עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
- גוגל-הדור
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:06 am
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
מאנכע אירע זענען מומחים וויאזוי זיך אויפצופירן אין מקוה. זיי קומען אריין, מאכן קיינעם נישט אומבאקוועם, זענען רואיג מיט די גאנצע מהלך - און די ס"ה איז אז די גאנצע מקוה עקספיריענס איז ביי זיי ממש א מחיה. ווידעראמאל איז דא מאנכע מענטשן וואס יעדעס מאל זיי קומען אריין אין מקוה ווערט א מהומה. דא שטופט ער אוועק זיין חבר'ס וועש, דא רוקט ער זיך אריין ביי יענעם אין די שויער, און דאס אלץ איז נאר אויב ער האט נאך נישט באוויזן זיך צו פארפאטשקען מיט די פארבלאטיגטע שטיוול וואס אלע שכנים דארפן דערפין זיך אפזייפן.
אודה ולא אבוש, אז נישט אלעמאל געלונגט מיר צו זיין פון די ערשטע כת - איז דאנק צו גאט דא אז איך האב מיך לעצטנס באקענט מיט מורנו ר' גוגל, האב איך גע'גוגל'ט דער נושא און אט האב איך מיר אפירגעקראצט א פילע סעט פון הלכות וואס דוכט זיך מיר אז דאס איז פאסיג פאר א מקוה אויך.
http://www.askmen.com/sports/bodybuildi ... s_tip.html
[זהירות - אין דעם געלינקטן וועבזייטל איז כדאי צו פארלעשן אין די בראוזער די אפשען פון קענען זען בילדער, דען וועט איר הנאה האבן פון די אינפארמאציע בתכלית ההידור]

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:05 am
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
עטיקעט איז וויכטיג, אבער נאך וויכטיגער איז ערנסטע הלכה פראבלעמען וואס טייל יודן פאלן דערין מדי יום ביומו.
למשל - דיע יודן וואס באדעקן זיך מיטן האנטעך ממש ביזן מקוה אויף'ן וועג אראפ און ארויף. דאס איז אן ערנסטע מכשול און איך האב שוין מעורר געווען כמה יודן אויף דעם. ס'איז א בפירוש'ע הלכה אז מ'טאר נישט! דאס נעמט זיך פון אזעלכע גוי'יישע מקורות ווי דעם וועבזייטל וואס "גוגל" האט אנגעוויזן! איך געדענק זעענדיק ערענסטע תלמידי חכמים וואס האבן גענצליך נישט גערירט די האנטיכער פון די פלאץ ווי זיי האלטן די וועש!
נאך א וויכטיגע ענין וואס איך פיל אז מ'דארף מעורר זיין דעם עולם, איז דעם ענין פון זייף און שעמפו. בפרט איז דאס נפוץ אין בארא פארק. זייענדיק אין בארא פארק דעם שבת האב איך באמערקט עפעס א בחור'ל גייט צי צו דעם שאפע ווי דער עולם לאזט איבער די שעמפו, און א צווייטער נעמט זיך עם באשייגעצן! א רחמנות אויף דעם בחור'ל! לולי דמסתפינא וואלט איך דעם שרייער אראפ געלאזט צוויי פראסקעס! הלמאי דאס באשרייען אן אומשולדיק קינד? דער וואס לאזט איבער שעמפו אן א נאמען לאזט דאס בפירוש איבער ליהנות בהם בני אדם! וואס שטעלסטו יענעם אויס פאר א רשע! דאס בעסטע וואלט טאקע געווען אזוי ווי די עולם טוט נארמאל אין וויליאמסבורג אז מ'ברענגט בכלל נישט אריין קיין שעמפו אין מקוה!

איך קריג מיך מיט אייך ר' דיין. וואספארא התיר איז דא צו נוצן יענעמ'ס שעמפא?? פארוואס זאל מען זיין מחויב צו שרייבן א נאמען? איך האב נישט קיין רחמנות אויף דעם בחור'ל, נעבעך. זיין טאטע האט אים געזאלט אויסלערנען הל' גניבה.
און ר' גוגל הדור, איר זענט גערעכט מיט די אויפפירונג הצריך תיקון אין די מקוואות, ובפרט ערש"ק און עריו"ט וואס עס הערשט א געשטופעניש עד אפס מקום. נאר די לינק וואס דו האסט צוגעשטעלט האב איך נישט געקוקט ווייל איך ווייס נישט וויאזוי אויסצולעשן די אפשען פון זעהן בילדער.
אז מ'רעדט שוין פון דעם איז כדי מעורר צו זיין אז "קינדער" באלאנגען בכלל נישט אין מקוה, און אז איינער וויל דוקא יא, זאל ער זיי ברענגען כאטש אפאר שעה פאר'ן זמן. אין די צוויי שעה פארן זמן האט נישט א קינד וואס צו זיין אין מקוה!

- Starbucks
- ידיד השטיבל
- הודעות: 261
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
- האט שוין געלייקט: 190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
צוויי שעה פארן זמן פעלט נאר איין זאך אין מקוה... אביסל onion soup mix צוזאמען מיט די האריגע לאקשן מיט שוועמלעך, אההה...
- שמואל שלום שלמה
- ידיד השטיבל
- הודעות: 179
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:14 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
שלמה_דיין האט געשריבן: דיע יודן וואס באדעקן זיך מיטן האנטעך ממש ביזן מקוה אויף'ן וועג אראפ און ארויף. דאס איז אן ערנסטע מכשול און איך האב שוין מעורר געווען כמה יודן אויף דעם. ס'איז א בפירוש'ע הלכה אז מ'טאר נישט! דאס נעמט זיך פון אזעלכע גוי'יישע מקורות ווי דעם וועבזייטל וואס "גוגל" האט אנגעוויזן! איך געדענק זעענדיק ערענסטע תלמידי חכמים וואס האבן גענצליך נישט גערירט די האנטיכער פון די פלאץ ווי זיי האלטן די וועש!
וואס?! וואספארא בפירוש'ע הלכה רעדט איר פון?
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
דו רעדסט פון נוצן יענעמס שעמפו, איך האב געמיינט אז דו גיייסט רעדן פון נוצן שעמפו בכלל, איך מיין אז דאס גאנצע משוגעת אז בחור'לעך האבן זיך אויסגעלערנט (אדער מ'האט זיי אויסגעלערענט) זיך צו זייפן מיט שמעקעדיגע זייף און שעמפו אזוי ווי די ווייבער שול, איז א גרויסע עוולה. גיי רעד מיט עלטערע חסידישע אידן, און פרעג זיי ווי א מקוה גיין פון א חסידישן בחור האט אויסגעזעהן, נישט אינדערהיים אין אייראפע, נאר אינדערהיים אין וויליאמסבורג, ביז בערך א צוואנציג פינף און צוואנציג יאר צוריק.
נאר דאס גייט שוין מיט מיט דעם גאנצן ירידת האידישקייט אין די לעצטערע יארן.
נאר דאס גייט שוין מיט מיט דעם גאנצן ירידת האידישקייט אין די לעצטערע יארן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
Starbucks האט געשריבן:צוויי שעה פארן זמן פעלט נאר איין זאך אין מקוה,,, אביסל onion soup mix צוזאמען מיט די האריגע לאקשן מיט שוועמלעך אההה
באנונז האט מען זיך געפירט אויך אריינצולייגען בעבלאך.
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:וואס?! וואספארא בפירוש'ע הלכה רעדט איר פון?
גמרא שבת מא. האמר ר' אבא אמר רב הונא אמר רב כל המניח ידיו כנגד פניו של מטה כאילו כופר בבריתו של אברהם אבינו
פירש רש"י: כי נחית - לנהר פניו כלפי הנהר ואין כאן משום צניעות אסור לכסותו. כי סליק - ופניו כלפי העם מותר משום צניעות.
משנה ברורה סימן ב': וכן בבית המרחץ שדרכן של בני אדם לילך שם ערמים ואי אפשר בענין אחר אין בזה משום פריצות וכן כשרוחץ בנהר הדין כן, רק יזהר לפשוט וללבוש סמוך לנהר כל מה שאפשר... ואפילו ערותו אין צריך לכסות בירידתו לנהר ולא עוד אלא שהמכסה נראה כאילו הוא בוש בדבר וכאילו כופר בבריתו של אברהם אבינו אך בעליתו מן הנהר שפניו כלפי העם ישחה או ישים ידו כנגד ערותו לכסותה ובלבד שלא יגע בה.
הדד בן בדד האט געשריבן:דו רעדסט פון נוצן יענעמס שעמפו, איך האב געמיינט אז דו גיייסט רעדן פון נוצן שעמפו בכלל, איך מיין אז דאס גאנצע משוגעת אז בחור'לעך האבן זיך אויסגעלערנט (אדער מ'האט זיי אויסגעלערענט) זיך צו זייפן מיט שמעקעדיגע זייף און שעמפו אזוי ווי די ווייבער שול, איז א גרויסע עוולה. גיי רעד מיט עלטערע חסידישע אידן, און פרעג זיי ווי א מקוה גיין פון א חסידישן בחור האט אויסגעזעהן, נישט אינדערהיים אין אייראפע, נאר אינדערהיים אין וויליאמסבורג, ביז בערך א צוואנציג פינף און צוואנציג יאר צוריק.
נאר דאס גייט שוין מיט מיט דעם גאנצן ירידת האידישקייט אין די לעצטערע יארן.
יא, ליידער ליידער ווערט פארגעסען לעצטענס די מצווה פון "ותשקצו את נפשותיכם" וואס פארשטייט זיך איז א מצות עשה שהזמן גרמא וואס פרויען זענען נישט מצווה געווארן אויף דעם.
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
געפילטע, איך ווייס נישט וואס דו רעדסט, אז מען וואשט זיך מיט געהעריגע זייף איז מען משקץ איינעם? אויף מקיים צו זיין בל תשקצו מוז מען שטיין אין שאוער פאר גאנצע אכט מינוט און זיך זייפן מיט שמעקעדיגע זייף, שאמפו, קאנדישאנער, און פארשטייט זיך אז דאס איז אלעס נאך די מקוה, חלילה עס זאל בלייבן א טראפל פון די עקלדיגע פארשטינקענע מקוה וואסער אויף דעם בחור'לס שמעקעדיגע לייב.
דו מי עי פעיווער. די אלע חסיד'ישע אידן וואס איך קען שטינקען נישט ב"ה, און זיי זייפן זיך כדת וכדין מיט געהעריגע זייף, פארן אריינגיין אין מקוה, און פערטיג.
און נאכאמאל, עס איז מיאוס אז בחור'לעך וואשן זיך ווי נשים, און נאך מיאוס'ער איז אז מען האט זיי אויסגעלערנט צו גיין קודם אין מקוה און נאכדעם אין שאוער. איך געדענק אפאר אידן פון פריערדיגן דור וואס פלעגן גיין אין מקוה פארן שאוער און נאכן שאוער, היינט מאכט מען פארקערט, מען גיין אין שאוער פארן מקוה און נאכן מקוה.
עולם הפוך ראיתי.
דו מי עי פעיווער. די אלע חסיד'ישע אידן וואס איך קען שטינקען נישט ב"ה, און זיי זייפן זיך כדת וכדין מיט געהעריגע זייף, פארן אריינגיין אין מקוה, און פערטיג.
און נאכאמאל, עס איז מיאוס אז בחור'לעך וואשן זיך ווי נשים, און נאך מיאוס'ער איז אז מען האט זיי אויסגעלערנט צו גיין קודם אין מקוה און נאכדעם אין שאוער. איך געדענק אפאר אידן פון פריערדיגן דור וואס פלעגן גיין אין מקוה פארן שאוער און נאכן שאוער, היינט מאכט מען פארקערט, מען גיין אין שאוער פארן מקוה און נאכן מקוה.
עולם הפוך ראיתי.
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
דאס איז שוין אן אנדערע מעשה, בפרט ביי מענטשן וועלכע ליידן פון סארייעסיס אדער עקזעמא און רעש'עס וכדו', אבער סתם אזוי איז עס א גרויסע עוולה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
הדד בן בדד האט געשריבן:און נאכאמאל, עס איז מיאוס אז בחור'לעך וואשן זיך ווי נשים, און נאך מיאוס'ער איז אז מען האט זיי אויסגעלערנט צו גיין קודם אין מקוה און נאכדעם אין שאוער. איך געדענק אפאר אידן פון פריעדריגן דור וואס פלעגן גיין אין מקוה פארן שאוער און נאכן שאוער, היינט מאכט מען פארקערט, מען גיין אין שאוער פארן מקוה און נאכן מקוה
עולם הפוך ראיתי.
וואס מיינט וואשן זיך ווי נשים? מיינסט אפשר חפיפה?
זיך צו וואשן יעדן טאג איז א נייע זאך ביי (די עקעלדיגע) גויים פונקט ווי ביי יודן, אמאל איז נקיות און די ריח פון שווייס נישט געווען קיין עסק, היינטיגע צייטן איז דער סטאנדארד זיך צו וואשן מיט וואס דו רופסט "שמעקעדיגע" זייף א יעדן טאג. וואס מ'בענקט זיך אזוי צום פריערדיגן דור פארשטיי איך נישט, כאפט א שמועס מיט א יוד פון אלטן היים וועסטו זען אז היינט שטייען מיר אסאך בעסער ווי אמאל.
טאמער גלוסט דיר אזוי דעם גאלדענעם אמאל קענסט זיך גיין אונטערווישן מיט שטיינער אין אריין שפייען אין טלית ווען ס'קומט דיר ארויף אינמיטן שמו"ע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 10
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:02 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
פינטאו האט געשריבן:איך גיי אין שויער נאכ'ן מקוה צוליב די קלארין אינעם בור.
האסט געפרעגט א רב? אפילו אז יא, מראית עין איז ביי דיר עפעס א קלייניקייט?
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
ס'איז דא א רמ"א אויף וואס זיך צו פארלאזן (כ'געדענק יעצט נישט וואו פונקטליך)
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
ע"פ הלכה איז נישטא קיין שום פראבלעם צו גיין אין שאוער נאכן מקוה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שמואל הלוי
- חבר ותיק
- הודעות: 4393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
- געפינט זיך: צווישן דא און דארט
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
אויב קומסטו מיט עפ"י הלכה, וויל איך דיר מודיע זיין אז עפ"י הלכה דארף מען בכלל נישט גיין אין מקוה יעדן טאג.
נאר וואס דען? חסידישע אידן האבן זיך געפירט אז יא.
דאס זעלבע לגבי גיין אין שויער נאכן מקוה איז טאקע נישט קיין הלכה אז מ'טאר נישט, אבער עס ווערט געברענגט אין די ספרי הלכה (עיין ליקוטי מהרי"ח ועוד ועוד) אז ס'איז בעסער צו גיין פארדעם.

- הודעות: 83
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:44 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
משה בער האט געשריבן:פינטאו האט געשריבן:איך גיי אין שויער נאכ'ן מקוה צוליב די קלארין אינעם בור.
האסט געפרעגט א רב? אפילו אז יא, מראית עין איז ביי דיר עפעס א קלייניקייט?
כ'האב נישט געפרעגט קיינעם. דער דאקטאר האט מיך אזוי געראטן, נאכ'ן זיך אפרעדן צו אים איבער אויסשלאגן אויף די פיס.
- John Doe
- ידיד השטיבל
- הודעות: 169
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
- האט שוין געלייקט: 119 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
פינטאו האט געשריבן:משה בער האט געשריבן:פינטאו האט געשריבן:איך גיי אין שויער נאכ'ן מקוה צוליב די קלארין אינעם בור.
האסט געפרעגט א רב? אפילו אז יא, מראית עין איז ביי דיר עפעס א קלייניקייט?
כ'האב נישט געפרעגט קיינעם. דער דאקטאר האט מיך אזוי געראטן, נאכ'ן זיך אפרעדן צו אים איבער אויסשלאגן אויף די פיס.
דער בעש"ט נעמט דאך אחריות
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
געפילטע, ווי נשים מיין איך זיך אנשמעקן און אנשטינקען מיט אלע שמירעכצער, שאמפוס און שמעקעדיגע זייפן, כ'אב שוין גאזאגט אפאר מאל, מען קען זיך וואשן מיט געהעריגע זייף, יעדן טאג, פארן מקוה, עס דארף נישט געדויערן מער ווי צוויי מינוט, און ניין, מען מוז נישט מאכן חפיפה און זיך זייפן פאר כ'ווייסנישווילאנג. יא, עס איז מיאוס. איך בענק זיך דוקא יא נאכן אמאל, מיר שטייען היינט אזוי ווייט און אזויפיל שוואכער ווי אמאל, אז געפילטע פיש מיינט נעבאך אז מיר שטייען בעסער, דאס אליינס ווייזט אויף דעם בראך.
איך רעד נישט פון איינעם וואס האט אויסשלאגן. און אפילו דאן איז גענוג אז מען שווענקט זיך אפ. אבער סתם אזוי איז עס זייער נישט שיין. אן אריינגיין אין הלכה, איך רעד פון א אידישע, און א חסיד'ישע געפיל (פאר ווער עס ווייסט בכלל וואס עס מיינט, און ווער נישט, זענען מיינע תגובות אינגאנצן נישט געוואנדן צו אים, ער האט נאך אסאאאאאך צו לערנען פארן אנהויבן אפילו פארשטיין וואס איך רעד)

- הודעות: 241
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
- האט שוין געלייקט: 116 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
אין ספה"ק יסוד ושורש העבודה אין די מאמרים אויף ערב שב"ק שרייבט ער אז מען זאל נעמען דעם שויער נאכן זיך טובל זיין אין מקוה.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:23 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
How about these IMFARSHEYMTE individuals who blow their noses in the water
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
kitov האט געשריבן:How about these IMFARSHEYMTE individuals who blow their noses in the water
כי-טוב, ווי איז דיין אחדות, דיין אהבת ישראל?
מ'זאגט נאך פון די בעלזע יושבים אז זיי פלעגען זיך שווענקען דאס מויל מיט די שוים וואס ס'פלעגט זיך אנזאמלען אין מקוה, אשריהם ואשרי חלקם...
האסט עפעס אקעגן אידישע נעזער? דו אנטעסעמיט.
און וואס איז מיט די וואס האבן דעם מנהג קדמון פון קטן'ן אין מקוה? האסט אמאל אריינגעטראכט וואס טוט זיך אין מקוה שבת אינדערפרי? וויפיל מצוות און מעשים טובים ס'גייען אריין דארט? ממש מבהיל על הרעיון!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
פורים אויפדערנאכט, זעה איך אין שוהל ווי צענדליגע מקוה-האנטוכער ווערן געניצט מקנח צו זיין די שתיה גסה פון א שיכור וואס זיין פנימיות האט דאס שוין נישט געקענט דערהאלטן, שבירת הכלים, בקיצור.
א טאג שפעטער, ערב שבת קודש, זענען די זעלבע האנטוכער גענוצט געווארן ביי מקוה נוצער לספוג לכבוד שבת קודש.
האב איך געטייטשט אויפן פלאץ: מצוה גוררת מצוה.
אבער באמת'ן אריין איז דאס א גרויל און א עקל, חוסר אחריות.
וכל הכבוד לאלו שאינם משתמשים במקוה כי אם ביום א' סליחות ווייל זיי ווילן שרייבן א אות אין די ספר תורה....

Under influence
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:23 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
Re: עטיקעט אין מקוה-אויפפירעכץ
געפילטע פיש האט געשריבן:kitov האט געשריבן:How about these IMFARSHEYMTE individuals who blow their noses in the water
כי-טוב, ווי איז דיין אחדות, דייו אהבת ישראל?
מ'זאגט נאך פון די בעלזע יושבים אז זיי פלעגען זיך שווענקען דאס מויל מיט די שוים וואס ס'פלעגט זיך אנזאמלען אין מקוה, אשריהם ואשרי חלקם...
האסט עפעס אקעגען ידישע נעזער? די אנטעסעמיט.
און וואס איז מיט דעי וואס האבן דעם מנהג קדמון פון קטן'ן אין מקוה? האסט אמאל אריינגעטראכט וואס טוט זיך אין מקוה שבת אינדערפרי? וויפיל מצוות און מעשים טובים ס'גייען אריין דארט? ממש מבהיל על הרעיון!
Thats why i Called them IMfarsheymte, and not Farsheymte