כ"ק קאווע טרינקער שליט"אאין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט דורך די ווייסע הויז פרעס סעקרעטאר אז אין א אומגעווענליכער שריט האט פרעזידענט אבאמא טעלעפאנירט דעם איזרעלישן ראש הממשלה ביבי נתניהו און אים פארגעהאלטן; "היתכן מען צווינגט אריין חרדיש'ע בחורים אינעם ציוניסטישן ארמיי"!
אבאמא האט קלאר געשטעלט פאר ביבי אז אמעריקא דרייט זיך איבער ווען איבער הונדרעט טויזענט הסידים האבן זיך פארזאמעלט אין ניו יארק צו דעמאנסטרירן די אומבארעכטיגטע אקט פון צווינגן חרדים אין מיליטער!
ביבי האט זיך אנטשולדיגט פארן פרעזידענט איבער די אומאנגנעמליכע סוטאציע וואס זיין קאבינעט האט אומדירעקט גורם געווען פאר אמעריקא אבער האט צוגעלייגט; "וואס זאלן מיר טוהן? מיר ברויכן דאך א שטארקע מיליטער קראפט אפצושלאגן אונזער שונאים פון ארום"! אבאמא האט נישט נאכגעלאזט און געזאגט אז די ראבייס טענה'ן אז; "דורכן לערנען תלמיד איז מען ענדערשט באהיט פון די פיינט"! אויף דעם האט ביבי א בייסיגער פארגעשלאגן; "זאל אמעריקא ארויסצוהען אירע טרופען פון די פיינטליכע לענדער און אנשטאט אויפבויען תלמיד'ישע אינסטעטאציעס".
אויף דעם האט אבאמא צוריק געטענה'ט; "עס איז א גרויסע נפק"מ ווען די רעדע איז פון א אידישע לאנד וואס אין אזא פאל ברויך מען זיך רעכענען מיט די תלמיד, משא"כ אמעריקא וואס איז געבויט אויף פרייהייט פרינציפן אן קיין רעליגיע דערין".
ווען א רעפארטער האט אנגעפרעגט ביי דזשאול פון וויליאמסבורג וואס וויל נישט ארויסגעבן זיין פולען נאמען איבער דעם, איז זיין אנטווארט געווען; "די רבנים זענען נישט געווען צופרידן פון אבאמא'ס טענה זאגענדיג אז דער מדינה האט נישט קיין שום שייכות מיט אידישקייט".
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)