מאסן דעמאנסטראציע א' חוקת קעגן גיוס בני ישיבות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איך געדענק אמאל האט מען געליינט דער איד/בלאט כדי צו וויסן וואס זיי זאגן. היינט ליינט מען צו וויסן וויאזוי זיי זאגן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אמת און דאס זעלבע גייט פאר'ן פאסוט און ניוז..
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

moti107 האט געשריבן:איך געדענק אמאל האט מען געליינט דער איד/בלאט כדי צו וויסן וואס זיי זאגן. היינט ליינט מען צו וויסן וויאזוי זיי זאגן.

דאפעלטע לייק! :like :לייק :דאבללייק:
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
זלמן זאפיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 817
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך זלמן זאפיר »

blauvelt האט געשריבן:Oh thats why the blatt writes on the headline that protest was called by reb aron



שתי תשובות בדבר

ס'איז אמת ער האט עס אנגעפירט
ס'פאריגע וואך נישט געשטאנען אין דער בלאט
blauvelt
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 237
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 3:27 pm
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך blauvelt »

Is it not true that because zalmen leib there was a bigger olam thats all that the yid writes and
Aron did not call the protest he tried to hijack it and zalmen leib sais i wont break a thing
That everyone was working on just because he called out first and thats a rabbi that puts political
Agendas in the side lhagdil shmoi yisburech
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א האט דא געשאסן צוויי האזלעך מיט איין קויל.

1) ער האט רואיג געקענט שלאפן די לעצטע 2 וואכן. ער מאכט עס סיי-ווי.
2) עס האט אים נישט געקאסט קיין איין פרוטה. די ארונים האבן אלעס באצאלט. דאס הייסט באקומען א פראטעסט אויף א גאלדענעם טאץ - אומזיסט. א שיינער פארדינסט.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

הה"ד, זכה מלאכתו נעשית ע"י אחרים
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 5:51 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

שליחה דורך נאטרוליסט »

זר זהב האט געשריבן:הה"ד, זכה מלאכתו נעשית ע"י אחרים


ביינונז אינדערהיים זאגט מען אז דער טאטע באצאלט (!)
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך פיינע קאווע »

blauvelt מאך בעסער א שתיקה ווייל דו מאכסט זיך ללעג ולקלס פונקט ווי דער איד. יעדער נארמאלער זאלי מיט וועם איך האב גערעדט די וואך הייבט דאס היטל למחצה לשליש ולרביע אז דאס מאל האט ר' זלמן גארנישט מיטן פראטעסט חוץ דאס רעדן ביי שלוש סעודות און נישט שטערן. אמת עס איז אויך אסאך אבער פון ער זאל עס אראנדזשירן ביז די חלומות אין איד אז רבנים קאלן אים באדאנקן איז פאלג מיך א גאנג.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

פיינע קאווע האט געשריבן:blauvelt מאך בעסער א שתיקה ווייל דו מאכסט זיך ללעג ולקלס פונקט ווי דער איד. יעדער נארמאלער זאלי מיט וועם איך האב גערעדט די וואך הייבט דאס היטל למחצה לשליש ולרביע אז דאס מאל האט ר' זלמן גארנישט מיטן פראטעסט חוץ דאס רעדן ביי שלוש סעודות און נישט שטערן. אמת עס איז אויך אסאך אבער פון ער זאל עס אראנדזשירן ביז די חלומות אין איד אז רבנים קאלן אים באדאנקן איז פאלג מיך א גאנג.

פריער געזען טאקע איינער הייבט זיך דאס היטל פאר א צווייטן אויף ליע עוו. דאס זענען ענק געווען?

דאס איז געווען באריכטעט אויף מערערע פלעצער
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
אבגד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך אבגד »

קינדער! שוין צייט אהיים צו גיין פון חדר! מ׳קריגט זיך ארום דא ווי קינדער ער האט עס געמאכט אדער יענער האט עס געמאכט, קרעדיט פאר אים אדער פאר יענעם, נארישקייט! עס איז געלונגען? עס איז ארויס געקומען כבוד שמים? וואס א חילוק ווער עס האט עס געמאכט? דער אויבערשטער ווייסט שוין פאר וועם צו באצאלן!
טראכטס אריין ווען עס געלונגט ווען נישט וואלט עטס זיך אויך ארום געקריגט?
Please grow up!!!!!!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

להצלחה אבות רבים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
האלאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 27, 2013 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך האלאנד »

זר פרעג רבי ליפא טייטלבוים פארוואס ער איז נישט געקומען ?
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דערמאנונג: ס'דא א צימעס דערפאר. שכח
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[center]כלל ישראל נאך אונטער'ן רושם פונעם מאסן מחאה אדירה פארגאנגענעם זונטאג העעל"ט
[/center]
דער שטארקער אפקלאנג און פרסום פונע'ם מעכטיגן און היסטארישן עצרת איז א זאך וואס שטורעמט ווי הויכע וואסער-כוואליעס איבער די גאנצע וועלט, און שוין האלטנדיג געציילטע  טעג שפעטער ווערט עס נאר שטערקער פארשפרייט מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט און עס קלינגט אפ מיט א ווידער קול ווי קיינמאל בעפאר, און דערפאר איז טאקע גוט פארשטענדליך פארוואס בנעט און לאפיד זענען ביידע היינט געווען פארנומען צו פרובירן צוריק צו חנפ'נען די חרדים מיט זייער טמאנעם מויל, ווי מיר וועלן שפעטער באריכטן.

סיי אין ארץ ישראל אליינס איז די נייעס פארשפרייט געווארן ווייטער און ווייטער אינרהאלב די אנלגעמיינע פרייע גאס, אנגעהויבן פון די פרייע "ישראל היום" סטאנציע וואס געהערט פאר'ן ביליאנער פון אמעריקא שעלדאן עדעלסאן און איז היינט די גרעסטע צייטונג אין די פרייע גאס, און זיי האבן באריכטעט די פראטעסט באגלייט מיט צוויי רעקארדירונגען וואו מען זעהט סיי די שטורעמישע דרשות און סיי די מעכטיגע בני הישיבות מארש מיט די ספעציעלע שילדן וועלכע שטעכן אריין אין די אויגן פון די זרעליס, און דער מעסעדש ק'ומט אן אזוי קלאר אז אויך זיי שרייבן עס אראפ מיטן בעסטן שפראך אז די חרדים אין אמעריקא האבן אויסגעשריגן אז ס'איז ענעדרש צו גיין אין תפיסה ווי צו גיין אין די ציוניסטישע מיליטער.

אויך די "גלי צה"ל", די נייעס סטאנציע וועלכע געהער פאר די טמא'נע צה"ל און איז די אפיציעלע טעלעוויזיע און רעדיא סטאנציע אין די לאנד, האט אויך באריכטעט די מעכטיגע עצרת אין א בחינה פון "ומלאך רע בעל כורחה יענה אמן", שרייבנדיג אז אריבער 100,000 אידן אין אר"י האבן פראטעסטירט קעגן די פערי גיוס פלאן, און זיי שרייבן אז די גרויסקייט פון די עצרת איז עגווען דריי מאל אזוי גרויס ווי די גרעסטע עצרת וואס זיי האבן שוין אמאל געזעהן דארט אין ירושלים.

אזוי איז די נייעס דארט אנגעקומען צו יעדן פארשטופן ווינקל, און דער מעסעדש איז דעהערט געווארן קלאר אויפן בעסטן פארנעם העכער אלע ערווארטונגען.
אויך אין די וועלטס מידיע איז די נייעס ארומגעפארן נאך אסאך מער ווי וויפיל מיר האבן נעכטן באריכטעט, ווי לדוגמה די ריזיגע אונטערנאציאנאלע סטאנציע "סי ען ען" וואס האט געברענגט בילדער און רעקארדירונגען, באגלייט מיט א באשרייבונג איבער די ריזיגע פראטעסט קעגן די ציוניסטישע דרעפט פלאן.

באזונדער איז די קידוש השם געוואקסן היינט אינדערפרי ווען די מוסד הקדוש נטרונא האט ארויסגעשיקט א פרישע "פרעס רעליס" איבער די גרויסע עצרת מחאה, און מער ווי סיי ווען בעפאר איז די פרעס רעליס ארויסגעשטעלט געווארן דורך אזויפיל ווי 109 וועבזייטליך.

די קאמפאני וואס שטעלט אהער די פרעס רעליס האט שפעטער געשיקט א באריכט צו נטרונא איבער די שנעלע פארפלייצונג וואס דער יעצטיגער פרעס רעליס האט געהאט, מיט א פונקטליכע באריכט איבער די 109 זייטלעך וואס האבן עס ארויסגעשטעלט, און זיי לייגן אויך צו די פאקטישע ציפערן וויפיל באזוכער יעדער פון די אלע האבן אויף א טעגליכע באזיס.

רוב פון די 109 האבן צווישן 100,000 ביז צו אזויפיל ווי א מיליאן טעגליכע באזוכער, וואס דאס מיינט אז בסך הכל איז פון דעם פרעס רעליס אליינס געוויזן געווארן די נייעס פאר א געשאצטע 20 מיליאן מענטשן איבער די גאנצע וועלט.

עס שטעלט זיך ארויס אז אין די צייט וואס דער גאנצער עצרת איז לויט יעדנס מיינונג געווען באגלייט מיט נסים מן השמים און א אויסטערלישע סייעתא דשמיא וויאזוי זאכן האבן זיך געדרייט אז עס זאל ארויסקומען אזא פאראייניגטער קידוש השם אויף אזא היסטארישע און אומגלויבליכע פארנעם, איז טאקע די סייעתא דשמיא געגאנגען ווייטער אז אין די צייט וואס ביז היינט פלעגט די גויאישע וועלט כמעט נישט דעקן קיין פראטעסטן בכלל, איז דא געווען א אויסנאם ווען עס האט אפגעקלינגען אזוי שטארק איבער די וועלט ב"ה, און עס איז קלאר אז אין די אויערן פון די רשעי ישראל קלינגט אין די טעג א פייף וואס לאזט נישט קיין מנוחה, עס דינערט און קאכט אין די אויערן און אין די אויגן דער פאקט אז דאס יהדות החרדית איז נישט איינער וואס מען קען אזוי גרינג טשעפען זיין אידישקייט, נאר עס קאסט א פרייז פון ווערן ביטער פארשעהמט אויף די גאנצע וועלט, און עס קאסט א פרייז פון אריינגיין אין א ענדלאזע מלחמה גדולה, ווען דאס גאנצע יהדות החרדית איבער די וועלט שטעלט זיך צו די רעכטע זייט פון די ערליכע אידן אין ארץ ישראל מיט א מלחמה גדולה ועצומה.
[center]
-ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר-
[/center]

קרעדיט: בחצרות סאטמאר
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

שליחה דורך פיינע קאווע »

די רבנים פון "התאחדות הרבנים" לאדענען רבנים צום פראטעסט
בן-זומא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן-זומא »

http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/170598/

(איך בין נישט דער בן זומא פון יענע ארטיקל. מיר זענען מסתמא קאזינס וואס הייסן נאכן זעלבן עלטער עלטער זיידע...)
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

דאס זיין מעין פוינט וואס ער זאגט דארט:

און איר ווייסט וואס כ’וועל אייך זאגן? איך זע אין „גיוס בני ישיבות‟ דעם הימלישן ענטפער אויף דער פארדארבענער בתי-חינוך אפזאגונגס קולטור; אויף דעם ארויסווארפן און לכתחילה נישט אננעמען קינדער און בחורים, וואס ווילן באמת ובתמים זיין אין א ישיבה! א גענוג גרויסע צאל פון עלטערן האבן געלאזט גענוג טרערן, אז דער דריטער שותף שבשלשה שותפים באדם זאל קומען צושטעלן א לעזונג. די ווארפערס/נישט-אננעמערס זענען בעלי בחירה, און אויב זיי זענען נישט גרייט איבערצוקומען זייערע פארדארבענע מידות, ברענגט דער אויבערשטער א ישועה פון אן אנדער ריכטונג. און די השגחה האט דא אויסגעדרייט דעם דאשיק: אנשטאט דעם וואס די דאזיגע קינדער און בחורים זאלן זיך פילן אנדערש און אויסגעשלאסן, וועלן זיי באמת ווערן דער לכתחילה. אנשטאט זיך באהאלטן אין א ווינקל און באוויינען זייער שלעכט מזל, וועלן זיי מיט א געהויבענעם קאפ גיין אין מיליטער, אינאיינעם מיט רוב אנדערע זייערסגלייכן. די בחורים וועלן דארט לערנען תורה, און, להבדיל, באקומען א פאך און מענטשליכקייט.
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ברענג שוין די גאנצע ארטיקעל

גיוס בני ישיבות קעגן רדיפות בני ישיבות
פון: בן זומא

דעם 26'סטן מאי אין ירושלים האט גראדואירט דער חרד'ישער באטאליאן "נצח יהודה", וואס איז געשאפן געווארן אין 1999.

ס'טוט זיך א וועלט מיט "גיוס בני ישיבות". די ישראל-רעגירונג וויל אפשטעלן דאס אויטאמאטישע אפ'פטר'ן חרד'ישע ישיבה-לייט פון מיליטער דינסט, און די פרומע וועלט קאכט און זידט, און זוכט מיטלען אויף אפצושרייען די גזירה.

מען הערט קולות ביזן הימל. אבער פון די ליארמען איז שווער ארויסצוקריכן מיט קאנקרעטע ווערטער. איך זוך נאך די סיבה צו דעם מורא'דיגן טומל. וואס איז אזוי עק וועלט דערמיט? דעם סאטמארער פערספעקטיוו לאזט זיך נאך פארשטיין. דארט ווערט דאס דינען אינעם ישראלדיגן מיליטער, באטראכט ווי די עצם עקזיסטענץ פון ישראל, ווי א תורה'דיגע פראבלעם. מען טאר נישט האבן אן אייגן לאנד פאר משיח'ס קומען, און דאס אנטיילנעמען אין אזא ווירטשאפט איז אפגעפרעגט. אבער די אנדערע קהילות און קרייזן: וואס איז די פראבלעם? פארוואס זאל מיליטער דינסט זיין אנדערש ווי דער צוגאנג זייערער צום לאנד אין אלגעמיין?

איך קען נישט די פרטים, אבער ווי איך פארשטיי, רעדט מען פון צושטעלן די חרדים אלעס וואס נויטיג צו קענען אין מיליטער פירן א חרד'ישן לעבנסשטייגער, ענליך צו (און אפשר נאך מער) ווי אינעם עקזיסטירנדן "נחל חרדי". דער איינציגער פארבליבענער תירוץ פארן טומל איז, אז דאס וועט ברענגען צו "ביטול תורה" — וואס מיינט נישט דווקא נאר דאס נישט-לערנען אדער ווייניגער לערנען — נאר באציט זיך צום ניווא פונעם חרד'ישן לעבנסשטייגער בכלל, וואס וועט אינעם מיליטער לכאורה זיין אויף א נידעריגער מדריגה ווי אין די ישיבות.

