לאמיר זיך נישט נארן ע"פ רוב אינגערלייט = וואס האבן אסאך תוכן צו זיך - האבן נישט קיין דעילי עקסעס צו אינטערנעט איז א שאד אז אזא איינער ווי אים הערט אויף שרייבען
לאמיר זיך נישט נארן ע"פ רוב אינגערלייט = וואס האבן אסאך תוכן צו זיך - האבן נישט קיין דעילי עקסעס צו אינטערנעט איז א שאד אז אזא איינער ווי אים הערט אויף שרייבען
לאמיר זיך נישט נארן ע"פ רוב אינגערלייט = וואס האבן אסאך תוכן צו זיך - האבן נישט קיין דעילי עקסעס צו אינטערנעט איז א שאד אז אזא איינער ווי אים הערט אויף שרייבען
לאמיר זיך נישט נארן ע"פ רוב אינגערלייט = וואס האבן אסאך תוכן צו זיך - האבן נישט קיין דעילי עקסעס צו אינטערנעט איז א שאד אז אזא איינער ווי אים הערט אויף שרייבען
יום המיוחס טראגט א ספעציעלע באדייט פאר "היימישע קרעטשמע", עס איז געווען "יום המיוחס תשס"ה" ווען עס איז געגרינדעט געווארן אויף היידפארק א ריין ווינקעלע נקי מחשש לשון הרע ובזיון תלמידי חכמים און אלע אנדערע איבלן פון דעם אינטערנעט. יענע צייט האט עס נאך געהייסן "היימישע שטותים" און עס איז נאך געווען סטאנציאנירט אויף "היידפארק" אויסגעמישט מיט אנדערע צווייפלהאפטיגע און טמא'נע פארומס. עס האבן זיך דאן צוזאמגענומען אומאפגעשמועסטערהייט א גרופע שרייבער פון פארשידענע געגנטער און קרייזן און געשריבן ארטיקלן על דא ועל הא מיט דעם איינעם ציל צו שאפן א ווינקל פאר דעם נארמאלן ערליכן אינגערמאן צו פארברענגן אויף דעם טריפה'נעם וועב. במשך די צייט האט השי"ת אריינגעגעבן א געדאנק אינעם מח פון ידידנו "ארענדער" [אומגלויבליך ווי די זאכן ארבעטן - רוף עס תפיסת מחשבה, השגחה פרטית - איך האב געטייפט דעם ווארט, און א סעקונדע דערויף באקומען א רוף פון דעם ארענדער, א זאך וואס פאסירט קוים איינמאל אין א יאר-צוויי!] צו גרינדן א באזונדערע וועבזייטל פאר דעם פארום וואס האט זיך שוין דאן גערופן "היימישע קרעטשמע" און האט שוין פארמאגט אן אייגענעם כאראקטער מיט צענדליגער געלונגענע שרייבער און הונדערטער געשמאקע אשכולות.
א יאר דערויף - סיון תשס"ו - איז געגרינדעט געווארן דער ערשטער "היימישע קרעטשמע דאט קאם", און פון דארט איז עס געוואקסן און געשטיגן בכמות ובאיכות, אפטיילונגען זענען געשאפן געווארן און פרישע מיטגלידער האבן זיך איינגעשריבן. אפאר יאר דערויף איז געווען א צורך זיך אריבערצוציען צו א נייעם לאקאל, און דער געטרייער ארענדער האט נישט געשוינט קיין צייט און קיין געלט און זיכער געמאכט אז אלעס פירט זיך על צד היותר טוב. ערגעץ אינדערצווישן האט זיך דאס פלאץ געטוישט נאמען צו "אידישע וועלט", אדער ווי עס ווערט גערופן אין קורצן "אייוועלט". [זייענדיג א מענטש וואס איז קיינמאל נישט צופרידן און פרובירט אייביג צו פארבעסערן, איז דער ארענדער כסדר פארנומען אהערצושטעלן נאך א בעסערע זייטל פארן באנוץ פון די "קרעטשמע" זיצער, און אויף א קורצע צייט האט מען טאקע געטוישט צו א נייערע פלאץ, אבער צוליב פארשידענע טעכנישע פראבלעמען איז מען צוריקגעקומען אהער, ועוד ידו נטויה אהערצושטעלן דאס בעסטע און שענסטע און פראקטישסטע.]
ועל של עתה באתי. עס איז שוין א שמיטה פון יארן וואס איך דריי מיך דא, שרייב און ליין, מעק און פארריכט. עס איז מיר געווען א כבוד צו פארברענגן מיט אזעלכע געשמאקע אידן, צווישן זיי א היבשע צאל תלמידי חכמים, בעלי כשרון, און רובם ככולם איידעלע מענטשן בעלי מדות טובות. מיר האבן אינאיינעם געלאכט ווען עס איז געווען פרייליך, געוויינט ווען דער מצב איז געווען פארנעפלט, בארייכט די ידיעות איינער פארן אנדערן, ארויסגעהאלפן מיט פארשידענע עצות במילי דשמיא ובמילי דעלמא. פערזענליך האב איך ב"ה געמאכט באקאנטשאפטן מיט צענדליגער פון אייך, ווערנדיג גוטע חברים אויך אין די ווירקליכע וועלט, א זאך וואס וועט מיר גוט צוניצקומען אין די קומענדיגע יארן.
