פלאגיאט סקאנדאל נאכדעם וואס "אייוועלט" גנב'עט פון "יפה בעתו"
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
אויף אייוועלט שרייבט מיללער אז ער געמאכט אביסעלע היימווערק:
וכבר קדמוהו גדולי חכמי השטיבל דא,
זעט אויס אז פאר די היימווערק האט מיללער'ס א חבר אים ארויסגעפרינט דעם אשכול.
מיללער האט געשריבן:כאטש איך האב געשריבען דעתי בנוגע גנב'ענען/קאפירען פון ערגעץ אנדערש, אז דאס איז גניבה, האב איך אבער געמאכט אביסל היימווערק איבער די סומטאכע דא מיט די פארשידענע ניקס וואס האבן 'אנטדעקט אמעריקא' און געכאפט 'אייוועלט' ביי די מעשה.
אין קורצן, מיט א צייט צוריק איז געווען א סקאנדאל דא אויף אייוועלט איבער אויסגאבעס וואס האבן בשאט נפש גענומען גאנצע שטיקער פון דא און געמאכט דערויף א מאיאנטעק מיט געלט, אן א שטאך ארבייט.
הפנים, די באטראפענע האבן געשפירט אז מ'ברויך צוריקגעבן, כאטש ס'איז לא ראי זה כראי זה, האט מען אפירגעזוכט 'אן אויסגעדראשענע' אשכול פון 2011 און געכאפט ביי די מעשה אז דאס קומט פון 'יפה בעתו', וכאן מצא הבע"ח לגבות את חובו, מ'עפנט ניקס און מ'פירקלט דא, מ'גייט צו די משכילים און דבר אחר'ניקס אויף קאווע שטיבל און אויך דארט פירקלט מען, הפנים, ס'איז דאך אן עוון בל יכופר, 'אייוועלט גנב'עט'!
למען האמת; איך האב די מעשה פון די ספר תורה פון עזרא הסופר, באקומען מיט איבער צוואנציג יאר צוריק אין א דינע דעקל ברוינע ביכל, געשריבען דורך לעהמאן, בכלל האט מען שוין דא צוגעצייכנט אז די מעשה איז שוין ערשינען אין מערערע וואריאציעס, אויך הרב ביללער (נישט פארמישען מיט מיללער) האט עס געשריבען (אן געבן קרעדיט...)
קיין סקען פונעם 'יפה בעתו' האבן די בעלי רגש נישט פארשאפט, אבער מ'קייט איבער די זעלבע שטרוי במעלה הגרה ווידעראמאל און נאכאמאל, אמער מ'האט געגענבעט! סתם צו פארפירען לשם פארפירען אן קיין שום בעקינג.
בקיצור, ס'איז א שטורעם אין א גלעזל וואסער, מ'קען צוריקגיין צום סדר היום.
וכבר קדמוהו גדולי חכמי השטיבל דא,
איחוד פעלד האט געשריבן:דער מעשה איז באמת אן אלטע לעגענדע, און צו ער האט עס געליינט אין יפה בעתו אדער נישט מאכט נישט אויס.
ראשעקאל האט געשריבן:@ לשב"ק
דערווייל האסטו בכלל נאכנישט אויפגעוויזען אז עס קימט פון יפה בעתו. האו אבאוט א סקען פון די מעשה פון יפה בעתו?? סקען אריין כאטש איין פערעגרעף אז מ'זאל קענען פארגלייכן
ממרום שלח אש האט געשריבן:ווי דער גוטער בוך זאגט
"א שטורעם, אין א גלעזל וואסער"
זעט אויס אז פאר די היימווערק האט מיללער'ס א חבר אים ארויסגעפרינט דעם אשכול.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יידל האט געשריבן:אויף אייוועלט שרייבט מיללער:מיללער האט געשריבן:מ'גייט צו די משכילים און דבר אחר'ניקס אויף קאווע שטיבל און אויך דארט פירקלט מען
-
וירח ה' את ריח הניחוח
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4920
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
שוין, ענד אף סטארי. קרעטשמער שרייבט:
קרעטשמער אין אייוועלט האט געשריבן:אל מול כבוד הרב בעל רגש/רוויגו און צו די אלע וואס האבן מעורר געווען.
וויבאלד מ'איז געקומען צו אונז מיט א טענה אז די מעשה וואס 'לעמעלע' שרייבט און אזוי אויך די תגובה ווי 'לעמעלע' ברענגט אן אריכות בנוגע דעם ספר תורה פון בן אשר, קומט פון דעם גליון 'יפה בעתו', ארויסגעגעבן דורך הרב יוסף פרץ הלוי ביללער שליט"א, האבן מיר מברר געווען מיט הרב יוסף פרץ'ן אליין, און דאס איז וואס ער ענטפערט:
"אויף די מעשה האט ער נישט קיין שום תביעה, היות ער אליין האט עס אויך גענומען פון אנדערע", [און אונז לייגן צו אז מיר ווייסן בידועה ברורה אז 'לעמעלע' האט עס נישט גענומען פון יפה בעתו].
און וועגן די אנדערע תגובה פון 'לעמעלע' זאגט ער "דאס איז נישט זיינס, ער האט דאס כלל נישט געשריבן".
ואגב, ער האט אונז טאקע געזאגט אז איינער האט אים אנגערופן זאגן אז זיינע זאכן דרייען זיך ארום אויף די אינטערנעט, און ער האט יענעם געזאגט אז ער איז נישט מסכים דערצו. אבער ער האט אונז צוגעלייגט אז ער מיינט נישט א מעשה וואס ער אליין האט גענומען פון א צווייטן.
ומכאן הקריאה יוצאת אויב זעהט איר עפעס וואס איז דא אויפן וועלטל און עס איז נישט אויסגעהאלטן קען מען זיך פארבינדן מיט איינע פון די מנהלים/אחראים, אדער מדווח זיין דעם תגובה.
מיט דאנק די הנהלה
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 232 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
יידל, מיללער אליין באזוכט דא כמה פעמים. אינעם אוצרות אשכול האט ער דערמאנט / געלינקט צו דיינע באלערנדע ארטיקלען בנושא.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)