ווער איז בעה"ב: דער מאן אדער די ווייב?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 335 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך מאן דאמר »

נישט איבעראל איז אזוי, עטץ וואוינטס און וויליאמסבורג, שמירטס נישט אן גאנץ כלל ישראל.
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פארוואס איז קאכן קלינען די ווייב פולשטענדיג בעה"ב? און אויב זי גייט ארויס ארבעטן בעת דער מאן איז א "בן תורה", איז עס דען נישט רעכט דער מאן זאל אויך זיין א שטיקל בעה"ב אויף הויז וורטשאפט? און האו עבאוט א מאן וואס גלייכט קאכן? אדער קען בעסער טון לאנדרי ווי זיין ווייב? פארוואס איז פינאנצן דער מאן בעה"ב? וואס איז אין א פאל ווי די ווייב פארדינט די זעלבע אדער מער פונעם מאן? און אפילו ווען זי פארדינט ווייניגער אדער אפילו גארנישט, פארוואס דארף זי באקומען ספענדינג מאני פון מאן ווי זי וואלט ווען געווען א קינד?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

וואס מאכט איר אזא פני תם רבי יידל היקר? איך רעד פון קאנווענציאלע שטובער אוניווערסאל ווי די פרוי קאכט און דער מאן ווייסט נישט בחייכון פונעם קאך צו זאגן און וויפיל ארבעט און הארץ גייט דארט אריין, זאל ער נישט ווי א חכם אריינמישן די נאז און איינטיילן קאך מיר פליגעלעך היינט און מארגן סעסעמי טשיקען, עס איז איר דיפארטמענט זי איז אין טשארזש. אז א מאן קען און גלייכט צו קאכן וואיל איז איהם זאל ער קאכן וואס ער וויל בהרחבה. זעלבע מיט פינאנץ רעד איך בנוהג שבעולם אז ער ארבעט און שוויצט פארן געלט. א מאן האט א פליכט צו ברענגען פרנסה און שפייזן זיין ווייב און קינדער בהרחבה אז נישט טוט ער נישט זיין פליכט. נישט מער ווי יושר אז ער איז אין טשארזש צו צאלן בילס האט ער אויך די רעכט צו זאגן מאמעלע מיר קענען דאס נישט עפארדן.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

כוואלט געזאגט אז סתם אזוי (היימישע קאפעל וואס מווייסט נישט די פאקטען פאר מגייט אריין און מערידזש, נעבעך) דארף די פרוי קאכען, אבער אויב די מאן קען/וויל/ אינדשעיד/ צו קאכען און זי איז מסכם אז ער זאל ראנען די שוי, דאמאלס איז גוט אז נישט זאל ער אוועק שטיין
לגבי פיינענס די דאגה איז אויף די מאן, ער דארף ברענגען די דאלער, אבער וויאזוי צו נוצען, מוז זיין בהסכמת שניהם, (אזוי ווי ער וויל אז זי זאל קאכען אויך לויט זיין געשמאק וכו)
אבער פארשטייט זיך אליינס אז סאיז ביד שניהם צו משנה זיין בהסכמתם
באלד גייט קרעקער זאגן אז גרושים פארשטייען נישט צו קיין שלום בית ( דיין אומצערוגענע סטעטמענט פון א גרוש אויף די באס וועט דיך האנטען א גאנץ לעבען) 
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

די געווענליכע מציאות איז אז ביינונז זענען די מענער\ווייבער פראגראמירט אז די מענער זענען בעלנים אויף די געלט און די ווייבער אויף קאכן\רייניגן\לאנדרי. די שטות דערפין איז אז איינמאל דאס ווערט ערענסט איינגעפעדעמט אין די געפירעכץ פונעם שטוב איז דאס כמעט אוממעגליך צו טוישן, אבער פאר די שטוב איז אוועקגעשטעלט פאר אן ערענסטע שטיק צייט זענען די מענער\ווייבער נישט גענוק פארזיכערט אין די שידוך בכלל צו קענען טוישן מהמקובל. די פועל יוצא פון דעם איז אז פאר א סאך מענער וואס קאכן אדער רייניגן איז זיי גאר גרינג און בא'טעמ'ט איז זיי אבער שווער זיך בכלל צו באפארן, און ווייטער א סאך שטובער ווי די מענער וואלטן געקענט נוצן אביסל הילף פון די רעבעצין וויאזוי צו נוצן א קאלקאלעיטער זענען אויף גרויסע צרות.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

בן תמליון האט געשריבן:וואס מאכט איר אזא פני תם רבי יידל היקר? איך רעד פון קאנווענציאלע שטובער אוניווערסאל ווי די פרוי קאכט און דער מאן ווייסט נישט בחייכון פונעם קאך צו זאגן און וויפיל ארבעט און הארץ גייט דארט אריין, זאל ער נישט ווי א חכם אריינמישן די נאז און איינטיילן קאך מיר פליגעלעך היינט און מארגן סעסעמי טשיקען, עס איז איר דיפארטמענט זי איז אין טשארזש. אז א מאן קען און גלייכט צו קאכן וואיל איז איהם זאל ער קאכן וואס ער וויל בהרחבה. זעלבע מיט פינאנץ רעד איך בנוהג שבעולם אז ער ארבעט און שוויצט פארן געלט. א מאן האט א פליכט צו ברענגען פרנסה און שפייזן זיין ווייב און קינדער בהרחבה אז נישט טוט ער נישט זיין פליכט. נישט מער ווי יושר אז ער איז אין טשארזש צו צאלן בילס האט ער אויך די רעכט צו זאגן מאמעלע מיר קענען דאס נישט עפארדן.


בן תמליון, דו רעדסט פון א מציאות וואס איז שוין אוועקגעשטעלט בשעת וואס מיר קענען דן זיין פארוואס דאס זאל בכלל אזוי זיין. קאכן האבן מענער פונקט אזא אינטערעסע דערין ווי ווייבער, און פינאנץ, בדר"כ די ערשטע פאר יאר נאך די חתונה פארדינט די עזרת נשים שענער ווי די מענער.
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך John Doe »

דא זעהט מען א ווידיא וואו דשעקי מעיסאן מאכט חוזק פון א טיפיקל דזשואיש האסבענד.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6aJ63JhvpTA[/youtube]

קומט אויס אז ס'איז א קולטורישע פענאמענאן וואס גייט אהן ביים ברייטן יידישן ציבור.

אבער ביי אונז גייט עס אהן פי כמה. ערשטנס ווייל א מיידל כלפי א בחור ביי די אכצן איז מער דערוואקסן און אויך מער פראקטיש און באזעסן. צווייטנס קען זי ענגליש אסאך בעסער. ס'הייסט זי איז ביזי מיט מעדיקעיד, זיי קען ליינען בריוו פון די פאון קאמפאני, זי רעדט מיטן גויאישן סופער א.ד.ג. קומט אויס אז זי פירט די זאך. דריטנס ווי דבילה האט שוין דערמאנט ברענגט זי עכ"פ פון אנהויב אריין דאס עיקר פרנסה, מילא האט זי מער א בעלות און א ווארט. פערדנס, ביי אונז לערנט מען אויס די חתנים, און אפשר מיט רעכט, צו רעדן ווייך צו די ווייב און איר שטענדיג פראבירן אונטערקויפן מיט פענסי טשאקלעד און זיסע רייד און מיט איר נאכגעבן כסדר. דער אמת איז אבער אז בטבע ווערן פרויען אנטציקט פון א שטארקער מאן וואס איז קאנפידענט, ווייסט וואס ער וויל, און שעמט זיך נישט צו נעמען דאס זייניגע. נישט קיין רשע, א מאן.

דער אמעריקאנער פאפולערער קולטור איז אדורך אסאך שינוים זייט פעמיניזם איז שטארק איינגעפעדעמט געווארן אין די ניינציגער יארן ווען מענער האבן געמיינט אז זיי מוזן אליין ווערן סענסעטיוו אזוי ווי פרויען און ארויסברענגן זייער פעמעניסטישע שטריכן, אבער די פעמעניסטן אליין האבן אנהויב 00 יארן שוין געשריגן ניין, מ'קען נישט פייטן נאטור און פרויען דארפן זיין פרויען און מענער מענער. אזוי ווייט האט זיך דאס רעדל צוריקגעדרייט אז היינט איז שטארק פאפולער א טיפ ראמאנטישע ביכער וואס דערציילן פון פרויען וואס לעכצן נאך מענער וואס זענען פולקאם זייערע בעלי בתים און געוועלטיגן אויף זיי.

די סיבות פארוואס די פרויענישע נאטורן זענען אזוי זענען קאמפליצירט און פארצווייגט. ס'פארהאן פסיכעלאגישע, פיזישע, פיזיאלאגישע, סאציאליסטישע און נאך סיבות וואס פאראורזאכן די מציאות. אבער פאקט איז פאקט, און ס'מאכט נישט קיין סענעס אז מיר חסידישע יידן זאלן פייטן די סיסטעם און טוהן קאפויער פון די סדר העולם. פאקט איז אז א פרוי פילט די מערסטע צופרידן ווען איר מאן נעמט קאנטראל און פארלאנגט פון איר. זי פילט זיך שטאלץ מיט אזא מאן און זוכט אים צו שטיין צו די האנד.

פארשטייט זיך איר זאלט נישט באלד פון איין מינוט אויפן צווייטן אנהייבן באלעבאטעווען ווי א רשע. דאס דארף געטוהן ווערן מיט שכל און פאוואליע צושטייטעלעך, אבער מיט א שטארקייט. דער עיקר איז צו ארבייטן אויף קאנפידענס כדי צוצוקומען צו האבן א שטארקע זעלבסט רעספעקט און זיכערקייט.

דער בוך The Surrendered Wife איז פאר נשים צו ליינען וועגן די טעמע.

א ווידיא

Further reading: Twelve Reasons Women don't like Nice Guys
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

די ריינע מציאות איז אז א ווייב שפירט זיך אסאך מער קאנפידענט מיט א שטארקע מאן, נישט ח"ו צו בעלאבאטעווען, נאר צו זאגען וואס ער האלט באמת מיט א שטארקייט (נישט מיט א הויכע טאן.. ווייל ע"פ רוב איז דאס א סימן פון שוואכקייט ודו"ק) הגם ער דארף וויסן ביי זיך צו איר אויך פרעגן איר מיינונג, און זיך רעכענען דערמיט. אבער די ווארט "בעל הבית" איז נישטא נאכ'ן חתונה, ס'איז א שותפות! קיינער קען נישט טוהן וואס עם/איר שמעקט אן פרעגן די צווייטן,אויב ס'איז חילוקי דיעות (ס'איז זייער זייער נארמאל, סוף כל סוף רעדט מען דא פון צוויי אנדערע מיני בריאה'ס...) דארף מען זיך אויסקומען, ד"ה יעדער זאל פארשטיין די צווייטען'ס סברה, און מ'זאל צוזאמען קומען צו א קאנקלאזש"ן, (די עיקר רשעות הייבט זיך אן ווען איינער גייט פרעגן א דרויסענדיגער אויף למעשה, אפילו צומאל א מאמע צי א שוויגער ח"ו, א נארמאלע קאפל קען זיך גוט אויסקומען אפי' מיט חילוקי דיעות אויב פילט מען און מ'נוצט די ריכטיגע מאס אהבה און פארשטענדעניש ואכמ"ל) הגם לעיל האט א גרויסע ת"ח און "מאן דאמר" געברענגט א פסוק והוא ימשל בך, האט ער אבער פארזעהן די גמרא אויף דעם אמר רב כל ההולך בעצת אשתו נופל בגיהנם, פרעגט רב פפא והא אמרי אינשי איתתך גוצא גחין ותלחוש לה, ענפערט די גמרא הא במילי דעלמא, והא במילי דביתא, לישנא אחרינא, הא במילי דשמיא, והא במילי דעלמא (בבא מציעא דף נט א), עכ"פ אויף השקפה ומנהגים איז לכאורה די מאן 'בעל הבית' און אויף שטובליכע זאכן די פרוי. אויף קאכן סאפפע"ר איז לכאורה די פרוי בעה"ב (הגם כאמור לעיל דארף זי זיך נאך אלעמען רעכענען מיט די מאן) אויף הוצאה והכנסות זענען ביידע אויסדרוקלעך די זעלבע יא/נישט בעה"ב. נישט קיין חילוק ווער ס'מאכט די געלט.
צום שלוס איך האלט נאך א גלעזל יי"ש ודו"ק ותשכ"ח כי קרצתי...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

כשם שפרצופותיהם שונות כך...
הגם ס'נישט נוגע ממש דא.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3XjUFYxSxDk[/youtube]
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
פארשפארט