פיצא געשעפטן ווי מען זיצט ל"ע בתערובות מענער און פרויען און מען זעט נאך אהן מיט די אויגן ווי אנדערע פרויען עסען, און חלילה קומט מען צו אז ווען מען גייט קומט מען צו אפילו נגיעות אסורות רח"ל.
רבותינו הקדושים האבען תמיד געוויינט אויף די אורך הגלות פין דער זעלבער עבירות. און דער שטן לאזט נישט אפ.
איין ווינקעל איז נאך געבליבען ווי אידן ווילען נאך טון דער רצון הבורא ית' קומען די עירב רב צוגיין און מאכען אהן פרישע געשעפטען און קרענק.
ווער ווייסט וואס דער געשפטען קענן נאך אונז אנברענגן. באלט וועט מען הערן ל"ע גיטין וואס דער מקור איז געווען פין די געשעפטן. מען דארף זיי צומאכן אפילו מיט געוואלד. פארוואס איז נאך נישט געווען קיין פראטעסטן דארט? וואס שלאפט דער עולם? וועקט אייך אויף צו די ביטערע מציאות פין די זנות געשעפטן.
זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן, וואס האט א עסן געשעפט מיט נגיעות אסירות? זנות? דו האסט שוין געהערט פון איינעם וואס איז געזעצן אין א רעסטאראנט אין אנגערירט א פרעמדע פרוי ווייל ער איז יעצט און א רעסטאראנט? אפשר גייסטו נישט ארויס פון דיין הויז ווייל און גאס דרייען זיך הונדערטער און טויזענטער פרויען און דו קענסט נכשל ווערן 100 מאל א טאג? יא יא נאר דאס האט עטץ אינזין זנות זנות און נאכאמאל זנות, נו אויב אזוי זענט עטץ אין איין קאטאגאריע מיט נחום ראזענבערג וואס איז ביזי מיט דעם 24/7 ,אבער נישט פארגעסן ווען משמירט אונטער הערשל קלאר דעמטאלטס איז אלעס מותר, שוין נישט דא קיין פראבלעם מיט זנות אין מיט נגיעות אסורות.
דו כאפסט נישט איז פרומאק איז סארקאסטיש? וויפיל תגובות דארף ער שרייבן מ'זאל זעהן אז ס'איז כל כולו סארקאזם..