איך קויף עס אבער נישט. ווען די ישיבות וואלטן געווען אזעלכע, וואס געבן זיך טאקע אפ מיט בחורים, זיי מחנך צו זיין, זיכער צו מאכן אז זיי לערנען און פארשטייען דאס געלערנטע, וואלט דאס אולי געווען א טענה. דאס מציאות איז אבער אנדערש. דאס מציאות איז, אז דער ישיבה-סיסטעם איז בפירוש נישט אויסגעשטעלט מחנך צו זיין און אויסצולערנען תורה און אידישקייט. די ישיבות (ווי כמעט אלע חרד'ישע חינוך-אינסטיטוציעס) זענען אזעלכע "פרידנס-אנשטאלטן", וואו קינדער און בחורים דארפן "רואיג איינזיצן" און אויסווארטן די גאולה. נישטא קיין חינוך, נישטא קיין תורה, נישטא קיין יהדות, נישטא קיין מדות. גארנישט. גאלע גארנישט! דאס בעסטע וואס א "גוטע" ישיבה שטעלט צו, איז א מגיד שיעור מיט א באמבאסטישער רעפוטאציע פון האקן א טשייניק מיט האר-שפאלטנדע פלפולים.

און דאס איז שוין אין בעסטן פאל. אין ערגסטן פאל — א דערשיינונג וואס ווערט אלץ אפטער — זענען ישיבות אזעלכע מעדיומס, אמצעים, פאר אויסגעפאשעטע בעלי גאה צו ווייטער אנבלאזן זייער עגא. דאס אפזאגן בחורים פון ישיבות און קינדער פון בית חינוך אן קיין שום נארמאלער אורזאך, האלט נישט ווייט פון פארוואנדלט ווערן אין דער נארמע. א קינד וואס פאלט נישט אריין אין דער באשטימטער קריטעריע, מיינען די דאזיגע מושחתים/מנהלים, זאל ליבערשט בלייבן אויף דער גאס. און די קריטעריע פון וואס מען רעדט דא איז: צוגעבן גלאנץ צו דער ישיבה. כדי צו ווערן אנגענומען, פאדערט זיך איין עיקר: דער בחור זאל זיין אזא איינער, וואס וועט העלפן אנהאלטן אדער פארבעסערן דעם "גוטן נאמען" פון דער ישיבה.

ניין. נישט ביטול תורה שטערט זיי. זיי שטערט אויך נישט דאס, אז בחורים וועלן זיך געפינען אינדרויסן פון א ישיבה מסגרת. אויב שטערט זיי נישט אז בחורים טרעפן זיך אויף דער גאס, שטערט זיי זיכער נישט אויב בחורים וועלן זיך טרעפן אין א מסגרת וואס, טאקע נישט ממש א ישיבה, איז אבער פארט א מסגרת מיט שיעורים און א סדר אין איינקלאנג מיט דער הלכה.

און איר ווייסט וואס כ'וועל אייך זאגן? איך זע אין "גיוס בני ישיבות" דעם הימלישן ענטפער אויף דער פארדארבענער בתי-חינוך אפזאגונגס קולטור; אויף דעם ארויסווארפן און לכתחילה נישט אננעמען קינדער און בחורים, וואס ווילן באמת ובתמים זיין אין א ישיבה! א גענוג גרויסע צאל פון עלטערן האבן געלאזט גענוג טרערן, אז דער דריטער שותף שבשלשה שותפים באדם זאל קומען צושטעלן א לעזונג. די ווארפערס/נישט-אננעמערס זענען בעלי בחירה, און אויב זיי זענען נישט גרייט איבערצוקומען זייערע פארדארבענע מידות, ברענגט דער אויבערשטער א ישועה פון אן אנדער ריכטונג. און די השגחה האט דא אויסגעדרייט דעם דאשיק: אנשטאט דעם וואס די דאזיגע קינדער און בחורים זאלן זיך פילן אנדערש און אויסגעשלאסן, וועלן זיי באמת ווערן דער לכתחילה. אנשטאט זיך באהאלטן אין א ווינקל און באוויינען זייער שלעכט מזל, וועלן זיי מיט א געהויבענעם קאפ גיין אין מיליטער, אינאיינעם מיט רוב אנדערע זייערס-גלייכן. די בחורים וועלן דארט לערנען תורה, און, להבדיל, באקומען א פאך און מענטשליכקייט.

זאלן די צבוע'ניקעס וואס האבן מיט זייערע מעשים אנגעברענגט דעם מצב מוחל זיין און שווייגן. וויינט נישט, ליארמט נישט, ברעטשעט נישט. איר האט גענוג חורבנות געמאכט; איר האט גענוג געשעדיגט. יעצט איז צייט פאר א תיקון, און איר, שטערערס, שטעלט זיך זייט מוחל אין א זייט און שווייגט.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גוד פוינט!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הפלס (קרעדיט: שוילזאהן)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ראשעקאל
א מענטש וואס האט זויער מילך אין די ברילען זעט נאר זויער מילך, אפילו ווען ער שטייט פאר'ן שענסטע וויסטא. אמת, ס'איז דא פראבלעמ'ן אין ישיבות. אבער פון דארט ביז אפזאגען אלע ישיבות פה אחד איז א ביסל א ווייטער שריט. ישיבות זענען אפיציעל אויסגעשטעלט אז א בחור זאל טרעפ'ן אין זיך די כוחות אויסצושטייגען. דעריבער חוץ פון א שיעור גיבט מען זיך נישט אפ צו פיל מיט א בחור כדי ער זאל נוצען זיין אייגענע כוחות צו שטייגען. אוודאי איז דא אזעלכע וואס פארלירען דערפון, אבער דאס פרעגט נישט אפ דער גאנצע סיסטעם.
די סיסטעם פון ישיבות איז געגרינדעט געווארען דורך גדולי עולם; הג"ר אריה לייב מאלין און הג"ר אהרן קאטלער און הג"ר ראובן גראזאווסקי דאהי אין אמעריקה, און פאר זיי הג"ר ברוך בער ליבאוויץ און דער חפץ חיים און הג"ר שמעון שקאפ און אזוי ווייטער ביז צו הג"ר חיים וואלאזשינער זכרון צדיקים לברכה. אוודאי טאר מען נישט זיין נעריש און בלינד נאכגיין זייער וועגען אן צו פארשטטין וואס זיי האבען געוואלט, אבער אפצופרעגען מיט אזא ברייטען קוק איז נעריש, קינדעריש און בלינד.
אדרבה, אז דו קענסט אזוי גוט, מאך א ישיבה ווי מ'גיט זיך אפ מיט די לערנען און אידישקייט וכדו', נעמט אריין יעדער איינער וואס וויל קומען, און העלף זיי אלע ארויס. האקען יענעם וואס טוט נישט מער ווי זיין רבי'ס און טוהן גארנישט אליינס איז א שאד די צייט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

וועל סעיד. די ישיבות זענען אזוי אויסגעשטעלט ווייל זיי קעיטערן צו א געוויסע סארט בחורים. די איבריגע, האבן נישט וואס צו זוכן. די שאלה איז, ווער און וואס מאכט די איבריגע בחורים גיין אין ישיבה בכלל? זאלן די ווער און וואס צושטעלן די פאסיגע ישיבה פאר זיי אויכעט.

נאך א נקודה, אין די פארקערטע ריכטונג: אנדערעיזש ארבעט איז נישט לעגאל דא אין אמעריקע, און אויך איז דא אכט עלעמענטרי קלאסן וואס יעדער איינער דארף פארענדיגן.

א דריטע זאך, די חסיד'ישע ישיבות, און אפילו די קלענערע אונגארישע ישיבות, קומען נישט אויסגעשטעלט אינגאנצן ווי די ליטווישע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
פארשפארט