דראג באניץ ביים היימישען עולם
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
דאס אינטערעסאנטע איז אז די אלע יפי נפשות וואס שרייען כסדר אויף אונזער איליגעל נעמען פוד סטעמפס אז אונזערע קינדער זאלן נישט אויסגיין פאר הונגער, אדער סעקשאן 8 אז מיר זאלן נישט גיין היימלאז הם ונשיהם ובניהם וטפם, די זעלביקע וועלן האבן קיין פראבלעם מיט רויכערן פאט וחשיש מיט אלע צונעמען, און וועלן האבן גאנצע תורות מיט תירוצים ווי אז אין קאליפארניע איז עס ליגעל און אז עס גייט אמאל ווערן ליגעל האבן דעם געזעץ אין בוידעם. הדא הוא דכתיב היפאקריווסקע.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
www.vosizneias.com/131134/2013/05/19/je ... ls-school/
השגה פון מיידלעך.
איינער קען אויס לערנען מיין ווייב אביסעל?
השגה פון מיידלעך.
איינער קען אויס לערנען מיין ווייב אביסעל?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמואל הלוי האט געשריבן:zurich האט געשריבן:איך האב מורא אז די אשכול איז פאר נחום ראזענבערג הייסע נייעס!!
נחום אדווערטייזט שוין די אשכול אויף זיין בלאג.
שמואל. דו ביסט א מיליאן פראצענט גערעכט. אזוי האב איך אנטדעקט "קאווע שטיבל". את חטאי אני מזכיר. כ'האב געבלעטערט אויף נחום'ס בלאג. פלוצלינג זעה איך די מענטשעלעך פון ק"ש וואס זיצן רואיג ביי'ם טיש און שמועסן. ענד נאו יו נאו דע רעסט אוו דע סטארי.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אברעמעל האט געשריבן:ס'דא די באקאנטע ווידיאויס פון אים פון זיין אינטערוויא מיט bbc
ס'איז אויך דא אן אינטערוויו וואס ר'האט געגעבן פאר אן איזראעלי רעפארטערין. דארט פארציילט ער די מעשה אביסל אנדערש. אבער בעיסיקלי קומט ער ארויס צו די זעלבע ענד. איין זאך זאל ער אבער נישט פארציילן פאר קיינעם אז ער איז געווען אזא תמימות'דיג יונגל. ער איז א געשליפענער סוחר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נפתלי האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:משולם שטיינפעלד האט געשריבן:אזוי ווי רייכערן בלייבט עטליכע טעג אין די סיסטעם, מען קען עס זעהן אין די קטנים, אזוי בלייבט דראגס אין די סיסטעם פאר איבער צוואנציג יאר, מען קען עס זעהן אין די האר.
איך ווייס נישט צו פאט גייט אריין אין דעם כלל.
כ'מיין ביסט זיך טועה. כ'ווייס פון איינער וואס איז ליידער געווען א קרעק עדיקט און האט זיך נארמאלאזירט און איז יעצט צען יאר ריין (ס'מאכט זיך נישט אזוי אפט מיט קרעק און ס'איז באמת א גרויסע שטארקייט פון יענעם. קרעק קען אויך אפהרג'ן איינעם'ס מוח לעולם ועד). יענער איז דורכגעגיינגען א טעסט וואס האט געוויזן אז ס'איז גארנישט דא אין זיין סיסטעם. און דאס איז שוין קאקעין, נישט מאריכאנא.
קען זיין ס'איז דא א ספעציעלע טעסט וואס צייגט עס יא. אבער די געווענליכע טעסט וואס ארבייטסגעבער געבן, צייגט נישט ווען איינער איז באמת ריין.
ווען איך זאל געבן די געווענליכע טעסט פאר מיין ארבייטסגעבער וועט ער נישט ארויסקומען ריין...
מאך זיכער אז דער טשעק וואס ס'קומט דיר האט די ריכטיגע נאמבערס. און אז ס'איז נישט חוזר. און אויב דער "באס" קומט אריין אין א גרינעם מיטוואך (אדער דאנערשטיג) און הייבט אן זינגען מנוחה ושמחה מאך דיך ווי דו הערסט נישט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
קאנצעפט האט געשריבן:היינט איז דא אין אמעריקע - בעיקר אין קאליפארניע, אסאך לעגאלע מאריוואנא פעסיליטי'ס ווי מ'קען זיך איינהאנדלען מעדיקל מאריוואנא לעגאל, ס'הייסט אז ס'העלפט לינדערן די שמערצן וואס מענטשן האבן צומאל נאך עקסידענטס וכו'
אין די יונייטעד סטעיטס איז איינע פון די שטערקסטע באוועגונגען צו לעגאליזירן מאריוואנא, זיי טענה'ן אז די אלע רציחות וואס טוט זיך אפ אז נאר ווייל עס איז נישט קאנטראלירט, און עס ליגט אין די האנט פון די קרימינאלן, העט מען דערויף האלטן א סדר, און יעדער וועט קענען אריינגיין אין א געשעפט קויפן וועלן די אלע מעקסיקאנער דראג קארטעלן ארויסגיין פון ביזנעס, און די רעגירונג וועט דזשענערעיטן ביליאנען אין טעקס דערפון, פונקט ווי אויף אלקאהאל. גאנץ מעגליך אז אין צוואנציג יאר ארום וועט מען קוקן אויפ'ן היינטיגן צושטאנד אזויווי מיר קוקן אויף די פראבעישאן יארן ווען אלקאהאל איז געווען פונקט אזוי 'טמא' (און נאך סאך ערגער), ווי מאריוואנא היינט.
פרעזידענט אבאמא איז געווען א שטיצער צו לעגאליזירן מאריוואנא, אבער קוקט אויס אז די אינדוסטרי וואס באקעמפט די דראג איז שטערקער, און אונטער זיין אדמיניסטראציע האט זיך אנגעהויבן אסאך רדיפות אפילו קעגן די לעגאלע דראג אנטשטאלטן. (זיי זאגן אז ביליאנען דאלארן ווערן פארדינט דורך די צענדליגע טויזנטער ריהעב'ס וואס מאכן געלט אויף די מענטשן וואס ווילן ארויסקריכן פון די מאריוואנא געוואוינהייטן, און ס'זענען פארהאן גאנצעטע אינדוסטריעס, מעדיצינען, וכו' צו באקעמפן מאריוואנא, און דאס איז איינע פון די סיבות וואס האלטן צוריק די רעגירונג עס צו לעגאליזירן.)
דא קענט איר אויך ליינע בקיצור איבער די 'שעדליכקייט' פון מאריוואנא http://futurepocket.com/why-the-governm ... marijuana/
בעלאניס, ס'איז א קאנספעראציע ווי אלע טעאריעס וואס מיינען זיי אז איינמאל דראגס ווערט לעגאל איז שוין נישט דא מער קיין קרימינאלע שטיק? זיי וועלן זיך נעמען צו אן אנדערע אונטערוועלט ביזנעס ווי צ.ב. נאכמאכען ברענדס. וואס דאס איז די צווייטע אינדעסטרי נאך דראגס די טעאריע דערמאנט מיר פון די פורים ארטיקעל וואס האט געשילדערט וויאזוי די וועלט וואלט ווען אויס געקוקט ווען סאיז נישט דא די קראמינאלן, א וועלט אן פאליציי וכדו'.
...