יעדער פון אונז איז אבער עדות צו די אויפוואכונג וואס הערשט ב"ה אויף די וועלט איבער די שעדליכקייט פון דעם זאך וואס פארבינדט אונז, און אויב זענען אלע דרשות און אלע התעוררות'ן נישט גענוג געווען איבערצוצייגן דעם עולם - און מיר זעלבסט - אז דאס איז א שפיל מיט פייער, האב איך היינט אליין געהערט 2 פרישע געשיכטעס פון משפחות וואס האבן זיך צוטיילט ל"ע צוליב דעם וואס דער מאן איז געווארן אפגעקילט פון אידישקייט [מילד גערעדט] צוליב דעם מאסן-פארניכטונג-וואפן המכונה אינטערנעט. איז אלזא געקומען די צייט זיך צו געזעגענען פון דעם אזוי געשמאקן וועלטל מיט וואס איך בין געווען צוגעבינדן בכל נימי נפשי און וועל שטארק בענקן דערצו, אבער ההכרח לא יגונה.
מיינט אבער נישט אז איר בלייבט חלילה אויפן וואסער, ווייל מיר פארמאגן ב"ה א שטאב פון געטרייע איבערגעגעבענע מנהלים און אחראים וואס פירן אויס זייערע פליכטן בשלימות, ועוד ידם נטויה אריינצונעמען אי"ה פרישע כוחות, ווייל דאס איז כולי עלמא מודי אז אזא סארט ווינקל מוז זיך פאר יעדן פרייז געפונען אויפן וועב, אלס מקום מקלט און תיבת נח פאר די וואס מאיזה סיבה שיהיה האבן זיי יא צוטריט צום אינטערנעט און ווילן דוקא ליינען ערליכע און אויסגעהאלטענע מאטעריאל.
*
צום געזעגענען וועל איך באשרייבן מיינע געפילן [יא, געפילן. עס איז קיין בושה צו האבן געפילן, אדרבה, אך און וויי צו דעם וואס האט פארלוירן זיינע געפילן. גאנצע שטיקער אידישקייט זענען אנגעהאנגן אויף דעם אידישן געפיל] ביי דעם כינוס לשם שמים וואס איז פארגעקומען אין דעם גיגאנטישן "סיטי פיעלד" סטאדיום אין קאראנא קווינס.
ווי נאר מען האט געמאלדן אז מען קען באשטעלן טיקעטס, האב איך שנעל אויסגעפילט אן אפליקאציע און אריינגעשיקט צו "איחוד הקהלות". איך בין געווען אזוי ווארעם צום געדאנק פון אזא כינוס, אז איך האב נישט אויסגעווארט צו הערן אויב מיינע שכנים און גוטע פריינט רעכענען צו גיין, און וועלכע קרייז וועט זיך יא אדער נישט צושטעלן. "איך" בין דער וואס איז אפגעזיצן אויפן אינטערנעט יארן לאנג, "איך" בין דער וואס ברויך א התעוררות זיך אפצולאזן דערפון, און פונקט ווי איך האב נישט געפרעגט קיינעם ביים ארייננעמען דעם טריפה'נעם געצייג, האב איך נישט געדארפט די הסכמה פון דעם אדער יענעם צו גיין הערן דברי התעוררות והתחזקות אויף א פרעצעדענטלאזן פארנעם.
איך האב געווארט און געווארט און מיין טיקעט איז נישט אנגעקומען. זונטאג בהר בחקתי - א וואך בעפאר די כינוס - האט מיך אן עסקן אנגערופן זיך אנטשולדיגן אז מיין ענוועלאופ איז צוריקגעקומען צום הויפטקווארטיר צוליב א פעלער אינעם אדרעסע, און זיי וועלן עס פריש ארויסשיקן. דאן זענען שוין געווען מיימינים ומשמאילים אויף דאס גאנצע געגייעכץ, און איך האב אנגעהויבן קלערן אז דאס איז אפשר א רמז מן השמים זיך אפצוהאלטן פון אהינגיין. מאנטאג איז געקומען און געגאנגען, אזוי אויך דינסטאג און מיטוואך, און איך האב באשלאסן אז אויב די טיקעטס קומען נישט אן, איז מיר נישט באשערט צו זיין א חלק פון דעם כינוס. דאנערשטאג האב איך באקומען אויף פאסט דעם לאנג-ערווארטעטן קאנווערט מיט א טיקעט צו דעם אריגינעלן זאל (סיטי-פיעלד) און באס טיקעטס אויף ביידע וועגן. א באשלוס איז געמאכט געווארן צו גיין בעזהשי"ת.
זונטאג במדבר תשע"ב
נאכן שלאפן קוים 5 שעה בין איך אויפגעשטאנען מיט א פרישקייט ווי א קינד וואס גייט יענעם טאג פארן אויף א גרויסע אויספלוג. איך קוק שוין ארויס טעג און וואכן און חדשים אויף דעם גרויסן מאמענט, ווען טויזנטער אידישע קינדער וועלן זיך צוזאמנעמען און פארשרייען דעם גרויזאמען אינטערנעט וואס שניידט שטיקער פון אונז. מיין הארץ האט אנדערש געקלאפט יענעם טאג, און איך האב נישט אויפגעהערט קוקן אויפן זייגער ווען עס קומט שוין דער ריכטיגער מינוט פון 4 אזייגער ווען די באסעס הייבן אן פירן דעם עולם פון וויליאמסבורג.
וויסנדיג אז מען קען נישט געהעריג אריינטראגן קיין עסנווארג און געטראנקן צום זאל, האב איך פרובירט צו עסן צו דער זעט אין שטוב, און אויך אויפן וועג האב איך געקויפט א קאלטע קאווע מיט א שטיקל מזונות. אנקומענדיג קיין קענט קארנער וויליאמסבורג סטריט האב איך באמערקט אז דער עולם איז פארזאמעלט ארויפציהר, ביי קענט און ראדני-ראסס. איך האב זיך א לאז געטוהן אהין אינאיינעם מיט די מאסן וואס האבן געהאלטן אין שטראמען אהין. יעדע פאר סעקונדעס איז נאך א פולע אויטאבאס פארבייגעפארן און זיך אריינגעדרייט אין הייוועי מיט א לאסט פון היימישע אידן וואס האבן איין-איינציגן ציהל, צו פאלגן די הוראת הרבנים וועלכע האבן ארגאניזירט דעם אווענט כדי לשמוע את דבר ה'.
נאך א באס לאזט זיך ארויס אין וועג און נאך א באס, ענדליך דערגרייך איך דעם אנהייב פונעם שורה, און באמערק אז די דרייווער פון דעם באס איז נישט קיין מאנסביל... איך וויל דאך נישט געפירט ווערן דורך איינער וואס דעתה קלה... בין איך אויסגעשטיגן פון די שורה, און פרובירט מיין מזל ביי איינע פון די אנדערע באסעס. געווען זענען דארט ספעציעלע באסעס פאר "ארטור עש סטאדיום" און באזונדער פאר "סיטי-פיעלד", עס האט מיר געדויערט א היבשע וויילע איבערצוגעבן מיין באס טיקעט פארן עסקן און זיך דערזעהן זיצן אויפן געלן באס ביים 'עמערדזשענסי טיר' בענקל אויף די לינקע זייט. מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג, איך מיינע געפילן הייבן מיך אן איבערנעמען... דעם ערשטן פליסיגקייט אין אויג האב איך פארווישט ביים זעהן פון די באס פענסטער דעם געמיש פון קרייזן וואס שטראמען צו די באסעס, קלערנדיג אז דאס איז מעין ביאת משיח שיתגלה לנו במהרה בימינו.
זיצנדיג אויפן בי.קיו.אי. הייוועי [4:37] רופט מיר אריין א נאנטער חבר און קרוב און פרעגט וואו איך בין, איך זאג אז מען זיצט שוין ב"ה אויפן באס און מען פארט, ער בעט איך זאל אים רופן ווי נאר איך זיץ באקוועם אויף מיין סטאדיום זיץ, ער קען נישט גיין צוליב פריוואטע סיבות און וואלט געוואלט מיטהאלטן אביסל דעם הלוך-ילך וויאזוי עס גייט צו דאס אריינקומען אין זאל וכו'. איך האב אים פארשפראכן צו רופן, אבער ליידער/ב"ה האב איך נישט געהאט קיין סערוויס דורכאויס די גאנצע כינוס, וויל איך מיך דא אנטשולדיגן פאר אים אז איך האב פשוט נישט געקענט ארויסרופן. עטליכע מינוט שפעטער רופט א צווייטער, אז ער האט מיר געשיקט אן אימעיל מיט געוויסע ארבעט וכו' וכו', איך האב אים אויסגעהערט אויף א האלבע אויער, ווייל מיין קאפ איז געווען גאר ערגעץ אנדערש.
אנקומענדיג נענטער צום ציהל, הארט פארן ארויספארן דעם שיפן 'רעמפ' ארויס קיין קווינס, האט מען זיך דערזעהן אין א שווערן טראפיק. איך האב ארויסגענומען דעם תהלימ'ל וואס איך האב אנגעגרייט אין טאש [וויסנדיג אז עס קען געדויערן א שעה זיך אריינצוזעהן אין זאל, און נאך א שעה ביז מען הייבט אן דעם פראגראם], און הייב אן זאגען קאפיטל נאך קאפיטל, דאווענענדיג פאר הצלחה פון דעם אווענט און פאר מיין פריוואטע הצלחה ביים כינוס. אינצווישן איז שוין שפעט געווארן, אבער מען פארט קוים א שפאן נאך א שפאן, דער טראפיק לאמפ ביים 'רעמפ' האט זיך געביטן פארבן יעדע פאר סעקונדעס און דער באס רירט זיך קוים. איך האב געהאט א קלער צו פארן מיטן באן, אבער א זוכעניש דורך גוגעל-מעפס האט מיר געצייגט אז דער וועג פון מיין הויז ביזן סטאדיום דארף געדויערן איבער 50 מינוט, האב איך געקלערט אז מיטן באס וועט זיכער זיין שנעלער [אויך איז מיר א שאד געווען צו צאלן נאך כמעט 5 דאלער, נאכדעם וואס איך האב שוין סייווי געקויפט א באס טיקעט]. 5:30 רופט מיר א קרוב און פרעגט אויב איך בין שוין אדורך די זיכערהייט, ווייל איינער פון זיין גרופע וויל זיך אריינשווערצן מיט א טיקעט פון דעם אנדערן סטאדיום..
דער עולם אויפן באס איז שוין אומגעדולדיג, איין לעבעדיגער אינגערמאן פרובירט אונטערצוהאלטן דעם עולם מיט האלב-געלונגענע וויצן. די זון האט אויך געבראטן און די עיר-קאנדישאן פונעם באס האט נישט געארבעט... דער דרייווער פרובירט צו עפענען די דעקלעך פונעם דאך, אבער דער אינגערמאן וואס איז פילייכט א באס-רבי האט בעסער געטויגט דערצו ווי דער ערפארענער דרייווער. איך נעם ארויס מיין מזונות פונעם זעקל און שטעל עס אריין אין בוזעם, און דעם קאלטן קאווע עפן איך אויף און מאך א שהכל און דערקוויק זיך דערמיט ביזן לעצטן טראפן. דער פרייליכער אינגערמאן נעמט אראפ זיין הוט און פאכעט עס פארנט פון אן עלטערן איד וועלכער האט אנגעהויבן ווערן נערוועז. די לופט האט אביסל בארוהיגט דעם אידל און דערמיט די גאנצע אטמאספערע אויפן באס. איך האב שוין געענדיגט דעם תהלים פון זונטאג, פון מאנטאג, און דער באס קריכט נאך אויף די גאסן פון קאראנע קווינס, צווישן פאקיסטאנער געשעפטן און נייגעריגע ביישויער אויף די גאס וואס באטראכטן דעם בייזן ווינדער פון צענדליגער באסעס אנגעפולט מיט באבערדעלטע אידעלעך שלענגלן זיך איינס הונטער די אנדערע אין ריכטונג פון סיטי-פיעלד סטאדיום.
ארום צען מינוט צו זעקס זענען מיר אנגעקומען צום גיגאנטישן פארקינג לאט, וואו מען האט געזען נאך און נאך געלע באסעס און אידישע קינדער ווי ווייט דאס אויג גייט. איך פרוביר אנצורופן מיין ביינאכט חברותא איינמעלדן אז איך קום נישט היינט, אבער איך דערזעה מיך אן סערוויס. מען שפאנט מיטן שטראם אין ריכטונג פון א בריק וואס וועט אונז אריבערפירן צום סטאדיום, אינצווישן גייט מען אדורך די 'פראטעסט' פון גאנצע 2 מרי נפש וואס האבן גענומען די מיה ארויסצוברענגן די אנדערע זייט פון די מטבע... מען גייט ארויף צום באן-סטאנציע און פון דארט אראפ די אנדערע זייט צום סטאדיום, און מען זעהט שוין עסקנים און להבדיל גוי'אישע ארבייטער וואס שיקן דעם עולם צו זייערע דעסטינאציעס. איך האב א טיקעט מיט די אויפשריפט LF, ווייזט מען מיר צו גיין ביזן אנדערן עק [לינקע פעלד]. מען גייט אדורך עסקנים וואס זאמלן פעטיציעס פאר פדיון שבויים, איך הייב אן אויסצופילן א בויגן און כאפ מיך אז איך האב שוין אונטערגעשריבן דעם ווייסן-הויז פעטיציע. דער עסקן זאגט אז עס איז קיין פראבלעם, איך זאל נאר פארצייכענען אונטן פונעם צעטל אז איך האב שוין אונטערגעשריבן 'אנליין'. מען קומט אן צו די זיכערהייט, ווי מען הייסט אויסטוהן דעם היטל און מען גיבט א באטאפ אביסל די זייטן פונעם קערפער און מען שיקט אריין... דא קומט מען אן צו א טישל וואו מען דארף סקענען דעם טיקעט [דאס איז לכאורה די 'סטעמפ' וואס מען האט אנגעזאגט אז נאכן ארויסגיין וועט מען נישט קענען צוריק אריינגיין]. איך וויל אנרופן מיין קרוב זאגען אז עס וועט אים נישט געלונגען צו באווייזן קיין חכמות דא און איבערקלוגן די אגענטן, אבער דער טעלעפאן ארבעט נאך אלץ נישט..
עטליכע מינוט נאך זעקס בין איך אנגעקומען צו מיין זיץ, זינט איך האב געקויפט אויפן בליץ-פאסט האב איך באקומען צוגעטיילט צווישן פארשידנארטיגע אידן, צב"ש צו רעכטס זענען געזיצן עטליכע ישיבי'שע לייט [מיט געשטיצטע בערד, איינער האט געהאט מיט זיך א אינג בחור'ל], און צו לינקס א חסיד'ישער אינגערמאן מיט זיינע 2 קינדער. דאס בענקל נעבן מיר איז די גאנצע צייט ליידיג געבליבן, אויך עטליכע בענקלעך אין די רייע הונטער מיר זענען געווען ליידיג דורכאויס דעם אווענט. איך האב נישט געוואלט מטריח זיין די אידן זיך אויפצוהייבן פאר מיר, האב איך געמאלדן פאר מיינע שכנים אז איך וועל איבערטאנצן די רייע בענקלעך [דער ליטווישער האט נאר געוואלט וויסן וועלכע ווארט איך האב געזאגט.. 'איבערטאנצן'?]. נאכן זיך צורעכט מאכן אויפן זיץ, האב איך ווייטער ארויסגענומען דעם תהלימ'ל [אויפן וועג האב איך געזאגט פון אנהייב ביז צ', און אויפן זיץ ביז מען האט אנגעהויבן דעם פראגראם האב איך צוענדיגט ביז 'אויס', מיטן יהי רצון דערנאך]. דער אינגערמאן אויף מיין לינקע זייט האט ארויסגענומען א משניות'ל און געלערנט [געלערנט? פרובירט צו לערנען. דער אינגל איז געווען צו איבערראשט פון די סצענע און האט נאר געוואלט וויסן וואס איז דאס און וואס איז יענץ און געצייגט פארן טאטען יעדע סעקונדע נאך אינטערסאנטע זאכן וואס ער האט באמערקט] מיט זיין אינגל מסכת מועד קטן. דער ליטווישער ישיבה מאן אויף מיין לינקע זייט האט געלערנט אין אן ענגלישן ספר וואס האט הלכות שבת אויסגעשטעלט לויט די פרשיות התורה.
ארום זיבן אזייגער האט זיך דער פראגראם אנגעהויבן מיט א באגריסונג דורכן טשערמאן [צומארגענס האב איך דאהי געזען אז ער הייסט פרענקל], און דאן פרקי תהלים דורך הג"ר משה גרין שליט"א. איך האב געהאלטן נאכן מסיים זיין גאנץ תהלים, אבער אינו דומה תפלת יחיד לתפלת רבים, האב איך מיטגעזאגט די פאר קאפיטלעך מיטן ציבור. דאן האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה מיט גרויס כוונה. אבער ביי הויכע שמונה עשרה האט זיך ארויסגעשטעלט אז מען הערט נישט דעם בעל תפילה, האט זיך איינער פון מיין געגנט אויפגעשטעלט און איבערגעזאגט א הויכע שמו"ע צו די צופרידנהייט פונעם גאנצן אפטיילונג. איך וועל אייך זאגען דעם אמת אז איך האב נישט געקלערט צו באשרייבן דעם סדר המעמד, האב איך נישט געהאלטן חשבון אויף די רעדנער ווען האט ווער גערעדט, איך וועל בלויז אפשרייבן קורצע שטריכן וואס איך האב ארויסגענומען פון זייערע רייד [ואין מוקדם ומאוחר].
מען האט באגריסט דעם עולם און די חשוב'ע רבנים, און איבערגעגעבן דאס ווארט פאר אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צו פליען פון אנטווערפן. דער רבי האט געזאגט אז מען איז זיך צוזאמגעקומען רעדן וועגן עיקרי הדת, נישט קיין חומרות והידורים, און האט אנגעווינטשן אז חפץ ה' בידינו יצליח. דער יושב ראש הרה"ג רבי אפרים וואקסמאן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק איז צוגעקומען צום מייקראפאון און איבערגענומען די לייצעס פונעם אווענט, רעדנדיג אויף ענגליש געמישט מיט אידיש און לשון הקודש, דורכגעפלאכטן מיט שיינע טייטשן און טיפע דברי מוסר וואס האבן באנומען די צוהערער. ער האט זיך געוואנדן צו די פרעסע און צו די פארפאלענע אידן ל"ע, ארויסברענגענדיג אז מיר שטייען הארט פאר קבלת התורה ווען מיר זענען אויסגעקליבן געווארן אלס ממלכת כהנים וגוי קדוש [די פיר ווערטער זענען מער-ווייניגער געווען די 'טעמע' פון די נאכט], און מיר דארפן זעהן אנצוהאלטן דעם טיטל. בדרך אגב האט ער אריינגעפליקט די אמעריקאנע גאס וואס האט נאכגעלאזט איר מאראל און באשטעטיגט פארשידענע חוקי תועבה, זאגנדיג "קאם טו יור סענסעס".
מען האט אויפגערופן א גאסט פון מאנטריאל הרה"ג אב"ד דזשיבוי שליט"א, וועלכער האט אויף זיין אייגנארטיגן שפראך ארויסגעברענגט דעם ציל פונעם כינוס לשם שמים. צווישן אנדערע האט דער רב שליט"א ארומגערעדט איבער די ברכה פון "ברוך חכם הרזים" וואס מען זאגט ביים זעהן אוכלוסי ישראל, וואס די גמרא פירט אויס אז מען זאגט דאס נאר ביים זעהן 600,000 אידן. וואס די גמרא זאגט דארט שאין דעתם דומה זה לזה ואין פרצופיהן דומין זה לזה. האט ער זיך געשטעלט אויף די ווערטער פון רש"י אויף חכם הרזים "היודע מה שבלב כל אלו", ווי קומט דא אריין לב? מען רעדט דאך פון דעת. נאר אויך די השקפות און די דעות ווענדן זיך אין די תאוות הלב, א מענטש פארקריכט פונעם ריינעם אמונה אלעס צוליב תאוות לבו. צוברענגענדיג א ווארט פון בריסקער רב זצ"ל אויף ולא תתורו אחרי לבבכם זו מינות, ווייל די תאוה שבלב ברענגט צו מינות. דער רב האט שטארק ארומגערעדט איבער די חוב וואס ליגט אויף יעדן איד צוצוהערן די הוראות הרבנים וואס מען וועט הערן במשך דעם כינוס איבער די חוב פון געפילטערטע אינטערנעט פאר וועמען נויטיג און אפלאזן דעם אינטערנעט אינגאנצן אויב מען האט נישט קיין הכרח זיך צו באנוצן דערמיט.
דאן האט דער יושב ראש ווידער איבערגענומען דאס ווארט און ווייטער געשניטן שטיקער אין אונזערע הערצער, צווישן אנדערע האט ער ארויסגעברענגט אז אידישע קינדער האבן אנדערע אינטערעסן ווי להבדיל די אומות העולם. קיינער פון אונז האט נישט אין דיינונג רום א גרויסע קאפ פון א הערש אלס אנדענק פון א געלונגענע יאגד... דאס זעלבע דארפן מיר זיך באפרידיגן אין לעבן אויך אן די אלע הנאות פונעם אינטערנעט צו וואס מיר האבן זיך נעבעך צוגעוואוינט. ער האט ארויסגעברענגט אז אנשטאט פארברענגן די צייט און פארברענען די נשמה אויפן נעט, קען מען קונה זיין אזויפיל חכמה און אזויפיל תורה וואס איז א נצחיות. ער האט זיך צושריגן אויף א פאל פון א טאטע וואס האט געגעבן פארן קינד א טעלעפאן צו נוצן אומגעפילטערטערהייט: ביסטו נארמאל? דו הרג'סט דעם קינד בידים רח"ל!
מען האט געהערט דברים נלהבים פון הגאון הגדול ר' שמואל הלוי וואזנער שליט"א אב"ד זכרון מאיר בני ברק, וועלכער האט ארויסגעברענגט דעם דעת תורה איבער האלטן אינטערנעט אין שטוב אדער אין די ארבעט, פונקטליכע אנווייזונגען ווען יא און ווען נישט, און אז אויב איינער שטעלט זיך נישט צו אינגאנצן איז אסור אריינצוגיין צו יענעם אין שטוב אדער זיך משדך זיין מיט אים!
אדמו"ר מ'סקולעני שליט"א האט דאן אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה איבערגעזאגט דורך זיין זוהן, דער רבי האט גאר שטארק מעורר געווען די אידישע הערצער זיך צו פירן ווי א מענטש און נישט ווערן אריינגעשלעפט אין די תאוות פונעם אינטערנעט וואס פאסן גיכער פאר בהמות. דער רבי האט קלארגעשטעלט אז די ביטערע מחלות קומען פון די סארט עבירות, און אז די עלטערן אויבן אין הימל ווילן זיך נישט אנקערן מיט אזעלכע קינדער און אייניקלעך רח"ל.
מען האט קלאר געזען אז דער פארגעשריבענער סדר היום וואס האט געדארפט ענדיגן צו זמן מעריב, איז שוין לאנג נישט אקטועל, און מען וועט דא בלייבן זיצן א וויילע לענגער, אבער יעדע שעה און רגע איז געווען א באזונדערע קורת רוח, און ווען זאכן ווענדן זיך אין מיר וואלט איך געוואלט דאס זאל בלייבן אן אייביגקייט. איך האב נישט באגריפן ווי מענטשן קענען זיך אויפהייבן פון די זיץ-פלעצער און גיין אהער אדער אהין, זיי פארפאסן דאך רגעים נחוצים פון צייט וואס וועט קיינמאל נישט צוריקקומען! איין לימוד זכות האב איך געהאט אויף די אלע וואס זענען נישט געווען אזוי מרוגש ווי מיר: פילייכט זענען זיי נאכנישט אזוי באקאנט מיט די השחתה פונעם אינטערנעט, און זענען בלויז געקומען פאר נייגעריגקייט.,
מען האט באקומען א זעקל מיט א שטיקל מזונות [וואס איך האב אויפגעגעסן ארום 9 אזייגער] א קליינע זעקל פרעצל [וואס איך בין נישט אנגעקומען צו עסן] און א פלעשל וואסער [וואס איך האב געטרונקן דערפון קוים א שלונג, נישט וועלנדיג דארפן ארויסגיין אינמיטן דעם כינוס], עס איז אויך געליגן דארט א 'קוקער' [אבער עס איז געשמאקער געווען מיטצוהאלטן דורך די גרויסע 'סקרינס' אויף אלע זייטן און קלענערע סקרינס צווישן די רייעס], א תפלת השל"ה, און א צעטעלע מיט די אידישע און ענגלישע איבערטייטש פון אמן יהא שמיה רבא. מען האט גערעדט איבערן טאג אז עס וועט אויך זיין א מנחה-מעריב'ל אינעם זעקל [דערפאר האב איך נישט מיטגענומען דעם תהלים עם מנחה מעריב נאר א תהלימ'ל אליין], אבער למעשה האב איך געדאווענט פון אויסנווייניג [די אויג איז סייווי געווען באנעצט און וואלט נישט מסוגל געווען צו לעזן די ווערטער פונעם סידור'ל].
די גאנצע צייט האט מען אויף די סקרינס געקענט זעהן דעם רעדנער, אויך האט מען פון צייט צו צייט געוויזן פארשידענע חלקים פונעם אויבנאן, וואו איך האב אריינגעכאפט צו זעהן עטליכע צדיקים וגאונים וואס איך האב שוין לאנג נישט געזען [צב"ש הרה"צ מ'וויזניץ מאנסי שליט"א לרפו"ש, וועמען איך האב שוין נישט געזען לאנגע יארן]. אויך האט מען כסדר געזען פארשידענע פנימ'ער פון צווישן עולם [די בחורים און אינגלעך האבן זיך אונטערגעהאלטן דערמיט..]. נישט וועלנדיג מען זאל מיך קענען זעהן אויפן גרויסן סקרין, האב איך כסדר געהאלטן די הענט אדער א הוט איבערן פנים...
המשגיח ר' דן סג"ל שליט"א גייט צו צום מייק און הייבט אן זיפצן מיט גרויס התרגשות מיטשלעפנדיג דעם עולם מיט התעוררות. ער האט גערעדט א לענגערע צייט, נאכזאגנדיג טייערע געדאנקן אויף די הארבקייט פון שמירת עינים און די געפערליכקייט פונעם אינטערנעט. צווישן אנדערע האט ער דערציילט א מעשה שהי' פון א תלמיד חכם אין בני ברק וואס האט צוליב מסדר זיין א ספר זיך פארשאפט א קאמפיוטער, און נאכן זיך דרייען אויפן וועב א שטיקל צייט האט ער אפגעלאזט זיין פרוי און קינדער און אפגעטראגן קיין חוץ לארץ וואו ער לעבט אפ א פראסטע לעבן רח"ל. דער משגיח האט ציטירט פון א בריוו וואס זיינס אן אנהענגער האט געשריבן, אז צוליב דעם אינטערנעט שעמט ער זיך צו קומען רעדן צום משגיח פנים אל פנים ווייל ער האט רח"ל דעם דין פון א רוצח כמבואר בגמ'. דער משגיח האט גערעדט ווי א ריכטיגער בעל מוסר פון אמאליגן דור, געשניטן שטיקער און פארפירט בדמעות שליש, און די ווערטער האבן שטארק עושה רושם געווען ביי די פארזאמעלטע.
מען האט אויפגערופן דעם לעיקוואודער משגיח הג"ר מתתיהו סאלאמאן שליט"א וועלכער איז געווען דער אנדרייער פונעם אווענט (אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מ'סקולעני שליט"א). די בני ישיבה האבן זיך ספאנטאן א לאז געטאן אין א "ימים על ימי מלך תוסיף" געזאנג צום איבערראשונג פון די חסידים. ר' מתתיהו שליט"א האט מיט ווייכע הארציגע רייד אויף די ענגלישע שפראך ארויסגעברענגט אז דא האבן זיך פארזאמעלט טויזנטער אידן מבקשי השם, און ער האט קורצליך איבערגעזאגט א ווארט פון דעם מייסד בית מדרש גבוה הג"ר אהרן קאטלער זצ"ל, ער האט אויך איבערגעטייטשט דעם ערשטן חלק פון תפלת השל"ה, צוגרייטנדיג דעם עולם צו דעם ערווארטעטן מאמענט ווען רבבות אלפי ישראל וועלן אינאיינעם איינרייסן ביים בורא עולם צו קענען אויפשטעלן בתים נאמנים בישראל מיט בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות אן די נסיונות און טראץ די נסיונות פון דעם טריפה'נעם אינטערנעט.
הרב וואקסמאן איז צום וויפילטן מאל צוגעקומען צום שטענדער און צום וויפילטן מאל שטארק מעורר געווען דעם ציבור ווי ווייט מיר זענען פארקראכן פונעם ריכטיגן מהלך, ער האט געטרייבערט און געטרייבערט, געמאנט און פארלאנגט יעדער זאל נעמען א מינוט פון ישוב הדעת און זיך פארנעמען א קבלה טובה בנוגע קדושת ישראל. דאן האט מען ארויסגענומען דעם תפלת השל"ה און אנגעהויבן זאגען דעם אור אלטן תפלה וואס איז מסוגל צו זאגען אלע טעג ובפרט ערב ראש חודש סיון. אנקומענדיג צום צווייטן פאראגראף האב איך שוין נישט געקענט איינהאלטן דעם פלייץ פון טרערן וואס האט זיך אויפגעבויט במשך די פארלאפענע פאר שעה, און דאס קראן האט זיך געעפנט ווי א צובראכענע וואסער-דאמבע... איך האב מיך געפריידט אז מיין חסיד'ישער שכן מיט זיינע קינדער איז שוין נישט אויפן פלאץ [און געדאנקט השי"ת אז מיר איז נישט בייגעפאלן מיטצונעמען די קינדער, וועלכע וואלטן מיר נאר געשטערט פון צוהערן די קריטיש וויכטיגע דרשות און פון איינזיצן אויפן פלאץ אזויפיל שטונדן נאכאנאנד], און פון די ליטווישע שכנים אויף אלע זייטן האב איך נישט געהאט קיין שום בושה... געזאגט און געוויינט, געוויינט און געזאגט, ביז איך האב קוים ארויסגעזאגט די ווערטער פון מויל מרוב בכי.
איך האב געוויינט און געוויינט ממש ווי ביי א לויה [און נישט ביי סתם א לויה, נאר א לויה פון א אינג בחור וואס איז פארשניטן געווארן בדמי ימיו, אדער א אינגע מאמע וואס איז פלוצלינג אוועקגעריסן געווארן פון די קינדער]. און געקלערט האב איך אז דאס איז טאקע א לויה. א לויה אויף די אלע יארן וואס איך האב פארברענגט אויף דעם אינטערנעט, א לויה אויף יארן וואס איך וואלט געקענט אויסנוצן אויף לימוד התורה, א לויה אויף אלע זכותים וואס זענען ליידער פארלוירן געגאנגען צוליב אומאיידעלע זאכן מיט וואס מען שטרויכלט זיך אן ביים דרייען זיך אויפן אינטערנעט. אבער אנדערש ווי א לויה וואס דער מת קומט נישט צוריק ביז תחיית המתים, קען מען די אלע זכותים צוריקברענגן מיט תשובה מאהבה [וואס דער ישמח משה שרייבט אז תשובה ברבים הייסט תשובה מאהבה, און ווי האסטו נאך אזא רבים ווי ביים כינוס כלל ישראל]. די צייט וועט שוין טאקע נישט צוריקקומען, אבער אויב מען נעמט זיך פאר אפצולאזן דעם אינטערנעט איינמאל פאר אלעמאל, וועט מען האפנטליך נישט דארפן קלאגן אין יארן ארום אויף די פארפאטשקעטע צייט פון יעצט ביז דאן.
נאך תפלת השל"ה איז געקומען קבלת עול מלכות שמים, פארגעזאגט דורך אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א און המשגיח הרב דן סג"ל שליט"א. די קולות זענען געגאנגען אזוי ווי יום כיפור ביי נעילה. נאכגעפאלגט דורך א טאנץ אויף "וטהר לבינו" [צוערשט האב איך געטאנצן אליין, אבער דאן האט מיין רעכטער שכן מיך געגעבן א כאפ אן די האנט, און איך האב אויסגעשטרעקט מיין האנט צום לינקן שכן, אויך א ישיבה-מאן, און ממשיך געווען מיט א דביקות] און א תפלת מעריב מיט גרויס התעוררות. נאכן אויסטרעטן שמונה עשרה האב איך מיך אויסגעדרייט צו באמערקן א ליטווישע איד אן קיין בארד ווי ער איז שופך שיח מיט פארמאכטע אויגן ביי זיין לענגערע שמו"ע, ווען מיט די לינקע האנט נעמט ער ארום זיין קליינעם זוהן. איך האב מיך געמוזט צוריקדרייען און אויספלאצן אין געוויין ווי דער פאטער בעט זיך ביים טאטען אין הימל אז זיין קליין אינגל זאל אויסוואקסן אן ערליכער איד און נישט פארפאלן ווערן צו די נסיונות פון דעם דור. נאך מעריב האב איך געגריסט א גוטע נאכט פאר מיין ליטווישן שכן, וועלכער האט מיר געדרוקט די האנט און געוואונטשן הצלחה רבה.
דער וועג אהיים האט נישט געדויערט אזוי לאנג ווי די וועג אהין, אבער ביז איך האב געטראפן א באס קיין וויליאמסבורג האט געדויערט א לאנגע לאנגע צייט. די עסקנים זענען שוין קענטיג געווען איבערגעארבעט פון א גאנצן טאג, אבער נאך אזויפיל שעה פון רוחניות'דיגע קורת רוח האט זיך נישט געגלוסט זיך אפצורעדן אויף די וואס האבן צוגעהאלפן אהערצושטעלן דעם מעמד. איך בין שוין געווען אויף א באס גראדע, אבער דער דרייווער האט נישט געוואלט פארן ביז אלע זיצן. איינער האט זיך גענומען שרייען אויפן דרייווער, און איך האב מוחה געווען אז דער דרייווער איז גארנישט שולדיג און אז ער מאכט נאר א חילול השם. איך האב אראפגעיאגט פון דעם באס און זיך גענומען וואנדערן אין דעם ריזיגן פארקינג לאט. ביז איך האב ענדליך געפונען א באס איז שוין געווען עטליכע מינוט צו 12 אזייגער ביינאכט. דער באס האט נאך געווארט א שטיקל צייט אויפצונעמען נאך פאסאזשירן, און דאן האט עס געמאכט דעם וועג צוריק קיין וויליאמסבורג, וואו איך בין אפגעשטיגן עטליכע מינוט צו 1 אזייגער ביינאכט, און געמאכט פון דארט דעם לאנגן וועג אהיים.
צומארגנס האב איך שוין געהערט מענטשן חוזק מאכן פון פארשידענע פונקטן פון די אסיפה, א שטייגער ווי דער וואס האט אוועקגעמאכט א לאנגע פייערדיגע רעדע פון א מגיד מישרים זאגנדיג "דער דרשן האט א קאזע בארד". זייענדיג שטארק איבערגענומען פון דעם מעמד, האב איך פרובירט נישט צוצונייגן אן אויג צו די ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות, און אזוי האף איך ווייטער צו טוהן. אויב די אסיפה האט אפגעקאסט 3 מיליאן דאלער, האט זיך עס געלוינט און אויסגעצאלט עד פרוטה אחרונה אז איך קליינער זאל אזוי נתעורר ווערן און נתחזק ווערן אינאיינעם מיט די אנדערע ערליכע אידן וואס האבן זיך פארגענומען פארשידענע קבלות טובות אלס רעזולטאט פון דעם כינוס כלל ישראל.
אויף דערווייל באנוץ איך מיך מיט א פילטער וואס איך און מיין שותף האבן א האלב פונעם פעסווארד, אבער דער פלאן לויטעט צו אפלאזן דעם אינטערנעט בכל מכל כל [אפשר וועט מען בלייבן מיט אימעיל און א ענגע ווייט-ליסט וואס מען דארף לצורך פרנסה].
אלזא מיינע טייערע פריינט, די וואס דארפן נישט דעם אינטערנעט לצורך פרנסה זאלן צוהערן די רייד פון די רבנים און גענצליך אויפגעבן דערויף, און די וואס דארפן דאס יא לצורך פרנסה זאלן ארויפשטעלן א פעסטן פילטער און נאר באזוכן אויסגעהאלטענע וועבזייטלעך. בלייבט מיר אלע געזונט און שטארק, ויהי רצון מיר זאלן אלע אנהאלטן די קבלות טובות מיט א פרישקייט עדי נזכה בקרוב בימינו אקעגן גיין משיח צדקינו בב"א.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט