קריטיק!
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
קריטיק!
אלס איד, און זייענדיג אין א קאווע שטיבל, מוז איך די ערשטע זאך אנהייבן מיט קריטיק.
איך וויל קלאר אויסדרוקן א שארפע מחאה אז די צוויי ראבאטן אויפ'ן בילד טרינקען ביידע מיט די לינקע האנט... היתכן?
איך וויל קלאר אויסדרוקן א שארפע מחאה אז די צוויי ראבאטן אויפ'ן בילד טרינקען ביידע מיט די לינקע האנט... היתכן?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
יאנקל האט געשריבן:קודם כל, וואו איז דער מקור אז א איד מוז אייביג אנפאנגען מיט קריטיק?!
נאכדעם וואלט איך געוואלט פרעגן, ווער האט דיר געמאכט א פוסק אויף הלכות ראבאט? פארוואס זאל א ראבאט זיין אנדערש ווי א איד? וואס דען איז ער? א גוי?
מקור? ווער דארף א מקור? אז איך זאג איז טאקע נישט גענוג?
אבער אפילו אויב גלייבסט מיר נישט, דארפסטו נישט דוקא א מקור, נאר א סטאטיסטיק דארף זיין גענוג. און דאס קענסטו טאן מארגן צופרי. שטעל אפ דעם ערשטן חבר, לייגט אים פאר סיי וועלכע זאך, און דערנאך קום מיר ביטע באריכטן צי ער האט מיט דיר איינגעשטימט אדער האט ער דיך קריטיקירט. אויך דערמאן זיך נאר, ווער עס האט קוים נאך איין שורה מיך באלד אנגעהויבן קריטיקירן...
שנית, האב איך נישט געזאגט אז א ראבאט איז נישט קיין איד, נאר פשוט אז אויב דער ראבאט היט נישט אלע אנדערע אידישע הלכות, קען מען נישט ערווארטן פונקט דאס צו טרינקען מיט די לינקע האנט.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
און באמת, אויב ווילסטו דערקלערן דעם ראבאט'ס סטאטוס אלס איד, דאן מוזן מיר דאך אים שוין אויטאמאטיש דן זיין לכף זכות, אויב אזוי איז פשוט אז מיר מוזן אננעמען אז ער טרינקט בכלל נישט מיט די לינקע האנט. איי דער בילד? א שוואכע פרוף. זיי האבן זיך פשוט געשטעלט פאר א בילד, אבער געטרינקען האט ער נישט.
דארפן נאר די דיזיינערס דן זיין צי דאס איז מעגליך לויט וויאזוי דאס גלעזעל ליגט אז עס זאל זיך נישט אויסגיסן אויב ער טרינקט נישט. ווי אויך איז נישט זיכער צי זיי וואלטן זיך געמעגט אזוי שטעלן פאר א בילד אלס מראית עין, וצ"ע.
דארפן נאר די דיזיינערס דן זיין צי דאס איז מעגליך לויט וויאזוי דאס גלעזעל ליגט אז עס זאל זיך נישט אויסגיסן אויב ער טרינקט נישט. ווי אויך איז נישט זיכער צי זיי וואלטן זיך געמעגט אזוי שטעלן פאר א בילד אלס מראית עין, וצ"ע.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- רואיק
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 2:55 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
יאנקל האט געשריבן:יידל האט געשריבן:איך הייב שוין אן טראכטן אז די סטיק פיגורן זענען טאקע אזעלכע או-טי-די'ס וואס האבן געכאפט צופיל אין די חדר-יארן, טרונקען זיי להכעיס מיט די לינקע האנט.
וואס איז "או-טי-די"? א נייע פסיכאלאגישע מחלה?
פרעג בעסער נישט.
איך קלער אז מן הסתם וויבאלד זיי זיצן אויפן אינטערנעט טרינקן זיי מיט א שינו.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
או טי די מיין איך Off the derech. צו דאס איז א פסיכאלאגישע מחלה אדער נישט קען איך דיר נישט זאגן. מאנכע זאגן אז דאס קומט עפ"ר ווען מען וואקסט אויף אין א צובראכענע היים, אנדערע טענה'ן גאר אז עס האט נישט קיין שייכות - דאס צובראכענע היים געט פשוט די אפארטוניטי אוועקצוגיין פון פרומען לעבן אן קיין געוויסן-ביסן אז מ'טוט וויי די פאמיליע. אזוי צו אזוי, האב איך מורא אז די שמועס פארקריכט פון די "א שמייכל" קאטאגאריע און מ'וועט עס דארפן צוריקרוקען צום "אין קאווע שטיבל" קאטאגאריע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
אה, כ'בין רואיגער, זיי זענען נאר סטיק פיגורן.
למען האמת, איז דער טעם פון ניצן די רעכטע האנט דאכט זיך וועגן דער שטארקער יד ימין, מרמז אויף די קדושה, זאל גובר זיין אויף דעם שוואכערן יד שמאל, אויף "די לינקע". אבער ביי ראבאטן זענען דאך ביידע מעכאנישע הענט די זעלבע שטארק, דעריבער איז אפשר דא א מקום צו מקיל זיין. אינטערעסאנט וויאזוי ס'וועט זיין דער דין ביי תפילין, ווייל זיי האבן בכלל נישט קיין יד כהה. וועלן זיי לייגן אויף די רעכטע אדער לינקע?
למען האמת, איז דער טעם פון ניצן די רעכטע האנט דאכט זיך וועגן דער שטארקער יד ימין, מרמז אויף די קדושה, זאל גובר זיין אויף דעם שוואכערן יד שמאל, אויף "די לינקע". אבער ביי ראבאטן זענען דאך ביידע מעכאנישע הענט די זעלבע שטארק, דעריבער איז אפשר דא א מקום צו מקיל זיין. אינטערעסאנט וויאזוי ס'וועט זיין דער דין ביי תפילין, ווייל זיי האבן בכלל נישט קיין יד כהה. וועלן זיי לייגן אויף די רעכטע אדער לינקע?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
נאך אלע ווערטלעך - אויף קלעצער בין איך נישט קיין מבין. איך וואלט ליבערשט אנגענומען אז די מענטשעליך זענען גארנישט קיין סטיקס. זיי זענען איינפאך גראד ארויס פון עזרת נשים! פשוט אונז מציל צו זיין פון ראיות אסורות האט דער חשוב'ער מנהל שליט"א אפגעטון אלע מענטשליכע איינצעלהייטן וואס קענען אולי אנווייזן אויף די נשים'דיקע מציאות! נו, יעצט אז מ'רעדט שוין יא קריטיק, ווי איז דאס געהערט געווארן אז נשים טרינקן קאווע?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
דבילה האט געשריבן:נאך אלע ווערטלעך - אויף קלעצער בין איך נישט קיין מבין. איך וואלט ליבערשט אנגענומען אז די מענטשעליך זענען גארנישט קיין סטיקס. זיי זענען איינפאך גראד ארויס פון עזרת נשים! פשוט אונז מציל צו זיין פון ראיות אסורות האט דער חשוב'ער מנהל שליט"א אפגעטון אלע מענטשליכע איינצעלהייטן וואס קענען אולי אנווייזן אויף די נשים'דיקע מציאות! נו, יעצט אז מ'רעדט שוין יא קריטיק, ווי איז דאס געהערט געווארן אז נשים טרינקן קאווע?
וואס פאלט דיר גאר איין אז זיי זענען נשים? די איינציגסטע אינדעקאציע וואס קען אפשר צייגן אויף נשים איז די שטענדיגע רעדע וואס גייט פאר צווישן די צוויי פיגורן.
דערמאנסט מיר די באקאנט ווערטל מיט די מענטשן וואס זען אין יעדע פרוי א בוים און די וואס זען אין יעדע בוים א פרוי, וד"ל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- משה זוכמעך
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:13 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
יידל האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:נאך אלע ווערטלעך - אויף קלעצער בין איך נישט קיין מבין. איך וואלט ליבערשט אנגענומען אז די מענטשעליך זענען גארנישט קיין סטיקס. זיי זענען איינפאך גראד ארויס פון עזרת נשים! פשוט אונז מציל צו זיין פון ראיות אסורות האט דער חשוב'ער מנהל שליט"א אפגעטון אלע מענטשליכע איינצעלהייטן וואס קענען אולי אנווייזן אויף די נשים'דיקע מציאות! נו, יעצט אז מ'רעדט שוין יא קריטיק, ווי איז דאס געהערט געווארן אז נשים טרינקן קאווע?
וואס פאלט דיר גאר איין אז זיי זענען נשים? די איינציגסטע אינדעקאציע וואס קען אפשר צייגן אויף נשים איז די שטענדיגע רעדע וואס גייט פאר צווישן די צוויי פיגורן.
דערמאנסט מיר די באקאנט ווערטל מיט די מענטשן וואס זען אין יעדע פרוי א בוים און די וואס זען אין יעדע בוים א פרוי, וד"ל.
מ'קען קלאר זעהן אז די זענען פון דיע וואס האבן באקומען תשעה קבין, קוקט אייך גוט איין אין בילד
וויל איך אייך נישט מכשיל זיין מיט ראיות אסורות אבער דאס זענען זיכער נישט קיין היימישע פרויען ווי ס'איז משמע פון זייער אומצניעותדיגע קליידונג.
- משה זוכמעך
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:13 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
- משה זוכמעך
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:13 am
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
מ'קען קלאר זעהן אז די זענען פון דיע וואס האבן באקומען תשעה קבין, קוקט אייך גוט איין אין בילד
גראדע איז די היינטיגע מציאות אז מענער רעדן פונקט אזויפיל ווי פרויען. נישט הייב אן טענה'ן פארקערט, נאר קוק עס נאך (אדער גלייב אנדערע וואס האבן עס נאכגעקוקט).
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 11:12 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
Starbucks האט געשריבן:ביי מיין רבי איז די קאפל טאקע צומאל געפלויגן ווען ער האט גענוצט זיין סטיק
הער "סטארבאקס" אז די ערלויבסט דיך צי טרינקען קאווע פין דעם גויישן מקום, האלט איך אז דיין רעבין האט גאנץ שוואך געפראסקעט. אין טאקען ווען מיין רעבין האט נישט "חושך שבטו" גיווען איז מיין קאפיל געפלויגן, נישט דעם רעבינז...
- קאווע
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 12:48 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
שרגא האט געשריבן:מ'קען קלאר זעהן אז די זענען פון דיע וואס האבן באקומען תשעה קבין, קוקט אייך גוט איין אין בילד
גראדע איז די היינטיגע מציאות אז מענער רעדן פונקט אזויפיל ווי פרויען. נישט הייב אן טענה'ן פארקערט, נאר קוק עס נאך (אדער גלייב אנדערע וואס האבן עס נאכגעקוקט).
ווילסט בלייבן גערעכט? נישט קיין פראבלעם, אבער אין פאקט רעדן פרויען פיל פיל מער ווי מענער, פונקט לעצטענס געווען ביי א שמחה, איך זאג דיר ס'איז א פחד ווי סאך פרויען רעדן.
____________________.
- שרגא
- היימישער באניצער
- הודעות: 548
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל
קאווע האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:מ'קען קלאר זעהן אז די זענען פון דיע וואס האבן באקומען תשעה קבין, קוקט אייך גוט איין אין בילד
גראדע איז די היינטיגע מציאות אז מענער רעדן פונקט אזויפיל ווי פרויען. נישט הייב אן טענה'ן פארקערט, נאר קוק עס נאך (אדער גלייב אנדערע וואס האבן עס נאכגעקוקט).
ווילסט בלייבן גערעכט? נישט קיין פראבלעם, אבער אין פאקט רעדן פרויען פיל פיל מער ווי מענער, פונקט לעצטענס געווען ביי א שמחה, איך זאג דיר ס'איז א פחד ווי סאך פרויען רעדן.
דאס זאגן "אין פאקט רעדן פרויען פיל פיל מער ווי מענער" מאכט נאך גארנישט פאר קיין פאקט. דאס אז ביסט פונקט געווען ביי א שמחה לעצטנס און געהערט פרויען רעדן, זאגט גארנישט מער ווי דאס אז פרויען האבן א מויל און זיי רעדן. אבער וויפיל, און צי מער ווי מענער, זאגט דאס גארנישט. איי פארוואס האט זיך דיר אזוי געדאכט, קען מען דן זיין. אפשר רעדן זיי העכער, סאו גראגערט עס מער אין קאפ. אפשר זייער קוויטשעדיגערע קול, קריצט זיך מער אריין. אפשר רעדן זיי שנעלער און מער ווערטער-פער-מינוט, מאכט עס אויסזען ווי מער. אפשר רעדן זיי פון זאכן וואס זענען דיר נישט אינטערעסאנט, קוקט עס דיר אויס מער לאנגווייליג און דערפאר ווי "מער". אבער ווען די מענטשן וואס האבן דאס נאכגעקוקט זאגן דיר אז נישט, איז נאריש צו טראכטן אז זיי האבן נישט געזען וואס דו זעסט. דא איז דאך עס ניטאמאל עפעס פון כעמיע, אסטראנאמיע אדער ביאלאגיע וואס דו דארפט זיי גלייבן, זיי האבן דיר נישט געזאגט עפעס וואס דארף א מיקראסקאפ אדער טעלעסקאפ דאס צו באשטעטיגן, נאר עפעס וואס דו און איך קענען פונקט אזוי נאכגיין. דארפסט נאר וועלן. (און דאס ווייסטו דאך מסתמא אז מלתא דעבידא לגלויי לא משקרא אינשי, עכ"פ געווענליך.) סאו אויב ביסטו טאקע נייגעריג, זיי מוחל און שטעל זיך אראפ איין טאג ציילן דיין פרוי'ס ווערטער און דעם קומענדיגן טאג דיין חבר'ס, און דערנאך טו דאס מיט נאך עטליכע מענער און פרויען, פשוט צו אביסל נענטער קומען צו א סטאטיסטיק און זיכער מאכן אז נישט פונקט יענער רעדט מער אדער ווייניגער, און דאן לאמיך וויסן די רעזולטאטן.
און אויב באדערט דיך עס אלס דעם וואס חז"ל שרייבן אז פרויען רעדן מער, קען דאס גרינג זיין פון די זאכן וואס נשתנו הטבעים, אפילו נישט פון די פרויען און מענער נאטירליכע נאטור, נאר די סביבה און די לעבנסשטייגער. עס מאכט סענס אז אמאל ווען די מענער האבן געארבעט שווער, האבן זיי קוים גערעדט, ווידער די פרויען ביים נייען און באקן, האבן געיאכנעט. אבער די היינטיגע סאשעל אינווייראמענט, איבערהויפט דער טעלעפאן וואס האט פשוט געטוישט דעם מציאות, ווייל מ'קען רעדן יעדע מינוט אין טאג צו וועם מ'וויל, רעדן אלע פיל מער, אפילו די מענער, און בכלל איז די ארבעט אויך געווארן א גרויס טייל דערפון צו רעדן, וואס אמאל איז לכ' געווען פיל ווייניגער, ארבעטן האט געמיינט מיט די הענט, זייען, אקערן אדער פראדוצירן, און נאך זאכן וואס האט זיך געטוישט אז עס איז זיכער אמאל האבן טאקע פרויען גערעדט פיל מער ווי מענער, אבער היינט האבן די מענער נאכגעיאגט. קוק זיך נאר ארום אין שול און זאג מיר צי מיר זענען נישט קיין פרויען...
אגב, מיין איך אז עס הייבט שוין אן צוריקגיין אויך, ווייל די טעקסט און אימעיל נעמען אוועק אסאך פון די גערעדטע חלק.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu