ברסלב'ער האט געשריבן:איך ווייס נישט אויס עס איז בכלל מעגליך צו מאכן איינעם גלויביג, ווייל "גלייבן" מיינט ווען מען פארשטייט עס נישט, און אויב דו ווייזט עס אויף מיט ראיות ברורות איז עס שוין נישט קיין "אמונה".
אלע אותות ומופתים קען מען אפפרעגן מיט חכמות, עס בלייבט נאר איבער די פשוטע אמונה.
רבי נחמן ברסלבער זאגט אז אפילו מתן תורה האבן די אידן אויך געקענט אפפרעגן מיט חכמות, און דאס איז געווען זייער גרויסקייט אז זיי האבן אוועקגעלייגט זייערע חכמות און געגלייבט בפשיטות ותמימות.
און פארוואס זאל מען טאקע גלייבן די אמונה פשוטה? ווייל עס לוינט זיך דיר? ווייל עס האט נישט קיין ראיות? ווייל מ'איז אזוי אויפגעוואקסן?
אגב, אויב מען נוצט די אמונה פשוטה ווען עס קומט צו אידישקייט, פארוואס זאל מען אויפהערן צו נוצן אמונה פשוטה ווען עס קומט צו אפיקורסות און זאגן אז מען דארף גלייבן באמונה פשוטה אז עס איז נישטא קיין גאט?
איך זוך אודאי נישט צו אוועקנעמען דיין פריוואטע אמונה פשוטה, אויב דיר איז דאס לעבן באקוועמער אזוי וועל איך דאס נישט צושטערן. אבער צו זאגן פאר א צווייטן אז אידישקייט אז באזירט אויף אמונה פשוטה איז אביסל סכנה'דיג אין א דור פון אינפארמאציע.
שפעטער האב איך געשריבן:
אויב דו וועסט מחנך זיין דיין קינד אז מ'דארף פאסטן יום כיפור און עסן בלויז הארטע מצה גאנץ פסח נישט ווייל דו האסט עס דרוכגעטון און דו ביסט געקומען צו די מסקנא אז דאס איז די ריכטיגע מהלך, נאר ווייל... אמונה פשוטה.
דערנאך ווערט דיין זון עלטער און ער זעט אז עס זענען דא שיטות אין פילאזאפיע און אין סייענס וואס זענען געבויט אויף פעסטע ראיות און הנחות, און עס הייבט זיך אן א קאנפליקט וועמען ער זאל ענדערש גלייבן, זיין איגנאראנט-איך-גלייב-ווייל-איך-בין-א-נאר טאטע אדער דעם קלוגן סייענטיסט אדער פילאזאף וואס האט שטודירט צענדליגער יארן, וועמען ערווארטסטו ער זאל גלייבן?
אויף דעם האב איך באקומען אן ענליכע שאלה פון עטליכע ניקים דא, איך וועל פארלייגן די שאלה כלשונה פון איינער פון אונזערע/מיינע טייערע ידידים:
א גוטן הרב יאיר.
איך וויל פארשטיין פארוואס דו און נאך אסאך אין שטיבל האלטן אז סייענס איז א סתירה מיט די אמונה.
איך האב באמת קיינמאל נישט געלערנט סייענס, אבער לויט וויפיל איך פארשטיי, איז די דעפענישאן פון סייענס ארויסצוהאבן פונקטליך ווי אזוי די וועלט ארבעט, און די סייענטיסטן זענען אויפגעקומען מיט געוואלדיגע זאכן, אבער ווי אזוי אין די וועלט קענען זיי אויספיגורן ווער עס מאכט די וועלט ארבעטן, אויב דאס געשעהט פון זיך אליינ'ס, אדער גאט שטייט אונטער דעם.
לא ראינו אינו ראי'. אז מען זעהט נישט אז עס איז דא א גאט איז דאס נישט קיין ראי' אז עס איז נישטא, קענסט נאר אזויפיל אויפווייזן אז מען קען עס נישט אויפווייזן.
אבער קאמען סענס זאגט אז עס זיכער דא איינער וואס שטייט עפעס אונטער די הערליכע בריאה, עס געשעהט נישט פערצופאל אזא שיינע זאך.
ממילא האב איך נישט פארשטאנען פארוואס דו זאגסט אז אויב א טאטע גלייבט נאר באמונה פשוטה, וועלן זיינע קינדער - וואס וועלן לערנען סייענס - האבן פראבלעמען מיט די אמונה.
און פון די אנדערע זייט, ווי אזוי זאגסטו אז דו פארשטייסט נישט וואס עס מיינט "אמונה פשוטה", אדרבה, אויב דו ביזט א מאמין, וויל איך וויסן ווי אזוי קענסטו טאקע אויפקומען מיט סייענטיפישע באווייזן צו גלייבן אין גאט און אין תורה ומצות.
איך וואלט זייער שטארק געוואלט הערן וואס דו האסט צו זאגן אין דעם נושא, איך זעה אז דו האסט א גוטער מח, און דו האסט אסאך געליינט/געלערנט, און כנראה ביזטו אן ערליכער איד.
קודם מוז איך מגלה זיין אז איך האב הנאה געהאט פון די שאלה און פון די קאמפלימענטן, בעיקר פון די לעצטע זעקס ווערטער. יעצט וועל איך פארלייגן די תשובה וואס איך האב אים געענטפערט:
צום ערשט וויל איך דיר באדאנקען פאר'ן בארייכערן דעם פארום מיט דיינע הערליכע געדאנקען. איך האב גרויס פארגעניגן צו ליינען דיין שרייב ווערק, דו האסט א באזונדערע ישרות, קלוגשאפט אין דרך החיים, און מידת הטוב וואס מען טרעפט נישט אפט.
דו פרעגסט גאר גוטע קשיות, איך האב הנאה אז דו טשעלענדזשט מיך, און איך וועל פרובירן צו ענטפערן כאטש א חלק פון זיי.
סייענס איז בעצם אן עקסטענדעד חלק פון לאגיק. דער שורש פון סייענס איז "טראסט אין די בריאה". דער סייענטיסט גלייבט אז אונטער די בריאה איז דא א סדר און א לאגישע סיסטעם, און אז דער מענטש האט די וואונדערבארע מתנה פון קענען דערגיין וואס די לאגיק איז. די צוויי גרעסטע סייענטיסטן אין די היסטאריע, אייזיק ניוטאן און אלבערט איינשטיין, זענען געווען טיף גלויביגע מענטשן, זיי האבן ביידע געגלייבט אז ס'איז דא א העכערע כוח וואס שטייט אונטער די בריאה, און איז גורם אז די וועלט זאל זיך פירן מיט חכמה און מיט א סיסטעם, און דאס האט זיי געשטופט זיך צו פלאגן און מאטערן העכער זייערע כוחות צו דערגיין די חכמה נפלאה וואס ליגט אונטער די בריאה. יעדער סייענטיסט גלייבט אין דעם, נישט קיין חילוק צו ער איז יא מודה אדער נישט.
די סיבה פארוואס א גרויסע חלק סייענטיסטן זענען אטעאיסטן איז וויבאלד סייענס איז געווארן אזוי פארגעשריטן און האט געברענגט אזויפיל וואונדערליכע זאכן, אז זיי האבן פארגעסן אז דער יסוד פון סייענס איז אמונה. אמונה מיין איך נישט אין דעם סענס וואס מיר רופן היינט, נאר אמונה מיין איך אזוי ווי אין תנ"ך, טראסט. (אזוי ווי למשל אין די משנה אל תאמין בעצמך עד יום מותך, וואס מיינט טראסט דיך נישט צו שטארק). דער סייענטיסט האט טראסט אז די בריאה האט געזעצן וואס פירט עס, און אז אונטער אלעם ליגט א טיפע פארשטאנד, דער טראסט שטופט אים צו דערגיין בעסער און טיפער די חכמה פון די בריאה.
אבער אפילו נאכדעם וואס מען גלייבט שוין אין סייענס, איז מצד א סייענטיסט קען די חכמה אונטער די בריאה זיין טרוקענע, בלינדע געזעצן. מיר אידן גלייבן אבער מער ווי דעם. מיר גלייבן אז אונטער דעם איז דא א לעבעדיגע כוח וואס פירט די וועלט וואס צוליב די העכערקייט דערפון קענען מיר עס נישט משיג זיין און מיר רופן עס 'גאט'. מיר גלייבן אויך אז כאטש גאט האט אריינגעלייגט פון זיין אייגענע חיות אין די גאנצע בריאה כדי עס זאל זיך האלטן און לעבן, האט דער מענטש באקומען א גרעסערע חלק פון דעם חיות, און צוליב דעם האט ער מאראל און געפילן. מיר גלייבן אויך אז מיר אלס אידן האבן באקומען נאך א באזונדערע פארציע פון די געטליכקייט.
די אלע זאכן זענען נישט זאכן וואס מען קען אויפווייזן מיט טרוקענע לאגיק און סייענס, עס איז געבויט אויף די זעלבע יסוד אויף וואס סייענס איז געבויט. טראסט אין אונזער אינטואישען. אינטואישען מיינט עפעס וואס כאטש מען קען נישט אראפשרייבן אויף פאפיר ווי אזוי מ'ווייסט דאס, דאך איז מען זיכער אז עס איז אמת. למשל, קיינער קען נישט אויפווייזן מיט לאגיק אז מען טאר נישט הרג'ענען קיין מענטשן, פונדעסטוועגן ווייסט דאס יעדער ביי זיך מכוח די אינטואישען. עס איז עפעס א מין געטליכע מתנה אז מיר קענען וויסן און שפירן זאכן אן דעם וואס מיר זאלן דאס קענען אויפווייזן שווארץ אויף ווייס.
דערפאר, ווי אזוי איך קוק אן אמונה, איז דאס נישט א מאדנע משוגעת אז איך גלייב אלעס וואס איך הער אן קיין שום סיבה, נאר איך קוק אן אמונה אלס א טראסט אין מיין אינטואישען, איך גלייב אז מיינע חושים פארפירן מיר נישט, און וויבאלד איך שפיר אז עס איז דא לעבעדיגקייט און געטליכקייט אין די בריאה, איבערצייגט מיר דאס אז ס'איז דא א געטליכע כוח אונטער דעם. דאס זענען זאכן וואס איך דארף נישט קיין סייענטיפישע באווייזן דערויף, ווייל עס איז אסאך שטערקער פון דעם. עס איז דער זעלבער יסוד אויף וואס די גאנצע סייענס איז געבויט. טראסט אין מיין אינטואישען. מהאי טעמא קוק איך אן די סייענטיפישע קשיות אדער ראיות אז גאט עקזיסטירט אדער אז די תורה איז אמת פשוט נישט אין פלאץ. לאגיק און סייענס קומט בכלל נישט אריין דא.
אן אנדערער צוגאנג, וואס איז פיל מער פאפולער אבער דאך פאלש לענ"ד, איז אמונה פשוטה. דאס מיינט בעיסיקלי, איך גלייב אן קיין שום סיבה. דערפאר האב איך געשריבן אז דאס איז קען זיין סכנה'דיג פאר טייל מענטשן, ווייל ווען מען זעט אז עס איז דא סייענטיפישע פאקטן וואס מען קען אויפווייזן שווארץ אויף ווייס, פארוואס זאל מען נאך גלייבן אין באשעפער סתם אזוי, אן קיין שום סיבה?
איך האלט נישט אז סייענס איז א סתירה צו אמונה, איך האלט נאר אז סייענס איז א סתירה צו אמונה פשוטה, אין דעם סענס ווי אזוי ס'איז היינט אנגענומען. סייענס זאגט אז מען גלייבט נישט זאכן סתם אזוי, נאר אויב מ'האט עפעס א סיבה. לויט דעם האט נישט קיין שום פשט צו זאגן 'איך בין א נאר און איך גלייב'. דו דארפסט קודם וויסן פארוואס דו גלייבסט, נאכדעם קענסטו זאגן אז כאטש דו האסט געוויסע קשיות אויף די אמונה, פונדעסטוועגן איז די אמונה אזוי זיכער ביי דיר אז די קשיות זענען נישט גענוג צו צושטערן דיין טראסט דערין. אבער עפעס א סיבה צו גלייבן מוז זיין.
דער איינציגער וועג ווי אזוי מען קען מודה זיין אז עס זענען נישטא קיין סייענטיפישע ראיות אז דער באשעפער עקזיסטירט, און דאך האבן א סיבה צו גלייבן אין אים, איז דורך אמת'ע אמונה. אמונה וואס איז געבויט אויף שכל און אינטואישען. שכל זאגט, ווי דו האסט גוט ערקלערט, אז אונטער די בריאה ליגט חכמה, און אונטער די חכמה ליגט א כוח, שכל זאגט אז וויבאלד די בריאה איז לעבעדיג איז דער כוח אויך לעבעדיג, און שכל זאגט אז וויבאלד דער כוח איז דער מקור החיות און מקור החכמה, ממילא איז עס אויך די מקור הטוב. דאס איז אלעס באווייזן 'געבויט' אויף לאגיק, אבער דאס איז נישט לאגיק אליין. עס איז אן אינטואישען. דאס איז ווי אזוי איך קוק אן אן אמת'ער מאמין. איך קען אידן וואס לעבן אזוי, און זיי זענען פולשטענדיגע מאמינים בה' ובתורתו, און הלואי ווען מען וואלט דאס געקענט איינפלאנצן אויך ביי אונז.
א גרויסן דאנק פאר'ן געבן די געלעגנהייט זיך צו מסביר זיין און צו מסדר זיין אין מוח די געדאנקען וואס דרייען זיך ביי מיר אין מוח שוין א לאנגע צייט. איך האף אז איך האב זיך גענוג גוט ערקלערט, און איך וועל זיך פרייען צו הערן אויב דו האסט הערות אדער קשיות.
יאיר
איך וועל הערן וואס דער עולם זאגט דערצו, וויבאלד איך אליין זוך עס נאך צו אויסארבעטן קלארער דעם מהלך, און איך האף אז מיני ומינייכו תסתיים שמעתתא. איך וויל אויך מודיע זיין אז איך בין נישט גרייט צו נעמען דא די שווערע צד פון די דעבאטע און נעמען די אחריות אז איך וועל פארענטפערן יעדע קשיא וואס וועט נאר געפרעגט ווערן, איך פרוביר נאר צו פארשטעלן דער וועג ווי אזוי איך באטראכט מיין אמונה, און איך וויל שטארק הערן די מיינונגען פון די חשוב'ע און קלוגע חברים מיינע, אויף אן אופן פון א לייכטער שמועס.