ווער איז בעה"ב: דער מאן אדער די ווייב?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

ווער איז בעה"ב: דער מאן אדער די ווייב?

שליחה דורך John Doe »

ס'זעהט אויס ווי רוב עולם ביי אונז זיצט איינגעלייגט אונטערן טיש און ציטערט פון די ווייב אימת מות. א מאן האט קוים א ווארט אין שטוב, ווער רעדט נאך אין קאך, אדער בנוגע מעבל, געשיר און אנדערע שטוב זאכן. פון זאת חנוכה טאר מען נישט אריין - נישט דא - נישט דארט - "ס'שוין פסח'דיג!" "יויש! צום וויפילטן מאל דארף איך זאגן, נוץ נישט די פענסי האנטעך אין טוילעט!!" (וואו דען זאל איך זיך אפווישן פאר א גוט יאר??), איר קענט אליין צולייגן נאך משלים...

ערגסטע איז ווען ס׳קלאפט אויס אין האקעלערע עניינים. למשל ווען איינער וויל זיין ווייב זאל עפעס טוישען, אפשר די היטל אירע זאל זיין אביסל מער אפ טו דעיט, און ער פראבירט מיט רמזים און מיט נערוועזע אקווארד געשפרעכן ארום און ארום (וואס זאגסטו צו מומע בלומא'ס נייע קאפל? די שנור, זי איז עפעס פענסי, ניין?... מיין חבר זאגט מיר אז אין קאווע שטיבל האט מען גערעדט עפעס פון פרויען היטלעך...) דערווייל ווערט ער רויט און גרין ווי א קאטשקע נאך תשליך און ס'איז בושות. יעצט גייט אים שוין בנפשו אויף עפעס צו באלעבאטעווען, גייט ער אין ביהמ"ד און ווינקט פארן בחור'ל אנצוהייבן הויכע שמענעסרע, און אין א שווערע טאג הייסט ער די גוי ברענגען א מאפ ווייל די פלאר אין פאליש איז קלעבעדיג, א קיצור ער איז אויף געהאקטע צרות. ער איז ווי א מאשקע אהן א פריץ, א שלאס אהן א טיר, א זכר אהן קיין השפעה, א מאן אהן ביצים, א דער ערד ליגער, א שלימזל, אן עוורידש חסידישער יונגערמאן, נישט קיינעם געדאכט.
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר