א ווארט צו די חברי הנהלת המוסד שיחי'

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

מוסדות, דורות, און סתירות

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

עס איז געווען אמאל א צייט ווען די היימישע מוסדות האבן זיך געמוטשעט מיט א מאנגל אין קינדער. דער מאנגל האט זיך גענומען דערפון, וואס רוב אידישע עלטערן האבן נישט געוואלט שיקן זייערע קינדער אין א היימישן מוסד. די חרדישע מוסדות האבן דערפאר אנגענומען יעדעס קינד. די איינציגע זאך אין וואס זיי האבן זיך גענויטיגט איז געווען די הסכמה פון די עלטערן. איינמאל עלטערן האבן מסכים געווען, האבן די מוסדות דאס קינד אנגענומען (אייגנטליך, געכאפט מיט ביידע הענט).

זענען דורכגעגאנגען יארן און תקופות, און די חרדישע קרייזן זענען זיך צעוואקסן, און מיט זיי – די מוסדות. זענען אויפגעקומען נייע מוסדות און בתי חינוך, וואס האבן אויפגעצויגן פרישע דורות פון חרדישע אידן. אינעם גייסט פון זייער חינוך, האבן די נייע דורות – שוין באופן לכתחילה – געשיקט זייערע קינדער אין די זעלבע חרדישע מוסדות וואס האבן זיי אליין אויפגעצויגן.

אבער ביי דער שטופע איז אריינגעטראטן א שינוי אין דעם געלויף פון געשעענישן. אנשטאט פארזעצן די מסורה, אננעמען קינדער וועמענס עלטערן ווילן ממשיך זיין וואס מען האט זיי געלערנט, האבן די חרדישע מוסדות אנגעהויבן אפווארפן און ארויסווארפן די דאזיגע קינדער. אינעם אנהייב, האבן מוסדות אפגעזאגט קינדער מיט "גוטע" אויסריידן. שפעטער איז שוין די מינדסטע נארישקייט געווארן גענוג סיבה אויף וועמענס סמך נישט אנצונעמען די קינדער. צוביסלעך איז עס דערגאנגען צו א מצב, אז די מוסדות האבן איבערגעדרייט דעם פסוק מיט'ן קאפ אראפ: אננעמען נאר "גוטע" קינדער, צי קינדער פון "גוטע" שטיבער. (און אין "גוט" אין דעם קאנטעקסט איז אריינגערעכנט "געלט".)

היינט שטייט דער מצב אזוי, אז גראד אזוי, לכתחילה, נעמט מען נישט אן. אויף די עלטערן ליגט אן אחריות אויפצוקומען מיט א גענוגנדער סיבה פארוואס דאס קינד זאל יא אנגענומען ווערן. איינמאל די סיבה איז דא, ווערט פריי דער וועג פאר די עלטערן אנצוהייבן מיט דעם איינשרייבונגס-פראצעדור (וואס באשטייט אין גרויסן טייל פון זיך משפיל און מבזה זיין פאר, און מלקק זיין דעם חלק אחוריים פון עטליכע ביטערע מענטשן מיט שלעכטע מידות).

מיט קהילה-מוסדות איז דער מצב דערווייל נאך אביסל לייכטער. דארט האלט עס נאך ביי דער צווייטער שטופע, דהיינו, די קינדער וועלן אנגענומען ווערן, אזוי לאנג ווי זיי און אלעס זיי ארום שיינט און גלאנצט ווי עס פאסט, לתפארת המוסד והמייסד. איינמאל עפעס טויג נישט (און "עפעס" מיינט בדרך כלל עפעס וואס האט ווייניג שייכות און אפעקטירט כמעט, אדער בכלל נישט דעם קינד און דעם חינוך), בלייבן די קינדער אויפ'ן וואסער. ("איך פארשטיי דיר זייער גוט. וואס זאל איך אבער טאן אז ס'איז ממש נישטא קיין פלאץ? הלוואי כ'וואלט געקענט עפעס טאן...") אבער אפילו מיט די קהילה-מוסדות ווערט דער מצב אלץ ערגער און ביטערער.

שטעלט זיך א קשיא. די דאזיגע עלטערן שיקן זייערע קינדער צו דעם זעלבן (אדער זעלבן סוג) מוסד וועלכער האט אים אויפגעצויגן, ווייל ער האלט זיך געטריי צו וואס מען האט אים געלערנט. דערפאר וויל איך דאך אז זיין קינד זאל ווייטער נתחנך ווערן מער-ווייניגער אויפ'ן זעלבן אופן. קומט אים דערפאר א שטויס? דער גאנצער חטא פון די עלטערן איז דאס, אז זיי טוען וואס דער זעלבער מוסד האט זיי מחנך געווען צו טאן. פארוואס שטויסט איר זיי אוועק?

די אפגעזאגטע און ארויסגעווארפענע עלטערן און קינדער שטייען בדרך כלל אויף א סך העכערער מדריגה אין פרומקייט און אידישקייט ווי די, וועמענס קינדער די זעלבע מוסדות האבן פאר דריי דורות צוריק געכאפט מיט ביידע הענט. די וואס שטייען אויף דער זעלבער מדריגה ווי יענע אמאל, שיקן אין אלגעמיין אין מער ליבעראלע, פלוראליסטישע בתי חינוך ווי די טיפיש-חרדישע. גייט איר, און שטופט אוועק דווקא די, וואס טוען דאס וואס איר האט זיי מחנך געווען צו טאן? ס'איז נישט אומ'שכל און אויך נישט סתם היפאקריטסווע: דאס וואלט געווען א חידוש אפילו אין א סדומ'ישן געריכטזאל.

די צאל אזעלכע אפגעזאגטע און אפגעווארפענע קינדער באטרעפט שוין א סכום גענוג גרויס, צו קענען אנפילן א גרויסן מוסד. די דאזיגע קינדער און עלטערן זענען נאר נישט געהעריג ארגאניזירט, ווייל דער פראצעס פון וויינען, זיך בעטן, און די בושות און בזיונות וואס זיי כאפן אריין אויפ'ן וועג ווי א צוגאב דערשלאגט און צעקלאפט זיי, און נעמט אוועק דעם מוט צו טאן סיי וואס. אבער אזא מצב קען נישט און וועט נישט אנהאלטן פאר נאך צו לאנג. וואס עס וועט געשען, וויאזוי די ווייטאג וועט זיך אויסדריקן, ווייס איך נישט. איך ווייס אבער יא, אז ווען עס וועט קומען, וועט עס נישט קומען שטיל, אין הינטערגרונט, אויף א קליינעם פארנעם, נאר עס וועט זיין גרויסארטיג, אויף א שיין-באלעבאטישן פארנעם, און וועט הילכיג אויספראסקן די אומפארשעמטע פרצופים פון די מושחתים און אויסווארפן וואס האבן פארכאפט דאס בעלות אויף אונזערע קינדער און זייער עתיד.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

איך גיב נישט גערעכט דאס אפזאגן טאטעס מיט קינדער וואס זענען עטוואס ארויס פון מעינסטרים, אבער איך מיין אז מקען דאס נישט מדמה זיין צי אזאנע נאכן קריג,
די פון וועם די רעדסט זענען מיינסטענס געווען אבערלענדישע אידן וואס זענען טאקע געגאנגען מיטן קמץ בארד און נישט חסידישע לבוש, אבער זענען געווען גאר תמימות'דיג ערליך און פרום, דער איינציגער שינו וואס דער מוסד האט געמאכט מיט די קינדער זייערע אז זיי זענען געווארן חסידישע שווענץ אנשטאט דעם האסאם סופר איז עס געווארן די צדיקי בית סיגוט אדער גאר סקווירא.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

מיין פליאה איז אז אויב די מוסדות האלטן אז די עלטערן טויגן נישט, דארפן זיי דאך כאפן די קינדער מיט ביידע הענט, אפשר וועט מען כאטש די קינדער קענען ראטעווען.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

ברסלבער האט געשריבן:מיין פליאה איז אז אויב די מוסדות האלטן אז די עלטערן טויגן נישט, דארפן זיי דאך כאפן די קינדער מיט ביידע הענט, אפשר וועט מען כאטש די קינדער קענען ראטעווען.

דאס איז התינח אויב דער טאטע איז אינטערסירט אז דאס קינד זאל זיין בעסער ווי אים, וואס דאס איז מיינסטענס געווען די קעיס א דור צוויי צוריק.
דער מציאות היינט איז נישט אזוי, עטליסט ביי א חלק פון זיי.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך מיין אז דאס איז נישט אמת, כמעט אלע עלטערן ווילן אז די קינדער זאלן זיין בעסער ווי זיי. היינט אויך.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

בעריש, טאטעלי ראנג.

מען האט אנגענומען אפילו קינדער פון מחללי שבתות. תקנות איבער אויפפירונג א. א. וו. איז נאר געווען מה שנוגע אין חדר / שולע, נישט די שטוב.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

די חילוק איז אמאהל זענען געזעצן ביים רודער עהרליכע מענטשען
היינט זיצען מענטשען וואס נוצען זייער פאזישאן אלס א מיטעל צו בארואיגען זייער תאוה דורך קאנטראלירען אנדערע מענטשענס לעבען
גרויליגע קאנטראל פריקס
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

אז די רעדסט מיט אזא זיכערקייט מיסטער דעת תורה וועלן מיר דאס נאכאמאל אויסטשעקן.

דער אמת היינט מיט אזא גרויסען ציבור איז דאך באמת דא געניג אז דער חלק ציבור מיט וואס דער בעלי המוסד ווארפן זיך מיט זיי אז זיי זאלן זיך ציזאמנעמען און אהער שטעלן אן אייגען מוסד. און אויב קען זיי דאס אהערשטעלן וואלטן זיי לכאורה מיטאמאל געקוקט אויף צירוק זיי דיסעגריען דאך מיט די סטריקט ווערזשען פון אידישקייט וואס מען פארקויפט דארט.

און באמת גערעד וואלטן די בעלי המוסדות געברויכט דאס בעקן און אפשר גאר צישטעלן פיינעשעל סופארט פון אנפאנג. ווייל פארוואס זאל נישט היינט זיין מוסדות פון פארשידענע ערליי דרגות? פארוואס אויב איינער איז נישט ציפרידן אדער מען איז נישט פון אים ציפרידען האט ער נישט קיין סטאנציע אינדערמיט און טרעפט זיך לאנדען צווישען די צדיקי בית עירמאנט, סאיז שוין הויך צייט זיך צי מסדר זיין איש על מחנהו ואיש על דגלו.

נאר איין זאך וואס דאס וועט נישט סאלווען איז די חלק הגשמי דאס איז נישט קיין חילוק ווי פרום אדער אפען די ביסט פעיראלל מיז מען געבן און די באנק מוז מען דאך קאווערן, וואלט טאקע געווען אינטערסאנט וויאזוי די וואלטן זיך אן עצה דערמיט אן די היינטיגע מיטלען מיט וואס די רעגולער מוסדות באניצען זיך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בעריש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך פארשטיי ענק נישט, וואס ווילט עטץ, גרויסע צולייגערס? איי דיסעגרי מיט רעספעקט,
זאגטס נאר, א באגעבא האט עטץ אינדערהיים? א טשענדעליער פאר 2 אלפים האט איר אראפגעשלינגען? איר פארט ל"ג בעומר קיין מירון און זומער אויף ניו העמפשיר אדער שווייץ? וועלכע מאדעל קאר ליעסט עטץ, א לעקסוס אדער אקיורע? וויפיל האט דיר געקאסט דיין וואך נאכט? וויפיל ספענדסטו פאר דיין ווייב'ס דזשולערי?
פונקט האסטו דעסיידעד אז פאר דיין קיינד'ס חינוך דארפסטו צאלן די ווייניגסטע, ווייל דאס איז דיר די ווייניגסטע חשוב אין דיינע אויגען? די הנהלה גשמי פון די מוסדות דארף דיר צושטעלן אלעס פאר דיינע קינדער?
טינק עבאואט איט!

(אוי, כ'האב מיך פארגעסן אריינצוסיינען מיט מיין 'בדחן' ניק. טו בעד, שיק)
וירח ה' את ריח הניחוח
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

יא.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב נאר געשריבן בדרך הלצה, איך האב גענוג הארצ-ווייטאג מיט מיין אייגענע הנהלה, און כ'האב שוין גענוג מאל ארויסגעשריבן מיין אמת'ע מיינונג צווישן די בלעטער פון קאווע שטיבל.
און איך האב נישט קיין איינע פון די זאכן הנ"ל, איך האב די ביליגסטע קערידזש פון קוים 50 טאלער, נישט קיין טשענדעליערס, אויף מירון בין איך אמאל געפארן מיט פינאנציעלע הילף פון איינעם צוליב א געוויסע סיבה, איך ליעס דאס ביליגסטע ווען, מיין וואך נאכט איז דאס פשוט'סטע וואס ס'שייך, פון מיין ווייב'ס דזשולערי לאמיך נישט רעדן ווייל ס'קען נאך זיין גילוי, און פונדעסטוועגן מוטשע איך מיך צו באצאלן יעדע חודש, איך שטיי בעסער ווי רוב טאטעס, און עכ"ז האב איך שוין עטליכע מאל ערהאלטן אויף די פאסט ווארענונגען אז אויב איך באצאל נישט מיינע טויזענט דאלער וועט מען נישט אריינלאזן די קינדער אדער וועלן זיי נישט באקומען קיין רעפארט קארדס.

נאר כדי צו זעהן די מטבע פון ביידע זייטן, האב איך גענומען בדחן'ס אומנות אין די האנט (הענס, מיין שארפע געשרייבעכץ שלא כדרכי) און אביסל געברענגט די זאך אין באלאנס, אביסל food for thought, נישט אז איך האלט אינגאנצן אזוי, הגם עפעס אמת ליגט דאך יא דערין...
וירח ה' את ריח הניחוח
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

מובן מאיליו.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

(אפשר זאל מען ארויסשטעלן אונזער שמועס פון אישי דא אין פאבליק פון אונזער "ליל שישי וועטשערע" פלאן, אז דער עולם זאל פארשטיין וואס מיר שמועסן דא.....)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך פארשטיי ענק נישט, וואס ווילט עטץ, גרויסע צולייגערס? איי דיסעגרי מיט רעספעקט,
זאגטס נאר, א באגעבא האט עטץ אינדערהיים? א טשענדעליער פאר 2 אלפים האט איר אראפגעשלינגען? איר פארט ל"ג בעומר קיין מירון און זומער אויף ניו העמפשיר אדער שווייץ? וועלכע מאדעל קאר ליעסט עטץ, א לעקסוס אדער אקיורע? וויפיל האט דיר געקאסט דיין וואך נאכט? וויפיל ספענדסטו פאר דיין ווייב'ס דזשולערי?


העי, דו רעדסט צו מיר און דעם איבעריגן המון עם, אדער צו די וואס זיצן ביים שיסל (עי קעי עי, חברי הנהלה)? :)
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יידל האט געשריבן:אזוי פאכמאניש בארירט אזוי פיל ווייטאגליכע נקודות אין די געציילטע פאראגראפן. די בריוו דארף ווערן אדרעסירט נישט נאר צו די חברי הנהלת המוסדות, נאר אויך צו עסקנים, משפיעים, היימישע פאליסי-מאכער, ועוד הרבה.

און דער זמן צו אדרעסירן אט די וויכטיגע נקודות איז בעידן חדוותא פאר'ן מוסד ווען זיי גייען צום ציבור און פארלאנגען זייער געלט אויפ'ן סמך פון לערנען תורה מיט בני עניים. חוץ די טעקס דידאקשו'ס און אנדערע בענעפיטן וואס זיי זענען נהנה פון די רעגירונג אלס נאן-פראפיט ארגאניזאציע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברסלבער האט געשריבן:מיין פליאה איז אז אויב די מוסדות האלטן אז די עלטערן טויגן נישט, דארפן זיי דאך כאפן די קינדער מיט ביידע הענט, אפשר וועט מען כאטש די קינדער קענען ראטעווען.

נאר דער תירוץ איז... אז זיי מיינען נישט לשם שמים, דעם חינוך פון די קינדער. זיי מיינען לתפארת פונ'ם נאמען וואס שטייט אין די קרוין (פילל אין די בלענקס(.
בן-זומא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

א ווארט צו די וואס קריטיקירן

שליחה דורך בן-זומא »

איך זע אז עס זענען דא מענטשן וואס זענען אנגעווייטאגט אויף די מנהלים און די הנהלה פון די מוסדות, פארוואס זיי ווארפן זיך מיט בחורים און קינדער, און איך פארשטיי אז מענטשן זענען אנגעווייטאגט, אבער דער פאקט איז אז זיי זענען נישט אינגאנצן גערעכט. ווען די הנהלה פון די ישיבות וואלטן געווען פשוט'ע מענטשן וואס ווייסן נישט וואס זיי טוען, דעמאלט וואלט מען נאך געקענט האבן א טענה, אבער פאקטיש ווייסט יעדער אז די חברי הנהלה פון כמעט יעדן היימישן מוסד זענען קלוגע אידן, ערנסטע אידן, איידעלע אידן, וואס האבן זיך געלערנט די מלאכת הקודש פון חינוך ביי די גרעסטע עקספערטן, און זיי פארשטייען צו די נפש פון א קינד בעסער ווי די געטרייסטע עלטערן. ווען זיי מאכן אפ אז א קינד באלאנגט נישט אין קיין מוסד, ווייסן זיי בדרך כלל וואס זיי רעדן.

יעדער ווייסט אז ווען מען מאכט אפ אפצוזאגן א קינד, פאסטן די הנהלה יענעם טאג און זאגן אויס גאנץ תהילים. נאכדעם זעצן זיי זיך צוזאמען און מען איז דן בכובד ראש און מיט צעבראכענקייט כדת מה לעשות. ווען זיי קומען צו די החלטה אז דאס קינד באלאנגט נישט אינעם מוסד, קומט עס פון קלוגע, ערנסטע און געלערנטע מענטשן, מענטשן וואס האבן א געפיל צו א צווייטן איד, און זיי מאכן די החלטה מיט א צעבראכן הארץ און מיט די פולסטע איבערצייגונג אז דאס איז די בעסטע החלטה ע"פ תורה און ע"פ חינוך.

די אלע וואס האבן טענות קענען נישט קיין חינוך און ווייסן אפילו נישט וואס דאס מיינט זיך רעכענען מיט א צווייטן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בן זומא אומר:
יעדער ווייסט אז ווען מען מאכט אפ אפצוזאגן א קינד, פאסטן די הנהלה יענעם טאג און זאגן אויס גאנץ תהילים. נאכדעם זעצן זיי זיך צוזאמען און מען איז דן בכובד ראש און מיט צעבראכענקייט כדת מה לעשות. ווען זיי קומען צו די החלטה אז דאס קינד באלאנגט נישט אינעם מוסד, קומט עס פון קלוגע, ערנסטע און געלערנטע מענטשן, מענטשן וואס האבן א געפיל צו א צווייטן איד, און זיי מאכן די החלטה מיט א צעבראכן הארץ

הממ... איך האב נישט געוואוסט דערפון.
ווי האבן זיי צייט צו זאגן אזויפיל תהילים?
וירח ה' את ריח הניחוח
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

סארקאזם דעטעקטאר. עניוועי.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב נאר געשריבן בדרך הלצה, איך האב גענוג הארצ-ווייטאג מיט מיין אייגענע הנהלה, און כ'האב שוין גענוג מאל ארויסגעשריבן מיין אמת'ע מיינונג צווישן די בלעטער פון קאווע שטיבל.
און איך האב נישט קיין איינע פון די זאכן הנ"ל, איך האב די ביליגסטע קערידזש פון קוים 50 טאלער, נישט קיין טשענדעליערס, אויף מירון בין איך אמאל געפארן מיט פינאנציעלע הילף פון איינעם צוליב א געוויסע סיבה, איך ליעס דאס ביליגסטע ווען, מיין וואך נאכט איז דאס פשוט'סטע וואס ס'שייך, פון מיין ווייב'ס דזשולערי לאמיך נישט רעדן ווייל ס'קען נאך זיין גילוי, און פונדעסטוועגן מוטשע איך מיך צו באצאלן יעדע חודש, איך שטיי בעסער ווי רוב טאטעס, און עכ"ז האב איך שוין עטליכע מאל ערהאלטן אויף די פאסט ווארענונגען אז אויב איך באצאל נישט מיינע טויזענט דאלער וועט מען נישט אריינלאזן די קינדער אדער וועלן זיי נישט באקומען קיין רעפארט קארדס.

נאר כדי צו זעהן די מטבע פון ביידע זייטן, האב איך גענומען בדחן'ס אומנות אין די האנט (הענס, מיין שארפע געשרייבעכץ שלא כדרכי) און אביסל געברענגט די זאך אין באלאנס, אביסל food for thought, נישט אז איך האלט אינגאנצן אזוי, הגם עפעס אמת ליגט דאך יא דערין...

מיין טאכטער האט מען אמאל געפאנישט מיט נישט געיבן לאנטש אין סקול צוליב איר טאטנ'ס חטאים פון צאלן שכר לימוד שפעיט. דער רררעבבי, דער ראש המוסד זכותו יגון עלינו האט זיך אמאל אויפגעשטעלט ברבים און געזאגט אלו הדברים: הערררטס אויס רראבויסאיי. יעדערר האט זיך זיין ררעבי און זיין חסידות.נאר די מיידלעך שיקט מען צו מיררר אין מויסעד. איך בין נישט קיין פאבליק סקול. איך וועל ארייננעמעןו וועים איך וויל, און טשארדזשן א פרייז וואס איך ויל....
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דעת תורה האט געשריבן:סארקאזם דעטעקטאר. עניוועי.

בושתי ונכלמתי.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נישט אזוי זיכער אז שמעקעדיג'ס סארקאזם דעטעקטער איז צעבראכן. איך מיין דעת תורה'ס דעטעקטער איז אלטרע-סענסעטיוו און ס'צעפייפט זיך אפילו ווען ס'נישטא קיין שמעק פון סארקאזם.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט